די הויט ברענט אים: ר' אהרן פארלענגערט זיין נסיעה מיט א טאג!
יעצט הייבן אן קומען ידיעות אז ר' אהרן האט אנגעהויבן באקומען שרעקליכע היץ פון אינערהאלב די קנאישע פראקציע אין זיין לאגער, ובראשם פון בנציון לאוב וואס איז אנוועזנד געווען נעכטן נאכט ביי די דרשה פון הגה"צ ר' יושע ראזענבערגער שליט"א חבר הביד"ץ, און געהערט די שארפע ווערטער קעגן ר' אהרן, וואס דאס האט געגעבן א צייכן אז די עדה גרייט זיך ארויסצוגיין בפומבי קעגן ר' אהרןס שריט פון באזוכן דעם בעלזער.
אפיציעל איז געגאנגן די ניגון ביי די אהרונים, און דאס האט מען געקארמעט פאר די שאף, אז ר' אהרן איז בכלל נישט בינדענט צו די עדה החרדית, ער איז א זעלבסשטענדיגער אדמו"ר, און מעג טון וואס ער וויל. ספעציעל נאך וואס ר' יצחק טובי' דער גאב"ד האט אים מצער געווען מיטן גיין צו די ביהמ"ד פון די זאליס אין קרית יואל, דעריבער איז ר' טובי' בכלל נישט ראוי אז מ'זאל זיך רעכענען מיט זיין מיינונג.
נאכן באזוך פון ר' אהרן ביים בעלזער, האט דער גאב"ד געלאזט פאלן שארפע ווערטער און ר' אהרן'ס ריכטונג. אבער די אהרונים האבן, כדרכם, א טייל געשפילט בת היענה, און די אנדערע טייל אנגעהויבן האקן און באשמירן דעם גאב"ד פארן נישט גיין אין שפאן. די אהרונים האבן אבער אגאנצן צייט געהאפט אז דאס וועט נאר זיין אונטערן טיש, למעשה וועט זיך אבער די עדה החרדית נישט ארויסשטעלן אין די עפענטליכקייט קעגן ר' אהרן.
נעכטן נאכט איז אבער צושטאנד געקומען דראמאטישע אנטוויקלונגען. דער גאב"ד האט פאררופן אויף דאנערשטאג א אסיפה צווישן די חברי הביד"ץ, נישט אין לשכת הביד"ץ, נאר ביי זיך אין שטוב אן קיין עסקנים און משבקי"ם, וואו ער וויל מטכס עצה זיין וויאזוי זיך צו ספראווען מיט ר' אהרן נאך דעם שרעקליכן אקט. די אהרונים האבן אנגעהויבן שפירן אז די הויט ברענט, האט מען אנגעהויבן נאך מער האקן אויף דעם גאב"ד און אויף די עדה החרדית.
למעשה האט בנציון לאוב נעכטן געהערט מיט די אייגענע אויערן נעכטן אז ס'הייבט אן ווערן א אפיציעלער געטומעל אויף די גאס. ר' יושע ראזענבערגער רעדט שוין אפן ביי א עצרת קעגן ר' אהרן, וואס דאס מיינט אז די עדה החרדית גייט זיך פאר גארנישט אפשטעלן. האט ער גלייך געשיקט א מעסעדזש קיין טברי', וואו ר' אהרן האט זיך נעכטן אויפגעהאלטן, אז מ'מוז פאר יעדע פרייז אין די וועלט קומען קיין ירושלים זיך פרובירן צו טרעפן מיט דעם גאב"ד איידער עס וועט ארויסגיין פון קאנטראל.
חיים שלמה פישער זעענדיג אז ס'נישטא קיין ברירה האט זאפארט אפגערופן ר' אהרןס טיקעט פון היינט נאכט און פארארדענט אז דער רבי גייט גיין קיין ירושלים אויף איין טאג וואו ער וועט באזוכן די רבנים פון ירושלים.
איי וויאזוי וועט מען וואשן די מוחות פון די שאף וועם מ'האט שוין אנגעפרעדיגט אגאנצע וואך קעגן דעם גאב"ד מיט די עדה החרדית? מ'וועט מאכן א ספין אז דער ראב"ד האט זיך געבעטן פשוט מ'זאל קומען צום גאב"ד... (נישטא ווער ס'זאל לאכן).
דיטעילס טו פאללאו
 |
|
|