בּלאַט אין "דעמעדזש קאנטראל" איבער בעלזא
שוין לאנג נאכ'ן 'ויהי ממחרת', ס'פאראינטערעסירט שוין קיינעם ווי די פאריעריגע שניי.
אבער זעהט זיך אויס אז די דעמעדזש וואס עס האט געמאכט איז נאך א טיפע שניט!
הערט א חידוש פון א 'דעמעדזש קאנטראל דאקטאר' וואס שרייבט אין בלאט צו פּעֶמפּעֶרן די פרימע ארונים...
ער טענה'ט: "אז דאס וואס אהרן איז געגאנגען צום בעלזא און געברענגט דערמיט די ציוניסטישע שרייבער צו ענדליך דעקן דעם מאנראו רבי'ן, האט מורא'דיג אויפגעטוען פאר די מלחמה קעגן ציונות.....! (דא לאכט מען)
הערט פארוואס!: ווייל סתם אזוי האבן די ציונים איגנארירט דעם מורא'דיג אנטי-ציוניסטישע רבי, אבער ווען ער איז געגאנגען צום בעלזער האט ער זיי געצווינגען צו שרייבן פון אים, במילא אז מ'שרייבט פון אים רעדט מען דאך פון סאטמאר, נו!? איז עס שוין אפגעטוען די ציונים!
= טייטש ער איז נישט געגאנגען צו אים צו שלום מאכן, נאר פונקט קאפויער, צו אונטערברענגען די ציונים און זייערע נאכשלעפער, וואס צווישן זייערע גרעסטע נאכשלעפער ציילט זיך טאקע ----------------------------------------------------------------------------- אט טאקע דער בעלזער...." (דא לאכט מען שטארק....!)
* הערליך פשט'ל. מיין שאלה איז נאר פארוואס ער האט זיך נישט פאר די זעלבע סיבה אראפגעווארפן פון דאַך, וואס דאן וואלט די גאנצע וועלט געווען אויף נאר מיט אים..., און די מדינה וואלט זיך דאן אינגאנצן פארמאכט, קאָמפּלעט! שלאס-און-ריגל!...
תוקן על ידי סטראבערי ב- 02/03/2012 21:15:34
 |
|
|