בית פורומים אידישע געדאנק

נפטר געווארן הרה"ח ר' נח אבראהאם ע"ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/2/2012 04:24 לינק ישיר 
נפטר געווארן הרה"ח ר' נח אבראהאם ע"ה

היינט איז נפטר געווארן הרה"ח ר' נח אבראהאם ע"ה א איד א בעל תשעים, געווען א גאון, די לויה איז ארויס פונעם גרויסען ביהמ"ד אין וויליאמסבורג און מען האט אים געלייגט אינעם נייע בית החיים אין ק"י. 
___________________
ווער עס האט בילדער ווערט געבעטן ארויפצושטעלן אדער מיר שיקן אויף [email protected] 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 05:23 לינק ישיר 

די צוואה פון הרה"ח ר' נח ע"ה






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 06:30 לינק ישיר 

משפחה מיט אייזיק אבראהאם - שאול אבראהאם??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 18:07 לינק ישיר 

עם_הארץ'ל טייערער, מסתם האסטו געקריגן ערגעץ-וואו א היתר צו מאכן שפאס פון א שוכן עפר און טרייבן קאטאוועס.

אבער דאס איז די צוואה וואס ער האט געגעבן פאר ר' שמואל דוד קרויז.



דיסקלעימער:
איך וואלט דאס נישט ארויפגעלייגט, ווען נישט וואס דער לץ דא האט ארויפגעלייגט זיין שפאס-ליצנות בלעטל אויפן חשבון פון המנוח ר' נח אברהאם ע"ה. SHAMAE ON YOU ! - דאס איז א געמיינע זאך. ר' נח אבראהאם ע"ה האט דיר גארנישט געטאן, זאלסט פון אים מאכן ליצנות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 18:14 לינק ישיר 

לאנצוט איך האלט זייער פון דיר אז די ביסט מוחה קעגן די וואס מאכן חוזק פון א נפטר, ווען די אהרוניס האבן חוזק געמאכט פון די ברך משה דאס איז אויך א געוואלדיגע פגיעה און זיי מוחה אויף דעם אויך אקעי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 18:24 לינק ישיר 

אל כבוד טעיסט היקר.

ווען די צעטל וואס עםהארץ'ל האט ארויפגעלייגט וואלט אמת געווען, החרשתי. דער פראבלעם איז אז עס איז פאלש. פוסט שקר.

אויף וועלכע עוולה פון מבזה זיין דעם הייליגן ברך משה זי"ע פונקטליך דארף איך מוחה זיין.

1) דאס אים אוועקפירן פון א חתונה ביום חופת נכדתו.
2) דאס אים אויפשטעלן רעדן ברבים און קומען לידידי בזיון מיט'ן זאגן "עיקר שכחתי". און ווערן א ליצנות ליידער.
3) דאס אים אויפשטעלן ברבים און איבערזאגן דעם רמב"ם 24 מאל, און ווערן א ליצנות ליידער.
4) דאס אויפשפילן טעיפס ווי מ'העצט דעם הייליגן ברך משה בערוב ימיו, און מ'פארקויפט אים שקרים און מ'טרייבט פון אים פוסטע ליצנות.

אויף וועלכע פון די 4 זאך איך מוחה זיין. און אויף וועלכע סדר זאל'ן זיין מיינע מחאות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 19:43 לינק ישיר 

פארן איבערדרייען זיינע טישן, שיינען מיט לעיזער פוינטערס, קומען זעקס אזייגער פארטאגס איבערנעמען סאטמאר, נעמען מזל טוב מיט שיינע פיאות נאך וואס א טאג פארדעם האט ער געזאגט אז "נעמען נעמט מען זיך נישט אליין" און נאך עטליכע אויסדריקן וואס האט אפגעסטעמפעלט אז די ברך משה וויל נישט רב אהרן זאל געוועלטיגן איבער סאטמאר, סערווען קארט פעפערס, ווילסט נאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 20:54 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
עם_הארץ'ל טייערער, מסתם האסטו געקריגן ערגעץ-וואו א היתר צו מאכן שפאס פון א שוכן עפר און טרייבן קאטאוועס.

אבער דאס איז די צוואה וואס ער האט געגעבן פאר ר' שמואל דוד קרויז.



דיסקלעימער:
איך וואלט דאס נישט ארויפגעלייגט, ווען נישט וואס דער לץ דא האט ארויפגעלייגט זיין שפאס-ליצנות בלעטל אויפן חשבון פון המנוח ר' נח אברהאם ע"ה. SHAMAE ON YOU ! - דאס איז א געמיינע זאך. ר' נח אבראהאם ע"ה האט דיר גארנישט געטאן, זאלסט פון אים מאכן ליצנות.
‎​
 
און פארוואס דארף איך גלייבן אז שמואל דוד קרויס'ס צוואה איז מער אמת ווי משה יאנקל בארשער'ס צוואה? ‎​
 
באמת פארשטיי איך דיין ווייטאג. דיך באדערט אז מ'האט ליצנות געמאכט פון ענקער העלד אברהם יצחק אבראהאם, נישט אז מ'האט געמאכט ליצנות פון זיין טאטן. די אהרונים זענען געווען אזוי זיכער מיט זיך אז דער אבראהאם גייט ווידעראמאל ווייזן פאר די זאליס וואס ער קען, און ער וועט בניגוד לרצון אביו ומשפחתו אריינרוקן זיין טאטן צו די גנבים וחמסנים, אבער ב"ה ער איז מיאוס דורכגעפאלן, און געווען א ריכטיגע הולך בדרכי רבו ווען ער האט דערקלערט מיט פאטאס אז ער האקט אפ פון די משפחה (אזא פארלוסט נעבעך...), און ער וועט מער נישט קומען באזוכן די מאמע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 21:16 לינק ישיר 

יעצט נאך וואס אייזעק אבראהאם האט אפגעהאקט מיט זיין משפחה דארפן זיי זיך שוין נישט שעמען מיט זייערס א משפחה מיטגלידער וואס עסט ביים שבת סעודה טריפה אייז קריעם און טרעפט דיימס דערין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 21:19 לינק ישיר 

טאטעלע.
איך האב נישט געזאגט אז ר' נח אבראהאם איז געווען געזונט ווען ער האט עס געשריבן. איך ווייס נישט זיין מעדיקעל קאנדישאן בשעת ער האט עס געשריבן. אבער דאס אז ער האט עס געשריבן, און איבערגעגבן פאר ר' שמואל דוד קרויז איז אמת.

און דאס אז מיט'ן ארויסגעבן א פעלשונג א ליצנות צעטל איז געמאכט ליצי ליצנות פון א שוכן עפר, דאס ווייסטו גוט. און דו שעמסט זיך אפילו נישט דאס צו פארדאמען, ווייל עס דינט דיין פאליטישע אינטערעסן.

מאך נישט קיין טעות: איך האב גארנישט קיין פאראיבל אז מ'האט נישט געלייגט דעם נפטר און דעם אדער יענעם בית החיים. מ'דארף האבן רחמי שמים מרובים וואו מ'קומט אן דערנאך. פון ספרי קודש איז באקאנט אז מ'ווען מ'קומט אן גיהנום איז שוין א ישועה גדולה וד"ל. איך רעד נישט חלילה פונעם נפטר, נאר בכלל, פון דאס טרייבן שפאס און חוזק מאכן פון א נפטר וואס האט דיר גארנישט געטאן.

דיסקלעימער #2. איך האב גארנישט מיט זיין זון אברהם יצחק., און איך קען אים בכלל נישט. ביי מיר איז א העלד דער וואס האט די "גאטס" צו זאגן דעם אמת, אפילו ס'איז נישט "אין ליין" מיט די פאליטישע פארטיי פירער.

פינטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 21:30 לינק ישיר 

לאנצוט דאס גלייב איך דיר אז די קענסט נישט אייזעק, ווייל אז יא וואלטסטו זיך נישט אנגענומען פאר אייזעק, דאס אז די גלייבט און גיבסט גערעכט פאר אייזעק איז ווייל די ווייסט נישט ער איז גארנישט קליגער ווי די חכם יאסי בראך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 21:46 לינק ישיר 

טעיסט. איך קען נישט דעם אייזעק אבראהאם און איך נעם זיך נישט אן פאר אים.
עס טוט מיר וויי אז מ'מאכט ליצנות פון א שוכן עפר, ווען ער האט דיר בכלל קיינמאל גארנישט געטאן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 22:24 לינק ישיר 

פאר איך האלט ביי ליצנות פון שוכן עפר, וויל איך קודם פארשטיין פון וואו דו ווייסט מיט אזא קלארקייט אז שמואל דוד קרויס האט געהאט א צוואה פון אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 22:39 לינק ישיר 

טאטעלע. יא.
איך האב געהערט פון איינעם פאר וועמען ר' שמואל דוד האט עס געזאגט.
נישט איך אז טראכט אז עס וועט דיר עפעס טוישן.

פארוואס האט אויסגעפעלט צו מאכן א פאלשע'ן צעטל, און מאכן פון אים ליצנות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 23:18 לינק ישיר 

אינטערעסאנט אז ר' שמואל דוד האט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו רופן די חברה קדישא אדער קהל יטב לב מיט די צוואה, ער האט דאס נאר געזאגט פאר איינעם וואס זאל דאס איבערגעבן פאר לאנצוט פון היידפארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2012 22:58 לינק ישיר 

טאטעלע.
רעדסט נישט צום דבר.
איך האב דען געזאגט אז ר' שמואל דוד האט "מיר" געזאגט.
ער האט געזאגט פאר וועמען ער האט געדארפט. אדער ווער ס'האט אים געפרעגט. און איך האב עס געהערט פון א "כלי שני", אן איש מהימן. ללא כחל ולא שרק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > נפטר געווארן הרה"ח ר' נח אבראהאם ע"ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext