|
|
| נשלח ב-15/3/2012 23:57 |
|
| |
אהרן מרדכי בעלזער און חיים הערש בני ברק'ער לויפן נאך סאטמאר ירושלים רב!
ווען ר' אהרן טייטלבוים האט געוואלט באקומען אויפמערקזאמקייט אין די וועלט ווערענדיג א סאטמאר רבי, האט ער אנגעהויבן טון משוגענע שטיק אדער זאכן וואס אין סאטמאר האט מען דערפון בעפאר קיינמאל נישט געוויסט. צווישן זיי איז דאס גיין באזוכן דעם צאנזער פון נתני', דעם צאנזער פון בארא פארק און צום לעצט דער בעלזער.
די אלע דריי הנ"ל האבן גאנץ גוט געוויסט אז ר' אהרן'ס באזוך ביי זיי איז נישט מחמת גרויס אהבה, נאר פשוט ווייל ער דארף העדליינס. עכ"פ די אלע דריי, ווי מער ר' אהרן האט זיך אנגעהויבן צו זיי מקרב זיין, אלס מער זענען זיי נאכגעלאפן די זאליס אז זיי ווילן מיט זיי אויך לעבן גוט.
און אזוי איז טאקע געווען, ווען ר' אהרן איז געווען אין ארץ ישראל איז ער געלאפן באזוכן דעם נתני'ער, למעשה ווען דער נתני'ער איז געווען אין אמעריקע האט ער געחלשט צו קומען באזוכן ר' זלמן לייב אפילו אן דעם וואס ער האט אים קודם באזוכט. דער צאנזער פון בארא פארק איז קודם געקומען באזוכן ר' זלמן לייב פאר ער האט אים אפילו באזוכט. די זעלבע די בעלזא זענען נאכגעלאפן די זאליס פאר שלום א לאנגע צייט, און ווען זיי האבן געזען אז עס וועט נישט ארבעטן האבן זיי געלאזט ר' אהרן קומען קודם באזוכן.
היינט ווען הגה"צ סאטמאר רב פון ירושלים איז געווען מנחם אבל זיין אין וויזניץ, האבן זיך גלייך צוגעזעצט נעבן אים אהרן מרדכי בעלזער און חיים הערש מייזליש צו כאפן אפאר בילדער. דער רב האט אפגעזאגט המקום ינחם און אוועקגעגאנגן פון דארט. דאס איז אלעס ווען אהרן מרדכי ווייסט אז קיין שלום וועט נישט זיין, אבער דאך חלש'ן זיי אפילו פאר א בילד מיט די וואס פאררופן זיך עכט סאטמאר!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2012 00:22 |
|
| |
טאטעלע,
עפעס מאכן דיינע ווערטער נישט קיין סענס. ווייל דער סערטער טאנקיסט איז נישט געגאנגען צו כ"ק מהרז"ל, ווי איך געדענק. - נאר פארקערט.
אויך געדענק איך נישט אז דער חבר הכנסת לייזערזאן זאל קומען צו כ"ק אדמו"ר מהרז"ל אין שטוב און אים געגעבן די האנט. נאר פארקערט.
אז דער קלויזנבורגער איז געגאנגען באזוכן כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז זייער נארמאל, ווייל ער איז דער גאסט, און דער גאסט גייט באזוכן צו ערשט.
א קיצור דו פארקאכסט א קאשע, וואס האט קיין כתף און קיין נטף.
אויך ווייס איך נישט אז די בעלזער זאלן בכלל האבן געגאנגען צו די פארטיי פון רז"ל איבער א פיוס. איך ווייס פארקערט. אז שוין 7 יאר וואס מהר"א האט זיי געגעבן דעם אויסוועג, און דאס האבן זיי מקיים געווען אומווילענדיג.
איבער דיין לעצטע שרעקליכע געשעעניש אז ווען הגה"צ המפורסם רבי חיים הערש איז געגאנגען מנחם אבל זיין, זענען פלוצלינג געקומען צו לויפן אהרן מרדכי און חיים הערש מייזליש זיך צוזעצען... איז עפעס מורא'דיג פאני אז עס מאכט פשוט לאכן. ווער קוקט אויף חיים הערש טייטלבוים אז מ'זאל אים נאכלויפן, עס קוקט אויס ווי דו האסט העלוסינעישאנס רח"ל.
ווער לויפט וועמען נאך?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2012 00:40 |
|
| |
לאנצוט
איר דארפסט זיך שוין אויסלערנען וויאזוי היידפארק ארבעט
הגרח "צ איז היינט געזעסן אינאיינעם מיט ר ' אהרן מרדכי רוקח ביי ניחום אבלים אין וויזניץ
האבן מהרזל "ס חסידים מורא אז מוועט שרייען אויף זיי
קומט ער מיט א תורה אז ר ' אהרן מרדכי איז אים נאכגעלאפן ..
אזוי עקלדיג די פאלשע פאליטיקס
אייגנטליך
טאטעלע
וואס טאקע זוכט הגרח "צ ביי ניחום אבלים אין וויזניץ בכלל ?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2012 02:38 |
|
| |
דער צאנזער פון א"י איז למעשה געווען באזוכן?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2012 08:46 |
|
| |
| אישור כתב: |  | לאנצוט
הגרח "צ איז היינט געזעסן אינאיינעם מיט ר ' אהרן מרדכי רוקח ביי ניחום אבלים אין וויזניץ
האבן מהרזל "ס חסידים מורא אז מוועט שרייען אויף זיי
קומט ער מיט א תורה אז ר ' אהרן מרדכי איז אים נאכגעלאפן ..
אזוי עקלדיג די פאלשע פאליטיקס
אדרבה ברענג מיר א בילד פונעם ניחום אבלים, ומשם נוכיח
אייגנטליך
טאטעלע
וואס טאקע זוכט הגרח "צ ביי ניחום אבלים אין וויזניץ בכלל ?
אייגנטליך וואס טאקע זוכט הגר"א ביי סערעט וויזשניצער און חיפה, אדער ביים צאנזער פון נתני' וכו' וכו'??
(אויפן בעלזער פרעג איך נישט ווייל דאס איז דאך משפחה, איי ער האט דאך א ברידער וואס צו אים גייט ער נישט... תיקו)
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2012 16:20 |
|
| |
הייסט אזוי, אויב איך בין א שייגעץ, ביסטו אויך? מ'האט דיך געפרעגט א קשיא: מעג מען גיין צו אגודיסטן אדער נישט?
דיסקלעימער: לאנצוט האלט קלאר אז מ'מעג גיין, והא ראי' אז דער בעל דברי יואל איז אויך געגאנגען. איך רעד נאר לשיטת הסיקריקים.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2012 17:45 |
|
| |
לאנצוט + חלה דעקל: ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער ס'פארשטייט נישט וועט נישט פארשטיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2012 18:09 |
|
| |
| שמעלקאלע כתב: |  | לאנצוט + חלה דעקל: ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער ס'פארשטייט נישט וועט נישט פארשטיין.
|
|
איך פארשטיי נישט פארוואס דו דארפסט מיר שעלטן, ווען איך האב דיך בלויז געפרעגט א נארמאלע פראגע. אויב דו האסט נישט זאכליך צו זאגן, דארפסטו שעלטן?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|