| נשלח ב-10/3/2012 23:13 |
|
| |
שיטת מהר"א: פורים ביום י"ז אדר
היינט נאכט פראוועט אהרן ט"ב א פורים טיש אין וויליאמסבורג יצ"ו לכבוד פורים... (זעט אויס אז ביי אים איז פורים א גאנץ יאר).
הגם אונזערע רבי'ס האבן נישט געפראוועט קיין טיש לעת כזאת אבער זעט אויס אז אויף דעם איז שוין "אויך" דא א תירוץ
אז: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט" (מהר"א)..
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2012 04:53 |
|
| |
דאכט זיך אז ס'איז יא געווען צדיקים וואס האבן געפירט טיש ווען עס איז אויסגעפאלן פורים ווי היי יאר.
(ניין, איך בין נישט קיין אנהענגער פון מהר"א. אבער נארישע טפשות דערהייב איך נישט.)
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2012 04:58 |
|
| |
אז א' שמות קען געפאלן פרשת פקודי קען שושן פורים געפאלן י"ז אדר!! חא חא חא
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2012 06:28 |
|
| |
שמעלקעלע, איך ווייס נישט וואס דיינע בויך קוועטשענישן זענען מנהגי בדרך כלל איז נישט צו שרייבן פערזענליך אויף רז"ל אבער וואס קלערסטו מיט דיינע נארישע אשכולות? כאפסט נישט אז איינער קען יעצט קומען אין כה"כ און עפענען א אשכול "שיטת מהרז"ל: ליל שב"ק מוצאי שושן פורים" און צולייגן בטוטו"ד פארוואס מען האט נישט געפירט קיין טיש די וואך
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2012 06:30 |
|
| |
און דאס איז מלבד דיין עם הארצות פון וואס אלע חסידישע ספרים זענען פיל מיט שיתסר ושיבסר
קומסטו מיט א מורא'דיגע אויפטו באמבע, רבותינו האבן נישט געפירט זאג נאר, אבות רבותינו האבן געפירט טיש שושן פורים? דער ישמח משה ייטב לב און אפילו קדושת יו"ט?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2012 13:19 |
|
| |
ביי מיר איז דאס פירן טיש אור ליום י"ז אדר נישט קיין עוולה, אבער טרעף מיר נאך א רבי בכדור העולם וואס האט נעכטן געפירט א שושן פורים טיש, (חוץ פון תולדות אהרן וואס האט געמאכט א סיום מסכת, אזוי ווי זיי מאכן ביי יעדער סיום מסכת)
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2012 16:25 |
|
| |
איך גיי מיר נישט דא מתווכח זיין, איך זאג נאר איין זאך: היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה... לדעתי ווייזען די אלע זאכן צו מ'גייט מיט מסורת אבות צו נישט... איך גיי נישט אריין אין יעדן פרט ופרט ווייל הזמן קצר והמלאכה מרובה נאכאמאל ס'איז נישט קיין עוולה, אבער דאס ווייזט גוט ווי מ'שטייט..
ל"ג בעומר הדלקה, מנהג?? (נישט קיין עוולה) טאנצען מצוה טאנץ פון א טאכטער מיט א גארטל, מנהג? (נישט קיין עוולה) זאגן תורה שושן פורים ביים טיש, מנהג? (נישט קיין עוולה) פירן טיש אור לשיבסר, מנהג? שבת שובה דרשה אינמיטן דער וואך, מנהג? (נישט קיין עוולה) וכו' וכו' וכו'
איין ס"ה: להגדיל ה.....פארטיי ולהאדירה
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2012 16:48 |
|
| |
אוי דארפסטו נעבעך א דאקטאר איך האב סאך גרעסערע עבירות ל"ג בעומר הדלקה? אויף דעם האט דאך דער טאטע געגעבן רשות און געזאגט אדרבה ס'איז נישט בל תוסיף, דער פראבלעם ווערט אז רח"ל מען זאגט תורה ל"ג בעומר, דו ווייסט וואסערע שינוי ממסורת אבות דאס איז?
זאגן תורה שושן פורים ביים טיש? א פראבלעם? דער פראבלעם איז סאך גרעסער? מען שטעלט נישט אויף די גרעסטע לצים שבדור צו פארגיסן אידיש בלוט, ר"ל ווי ווייט מען האט זיך דערקייקלט
שבת שובה דרשה אינמיטן די וואך? דאס איז א פראבלעם? דער פראבלעם איז דאס עצם זאגן שבת שובה דרשה? היתכן א סאטמארע רבי זאגט ש"ש דרשה, דער רבי ז"ל האט נישט געזאגט אין אמעריקא?
שמעלקעלע, אין ספרים שטייט אז די נאכט וואס מען ווערט 20 יאר קען מען זיך אסאך גוטע זאכן אויסבעטן, זע צו בעטן ביים באשעפער וחננו מאתך דעה בינה והשכל * יעצט ערנסט גערעדט לגבי טאנצן מצוה טאנץ פון א טאכטער מיט א גארטל? זאג נאר? וואס איז די הלכה ביי א אייניקל (א טאכטער'ס טאכטער), דארף זיין מיט די הענט צו מיט א גארטל? זיידעס טאנצן געווענליך מיט די הענט, רח"ל דער ברך משה האט משנה געווען ביים וומסב"ג רב חתונה, ס'האט געהאט א סיבה (נישט קיין נשים סיבה), די זעלבע סיבה איז דא אויך געווען, ואגב, לקיים מנהג ישראל האט רבינו שליט"א אויך געטאנצן עטליכע מינוט מיט די הענט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2012 23:31 |
|
| |
ברעקינג נייעס, זשאסט אין:
הרבנים הגאונים הצדיקים
מ'פשעווארסק
מ'כוונת הלב
מ'קראלי
מ'בורשטין
ועוד ועוד
האבען אלע אנגענומען דעם שיטת ''מהר''א'' אין געפראוועט א שושן פורים טיש מוצש''ק
תוקן על ידי היראים ב- 11/03/2012 23:35:38
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2012 23:33 |
|
| |
פין די אנדערע זייט איז שיטת ''מהרז''ל'' נישט אויסגעשפילט
הרבנים הגאונים הצדיקים מ'דאראג מ'בראד מ'שארמאש ועוד ועוד
האבען אלע אנגענומען שיטת 'מהרז''ל' אין נישט געפירט טיש ליל ש''ק די וואך
ווי דער שיטת מהרז''ל לויטעט, ס'דא וואס פירן זיך אזוי אין ס'דא וואס פירן זיך אזוי
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2012 04:11 |
|
| |

|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2012 16:22 |
|
| |
הדקלה, איך האלט אז ס'איז א גרויסע עוולה פון דעם וואס האט גערופן דעם דרעקיגן פאליטישאן ביים טיש. דער וואס האט אים גערופן האט געטאן א טפשות און א פאברעך. צי מ'וואלט אים געדארפט פארשיקן, האלט איך אז נישט.
לדעתי א טיש איז נישט קיין חתונה אדער כ"א כסלו דינער.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2012 16:44 |
|
| |
עס וועט אבער נישט זיין פעיר און באלאנס אז דער טיש פון טויזענטער אידן במשך 4 שעה פון בלויז תורה און חסידישע ווארימע ניגונים זאל אבזערווירט ווערן דורך אן אפגעריסענעם פאליטישן קערל וואס איך קען אפילו נישט זיין נאמען.
דער טיש איז געווען בבחינת מי שלא ראה טיש זה, לא ראה טיש מימיו. נישט קיין וויצן און נישט קיין איבלענישן. תורה און עבודת השם, מוסר און אגדה, אשרי עין ראתה אלה. 4 שעה פון נהנה זיין מזיו השכינה בלי גוזמא כלל.
דיסקלעימער: קריטיק איז שטענדיג אקצעפטירט, אבער נאר צום דבר ביטע. ווער עס וועט אויפשפרונגען פון מיין אבזערוואציע, וועל איך בלויז פרעגן: ביזטו דארט געווען, יא אדער ניין. נאכדעם רעד.
|
|
|
|
|