| נשלח ב-24/2/2012 06:02 |
|
| |
"שבוע המיליאן!" בליץ אקציע לטו' ת"ת סאַטמאַר וומסב"ג!
די פארגאנגענע וואך איז פריוואט ערקלערט געווארן פאר א פאר מיליאן דאלארדיגע וואך אקציע, צווישן גאר גרויסע נגידים פון 2 שטאַטן, פלארידע און קאליפארניע.
זונטאג איז רבינו שליט"א אפגעפלויגן פאר איין טאג אויף פלארידא, צו אפאר באשטימטע פריוואטע קבלת פנים'ס.
ס'איז מיטגעפארן די גבאים און ר' אשר אלימלך מייזעלס, און ר' אהרן הערש פריינד, צווישן אנדערע איז די רבי געווען ביי האחים וויינשטאק הי"ו, ר' שלמה חיים הייזלער, הרבני ר' אליעזר קעסטנבוים, ר' מאיר בראנד. *
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2012 06:14 |
|
| |
מיטוואך נאכט איז רבינו שליט"א אפגעפלויגן קיין קאליפארניע אויף 2 טאג.
ס'איז מיטגעפארן הרה"ח ר' משה פריעדמאן משב"ק - ר' ליפא טייטלבוים - ר' שאול פערלשטיין - ר' שמואל טייטלבוים - און די חברי הנהלת המוסדות.
אכסני' איז געווען בבית הרבני הנגיד ר' בערל ווייס פון לאס אנדזשעלעס.
ר' בערל האט אויך געמאכט א קבלת פנים-סעודת ראש חודש, ביי זיך אין שטוב פאר גאר א גרויסע סכום פער זיץ.
די רבי האט געדאווענט הלל לפני התיבה, און דאן געפראוועט א סעודת ר"ח, באטייליגט ביי רבני העיר.
די רבי האט באזיכט אין ת"ת, און אין ישיבה קטנה ווי ער האט געזאגט א דרשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2012 06:42 |
|
| |
הרב יאגדעס, ענטפער מיר באמת. אויב ר' אהרן טוט ווען די זעלבע נסיעה, וויאזוי וואלסטו דאס ווען אראפגעלייגט?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2012 11:46 |
|
| |
פארוואס שרייבסטו נישט די ריכטיגע סיבה פארוואס מען דארף פלוצים אויפקומען מיט 2 מעלאנעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2012 18:07 |
|
| |
וואס הייסט פארוואס, מען דארף דאך געלט פאר נייע קעמפס!, איך הער אז ס'איז געווען מיט גרויס הצלחה, אין פלארידע האט מען געמאכט איבער $6000, און אין לוס אנדזשעלעס קנאפע $7000, א טאטאל פין איבער צוועלעף טויזענט דאלאר!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2012 18:34 |
|
| |
א וואך פלארידע און א וואך לאס אנדשעלעס איז א געשמאקע זאך און הערליכע וואראציע אבער א טאג דא און א טאג דארט איז סתם א אפמיטשעניש.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2012 18:48 |
|
| |
גערעכט, טאקע א אפמיטשעניש, אבער זאג מיר באמת, האט דען דער ביק עפעס בעסערס וואס צו טאן מיטן טאג? וויפיל איז די שיעור פון אפשימלען אונדערהיים,
נארמאל אזא גרויסע חסידות האט פאנדרעיזערס וואס לויפן ארום שנארן, אבער ב"ה דער אדמו"ר זיצט אן א שטאך ארבעט, HE MIGHT AS WELL DO SOMETHING CONSTRUCTIVE
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2012 19:12 |
|
| |
זייט'ס נישט קיין מושגעים !
ר' זלמן לייב פארט נאך געלט פאר זיינע מוסדות איך זע נישט פארוואס מען דארף אים אראפ רייסן ער האט רעכט פונקט ווי א צווייטע רבי ארום ציפארן צי דעקן זיינע חובות
די מחלוקה האט געמאכט אז וואס דער אנדערע צד טוט ווערט אויטאמאטיש משוגע אין אפגעפרעגט אין א דורכפאל
מען קען שוין היינט רעדן קיין נארמאל ווארט אין איך מיין ביידע צדדים אין מיך אויכט
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2012 20:28 |
|
| |
אבראהאם פיין געזאגט!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2012 21:01 |
|
| |
ח"ו, איך רייס איהם חלילה נישט אראפ, אדרבא, געזונטערהייט, זאל דער ביק עפעס טאן קאנסטראקטיוו מיטן פיסטן טאג, ארומפליען פאנדרעיזן, זיין און פארבינדונג טעלעפאניש מיט רבנים און ירושלים, גבירים פון איבער די וועלט, געזונטערהייט, ער איז פערפעקט פאר דעם,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2012 23:01 |
|
| |
רב הסוער וואס שטערט דיר וואס ער טוט איבערן טאג?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2012 01:21 |
|
| |
אין LA, COLIFORNIA
|
|
|
|
| נשלח ב-29/2/2012 00:31 |
|
| |
מסיבת לחיים, הרבני הנגיד ר' בערל ווייס נואם

|
|
|
|
|