יעצט הייבט אהן מער און מער ארויסצורינען, אז די נייע ארונים "אוצרות צייטונג" פון די אראבישע ארונים פראקציע, איז געצילט צו אינטערהאקן די פיס פון די בּלאַַט אינגאנצן!
ש. ש. טעלער האט אנגערופן די וואך שמואל ווידער מיט טויטע קללות אז ס'איז געווען אפגעשמיעסט ווען ער האט געפרעגט אהרן פאר'ן פארן וואס מ'גייט זאגן פאר'ן עולם גולם אויפ'ן בעלזע פגישה, און אהרן האט אים מדחה געווען אז מ'גייט הערשט דעסיידן ווען ער קומט צוריק פון א"י, און אויב אזוי פארוואס האט ער אריינגעלייגט תיכף אין בלאט בילדער פון די באזוך, מיט א קאווערעדזש, אהן זיין דעת תורה!? מ'וואלט עס געדארפט קודם איגנארירן אזוי ווי נאכ'ן מעמד מחילה אין ק"י.
אבער ש. ווידער האט זיך אויסגעלאכט פון און אים געזאגט אז ער האט אים מיט אהרנ'ן אין דר'ערד, און אז ער איז אזא תמים און ער כאפט נישט אליין אז די רבי פגר'ט פאר די אטטענשאן....?! און אראפגעקנאַקט די טעלעפאון אויף שמואל שלמה'ן.
דאס האט אים אינגאנצן אנגעצינדען און ס'איז איז געבליבן אז מ'גייט איצט נאכמער אויסברייטערן די אוצרות אויסגאבע, צו א פול קאמפעטישען מיט די בלאט, און שמואל שלמה טעללער גייט פערזענליך זעהן אז ס'זאל מער נישט אריינקומען קיין בלאט צו די יעשיווע בחורים, נאר מנחם גרשון'ס "אוצרות" צייטונג!
ימים ידבירו
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 23/02/2012 00:29:58
נשלח ב-23/2/2012 00:01
שמואל אבערלענדער מיט מנחם גרשון לעבאוויטש מוטיגן שטארק שמואל ש/למה'ן און זיי לייגן אריין דאס געלט פאר די "אוצרות" אבי ס'זאל אראפקנאקן די בלאַט וואס איז לויט זיי "סר מן הדרך". * -די פרומע חברה כאפן נישט איין זאך אז אהרן-מיט-די-בלאט-מיט-די-פיקטשערס מיט בעלזע-סערעט-וויזניץ דאס איז אלעס איינס, און ער, ואלא הוא, דארף עס ווי אקסידזשען צו לעבן!
נשלח ב-23/2/2012 00:07
די אשכול זעהט מיר אויס ווי א נקמה
אויף וואס די ארונים זאגן אז די זאליס פלאנען א נייע צייטונג קעגן די איד
איז זייער מעשה יא אמת ?
נשלח ב-23/2/2012 00:15
שרייבסט זייער גיט איין זאך פארריכט נאר, ווייל ר' שמואל שלמה'ס מאמרים ערשיינען דערווייל סיי אין דער באלט אין סיי אוצרות קענסט פיקסען די מעשה מיט א צווייטען כ'וועל דיר העלפן
אגב, ווינטש איך דיר א רפואה שלימה בתושח''י די מאכסט נאר זיכער אז יעדער זאל וויסן פין 'דער באריכט' געשלעג
נשלח ב-23/2/2012 00:27
הייסע ווארע! קוקטס נאר ווי די חברה שפרינגען, און האבן געמוזט מאכן אן עמערדזשענסי טויש אין פאלעסי, און רעספאנדען דא אין "אידישע געדאנק". אבער חברה איי העיט טו דיססעפוינט יו: ש. ש. ט. מאכט עס ליידער נישט פאר קיין סוד, אזוי ס'וואלט זיך אפשר געפאסט פאר א פארטיי מענטש, און ער זאגט דאס פאר יעדן איינעם, במילא מאכטס ענק נישט ווי א בת היענה, ווייל ס'וועט עניוועי ארויסשפרינגען פון זאק אין די נעקסטע פאר טאג!
נשלח ב-23/2/2012 00:35
העי היראים וואס איז נייעס? שלום עליכם!!!
נשלח ב-23/2/2012 00:45
הנגיד רבי
ביטע מיר צוערשט זאגן אויב די צייטונג קעגן די איד איז אמת
וואס האט געמאכט דעם פותח האשכול כאפען אן אטאקע
אין איר אלע טאנצט מיט זיינע אטאקעס....
נשלח ב-23/2/2012 01:01
הנגיד_רבי כתב:
קומט מיט א ספין און פארדרייט די אשכול. האסט וואס צו ענטפערן אויף וואס די נושא איז דא: געזינטערהייט. קענסט עפענען א עקסטרעאשכול וועגן די איד, לא בעיא.
גערעכט
נישט פארדרייען די נושא
דא רעדט מען פין די 'עכטע'פייער וואס פלאקערט ביי די ארונים צווישן די אוצרות אין דער בלאט
וואס הנגיד רבי אנדעקט
מ'רעדט נישטו פין דער באריכט
ביטע זיך האלטן צום נושא
נשלח ב-23/2/2012 01:16
אבי נישט צווישן....
אגב, איז אינטערעסאנט צו ווארטן און זעהן ווער ס'וועט געווינען, ווייל די פרימע ארונים האבן יעצט מער מאמענטוהם נאכ'ן אויפברויז, אויף ווי זעלטן ליבעראל די באזוך איז געהענדלט געווארן.
און מ'טרייט צו ווארפן די שולד אויף די פראגאנדע בלאט, אנשטאט צו פארשטיין אז ס'שטינקט פון קאפ....
נשלח ב-23/2/2012 01:31
סטראבערי, אויב איך מעג מגיב זיין.
עס איז מעגליך אז די ארונים זענען זייער בייז אויף דער בלאט. עס איז מעגליך אז מען גייט מאכן א צייטונג קעגן דער בלאט עס איז מעגליך אז רוב פרומע ארונים זענען בייז אויף דער בלאט.
דער מציאות איז אבער: קעגן דער בלאט האבן די "ארונישע" רבנים נישט געמאכט קיין פראטעסט בריוו. קעגן דער איד האבן די "זאלונישע" רבנים יא געמאכט א פראטעסט בריוו.
נאך מער מאדנע איז געווען, אז דעם בריוו וואס זיי האבן געמאכט קעגן דער איד (צו דער איד) איז ניטאמאל געדרוקט געווארן אויף די שפאלטן פון דער איד.
איך טראכט אז עס זאגט עפעס.
נשלח ב-23/2/2012 03:00
לאנצוט דאכט זיך אז די ביסט אמאל געווען א זאלי, וואס האט פאסירט? לעצם הענין, איך גלייב נישט אז אין די היינטיגע אקנאמיע וועט א קאמפעטישאן מצליח זיין