בית פורומים אידישע געדאנק

דער ברך משה זצוק"ל זאגט: מה בין בני לבן חמיו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/3/2012 20:54 לינק ישיר 
דער ברך משה זצוק"ל זאגט: מה בין בני לבן חמיו

ווי ר' אהרן האט זיך אויפגעפירט בחיי אביו, איבערעהויפט פון תשנ"ט ווייסט יעדער.

עס איז נאר צו דערמאנען די דרשה א טאג נאך ח"י סיון ביי עם אין בעיסטמענט


"דער טאטע ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט עם פון מאנטאג ביז מיטוואך"

זאל קיינער נישט מיינען אז עס רעדט אז זיין טאטע האט עם דאן מרחק געווען מביתו, עס האט זיך גערעדט דעמאלץ אז ער האט עם נישט געלאזט אז ער זאל זיך פראקאלאמירן אלס "רב הצעיר" פון סאטמאר, און עם פארוואנדלען פאר אן אומרעלעוואנטער "רב הזקן".


איצט קוקט דאס ווידיאו, ווער עס פירט זיך אויף גאר אנדערש און יאר תשנ"ו, 6 יאר בעפאר ער האט זיך אומגעקערט לחיק אביו







תוקן על ידי ברעקינג ב- 22/03/2012 20:54:05




תוקן על ידי ברעקינג ב- 22/03/2012 21:02:52




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2012 21:46 לינק ישיר 

שלום הרב ברעיקינג:

דאס אז ר' אהרן זאל דאס האבן געזאגט איז דאך א היידפארק מעשה, אדער א משה גבאי מעשה, וואס די וועלעכע זענען דארט געווען שרייען אז ס'איז פוסט-שקר. ממילא איז עס נול.

אבער דאס אז מ'האט אוועקגענומען דעם ברך משה (געצווינגען) פון די חתונה פון זיין אייניקל, און פון זיינע אור-אייניקלעך, אזוי אז דער ברך משה האט ליידער נישט דערלעבט צו זעהן קיין איין חתונה פון קיין איין אור-אייניקל, נישט ווייל ער האט נישט געלעבט, נאר ווייל פאר פאליטיק האט מען אים אוועקגעפירט קיין פלארידא, און אים געמאכט צו נער, ללעג ולקלס, לבושה ולחרפה פאר די גאנצע וועלט, דאס האט יעדער געזען.

און אין וויזניץ האט מען דאס נישט געטאן. מ'האט דעם וויזניצער רבינ'ס מצב נישט אויסגענוצט.

ביסט מכובד צו ענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2012 22:21 לינק ישיר 

מיסטער לאנצוט

עס איז נישט קיין הייד פארק מעשיות


עס איז דא עדות פון מענטשן וועלכע זענען דאן נאך געווען אהרונים און זענען געווען אנוועזענד ביי די דרשה

איך אליין האב עס געהערט פון דריי אהרונים, שמעון ישראל קליין און יצחק קארצאג און פון מיסטער אולי דאסקאל.



און דאס אז ער האט געקאלט ר' מאיר בראנסדארפער זצ"ל מוסר מודעה זיין קעגן זיין טאטן פלניא גזלנא וכו' איז אויך שקר?




צווייטענס מיסטער טיפש לאנצוט, די מיינסט אז די רעדסט דא מיט לאנצוט'ער חסידים ווי די וועסט זיין פארקויפן ציגענע באבקעס אדער דרעק מיט לעיבער?

ר' ישראל האגער האט מען נישט נאר צוגענומען זיין טאטן פון זיינע שמחות, נאר מ'האט עם מבזה געווען אין גאס ווי א פברעכער קינד און קייט האבן עם פארגעשלאגן, און פארן גארנישט טאן


דאקעגן ר' אהרן טייטלבוים האט מיט זיינע רשעי הקהלה גערופן אין געריכט זיין טאטן, אין געפאדערט פון געריכט אז זי זאלך באשליסן אז זיין טאטנס החלטות איז נישט בינענד.

נו, וואס האסט געוואלט, אז דער ברך משה זאל קומען צו ר' אהרן שמחות און זאל עם נאך געבן א קיש דערפאר?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2012 22:45 לינק ישיר 

ברעקינג כתב:
מיסטער לאנצוט

עס איז נישט קיין הייד פארק מעשיות
איך האב עדות וועלכע זאגן אז ס'איז שקר.

עס איז דא עדות פון מענטשן וועלכע זענען דאן נאך געווען אהרונים און זענען געווען אנוועזענד ביי די דרשה
-
איך אליין האב עס געהערט פון דריי אהרונים, שמעון ישראל קליין און יצחק קארצאג און פון מיסטער אולי דאסקאל.
קענסט דאך זאגן האסט עס געהערט ביי די דרשה... האסט דאך א גוטע מיגו. איך קען נאך זיין א גרעסערע ליגנער. (ביי די וועלי אולי דאסקאל איז עפעס א נייע נאמען). איבריג צו זאגן אז ס'איז געבאקן. חוץ אויב דו האסט א טעיפ.


און דאס אז ער האט געקאלט ר' מאיר בראנסדארפער זצ"ל מוסר מודעה זיין קעגן זיין טאטן פלניא גזלנא וכו' איז אויך שקר?
חלילה. וואס איז דער פראבלעם. זיין טאטע האט נישט געמאכט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל פאר רב אין ווילי. יעדער איז איבערצייגט אז משה גבאי האט געמאכט, און די "עיקר שכחתי" האט עס באשטעטיגט ביי די הכתרה פאר טויזענטער מענטשן.



צווייטענס מיסטער טיפש לאנצוט, די מיינסט אז די רעדסט דא מיט לאנצוט'ער חסידים ווי די וועסט זיין פארקויפן ציגענע באבקעס אדער דרעק מיט לעיבער?
--דיין צושטעל דארף זיין געשמאק.
ר' ישראל האגער האט מען נישט נאר צוגענומען זיין טאטן פון זיינע שמחות, נאר מ'האט עם מבזה געווען אין גאס ווי א פברעכער קינד און קייט האבן עם פארגעשלאגן, און פארן גארנישט טאן - אבער קיינער האט נישט אוועקגענומען זיין טאטן פון אים. צי ער איז שולדיג אדער נישט, און אויך נאכדעם האט ער נישט אוועקגענומען דעם טאטן פונעם ברידער מענדל האגער.

משא"כ ביי כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט ער געזען אז זיין טאטע זאל נישט קומען צו די שמחות פון זיין ברודער. ער האט אויסגענוצט זיין טאטנ'ס קראנקע מצב ל"ע. ער האט געמאכט דעם אלטן שוואכן פאטער כקרדום לחפור פה, און א מעסער צו שטויסן דערמיט.

ביסט מכובד צו זאגן מיט וועלכן היתר.


דאקעגן ר' אהרן טייטלבוים האט מיט זיינע רשעי הקהלה גערופן אין געריכט זיין טאטן, אין געפאדערט פון געריכט אז זי זאלך באשליסן אז זיין טאטנס החלטות איז נישט בינענד.
- זיין טאטע האט נישט געמאכט קיין החלטות. איין החלטה האט ער געמאכט איידער ער איז קראנק געווארן. נאכדעם איז ער שוין ליידער נישט געווען ביכולת צו מאכן סיי-וואס.

נו, וואס האסט געוואלט, אז דער ברך משה זאל קומען צו ר' אהרן שמחות און זאל עם נאך געבן א קיש דערפאר?
דער ברך משה איז נישט געקומען און נישט געגאנגען, מ'האט אים געברענגט און אוועקגעפירט. און די מעדיקעל רעקארדס צייגן דאס.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 03:36 לינק ישיר 

לאנצעטל, ווען מען הערט די אויפריכטיגע ווערטער ווי א איד איז מקיים מצות כבוד אב אפילו ער איז גערעכט ,זעט מען וואס פאר רעזימע דיין צדיקל רבי טראגט אויף זיך (איך רעדט שוין לשיטתך=לרצונך אז ער האט נישט געזאגט בחייכון וביומייכון)

ר' ישראל האט אויך געקענט ווען נוצען די סוגיא פון מתוך אין זאגן דער עולם וויל......

א בושה פאר סתם א איד אזוי זיך אויפציפירן קעגן א טאטן כ"ש פאר א רב הצעיר


תוקן על ידי געלעכטער ב- 23/03/2012 03:36:51



תוקן על ידי געלעכטער ב- 23/03/2012 03:39:49




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 03:39 לינק ישיר 

מיסטער לאנצוט שרייבט:


איך האב עדות וועלכע זאגן אז ס'איז שקר

ווען די דרשה איז געזאגט געווארן ביסטו נאכנישט געווען א ספינקער חסיד און האסט נאכנישט געהאט שייכות מיט דמשק אליעזר, ביסט געווען א בחור'ל,

די אלע עדות דיינע זענען אזוי אמת ווי צוויבעל מיטן ראחוב'ער'ס עדות.

.


קענסט דאך זאגן האסט עס געהערט ביי די דרשה... האסט דאך א גוטע מיגו. איך קען נאך זיין א גרעסערע ליגנער. (ביי די וועלי אולי דאסקאל איז עפעס א נייע נאמען). איבריג צו זאגן אז ס'איז געבאקן. חוץ אויב דו האסט א טעיפ.
איינס, איך האב נישט קיין מיגו ווייל איך בין קיין אהרוני קיינמאל נישט געווען, צווייטענס אולי דאסקאל איז השעתו געווען א מתפלל פון די סיגוט'ער וומ"ס ליצים ביהמ"ד, און זיין ענסער מאשין ביי בי. ען. עיטש. האט ארויגעלייגט זיין נאמען "אולי דאסקאל".

 
חלילה. וואס איז דער פראבלעם. זיין טאטע האט נישט געמאכט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל פאר רב אין ווילי. יעדער איז איבערצייגט אז משה גבאי האט געמאכט, און די "עיקר שכחתי" האט עס באשטעטיגט ביי די הכתרה פאר טויזענטער מענטשן.
מ'זעט אז די ביסט דאן געווען א קינד, עס איז דא דריי טעיפ'ס ווי דער ברך משה נעמט עם ארויף אלס רב אין וומ"ס, איינס ביי די הכתרה בביתו נאוה ח"י סיון, צווייטענס, דריי טעג דערנאך ביי די אסיפה פון די ראשי הנהלת המוסדות מיט די אלע ראשי מערכת החינוך, דריי א' חיי שרה תש"ס אין ביהמ"ד הגדול, פיר, ביים הכתרה מוצש"ק חנוכה תש"ס.

קומסטו די צולייגער זאגן אז משה גבאחי האט עס געמאכט, און ווער האט געמאכט די אומגעלונגענע "רב הצעיר" פ
וטש?



אבער קיינער האט נישט אוועקגענומען זיין טאטן פון אים. צי ער איז שולדיג אדער נישט, און אויך נאכדעם האט ער נישט אוועקגענומען דעם טאטן פונעם ברידער מענדל האגער.
ביסט א גהעריגער לא עלינו, קיינער האט נישט אוועק גענומען זיין טאטן פון עם, געדענקסט וואס איז געווען אין שוויץ
סתם א שאלה מיסטער לאנצוט,אפשר זאגסטו מיר ווער האט נישט געלאזט קומען דעם ברך משה אויף ר' חיים הערש מייזליש חתונה, אויך משה גבאי



משא"כ ביי כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט ער געזען אז זיין טאטע זאל נישט קומען צו די שמחות פון זיין ברודער. ער האט אויסגענוצט זיין טאטנ'ס קראנקע מצב ל"ע. ער האט געמאכט דעם אלטן שוואכן פאטער כקרדום לחפור פה, און א מעסער צו שטויסן דערמיט.

ווען די וועסט מיר מוכיח זיין אז דער סאטמאר רבי שליט"א האט ניישט געלאזט זיין טאטן קומען צו ר' אהרן'ס שמחות וועל איך דער ענטפערן אויף די פראגע.
 
.
זיין טאטע האט נישט געמאכט קיין החלטות. איין החלטה האט ער געמאכט איידער ער איז קראנק געווארן. נאכדעם איז ער שוין ליידער נישט געווען ביכולת צו מאכן סיי-וואס.
אבער אויפנעמען דעם אומגעלאנגענעם "רב הצעיר" א' חוה"מ תשנ"ט האט ער יא געקענט, דארט איז ער שוין יא געווען געזונט.


דער ברך משה איז נישט געקומען און נישט געגאנגען, מ'האט אים געברענגט און אוועקגעפירט. און די מעדיקעל רעקארדס צייגן דאס.
וואס? דעם ברך משה האט מען אויך געקניפט און געציפט און געשטיפט ווי חיים שלמה פישער שטיפט און ציפט ר' אהרן ווען עס פעלט זיך אויס?


תוקן על ידי ברעקינג ב- 23/03/2012 03:55:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 03:40 לינק ישיר 

אפשר קען עס איינער ארויפשטעלן אז די דששעי נעט באניצער זאלן עס קענען הערן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 03:55 לינק ישיר 

איך רעד שוין נישט ווען דער רב הצעיר זאל זיך ברעכן נאר אביסעלע  אין זיך אויפירן נאר 50 פראצענט ווי זיין שוואגער בשעת ער האט געוואנדערט אין גלות וואלט ער ציקוועטשט זיין ברודער מיט משה גבאי אינאיינעם מיט אלע זיינע שונאים,

נא, איז ער דאך הגה"ק ,אין איינער וואס איז הגה"ק דארף זיך נישט ביליג מאכן פארן א טאטן אז זיין כבוד זאל נישט פארשוועכט ווערן,

נאך דערצו ווען ער איז דער בריק צום רבין ז"ל

דאס וואס זיינע נאנטע האבן אפען געשאלטן דעם טאטן איז דאך נישט קיין פראבלעם ווייל זיי זענען די עכטע חסידים אין זיי  דארפן זיך אנעמען פארן רב הצעיר פארן כבוד פונעם טאטען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 06:03 לינק ישיר 





תוקן על ידי סאטמער100 ב- 23/03/2012 06:02:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 06:08 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
איך רעד שוין נישט ווען דער רב הצעיר זאל זיך ברעכן נאר אביסעלע  אין זיך אויפירן נאר 50 פראצענט ווי זיין שוואגער בשעת ער האט געוואנדערט אין גלות וואלט ער ציקוועטשט זיין ברודער מיט משה גבאי אינאיינעם מיט אלע זיינע שונאים,



ער האט געטון אסאך בעסער. ער האט געמאכט אז זיין ברידער און משה זאלן זיך אליין צוקוועטשען פאר די גאנצע וועלט

איעדע רב בישראל וואס האט נישט געהאט צוטון מיט רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע האט די פולסטע מאס רעספעקט פארן רבין שליט"א (מהר"א). קיינער פון זיי האלטן נישט קיין איין מינוט אז זלמן לייב איז דער יורש ברוחניות אדער בגשמיות.

אין ווער נאך ווי זלמן לייב און משה האבן זיך אליין צוגרינד געלייגט ווען מ'האט אוועקגעפירט דעם רבין זי"ע ביי די חתונה פון הרב יואל גלאנץ שליט"א.  פרעמדע רבנים ווי ר"י שערי יושר וכו' האבן געפילט פאר וויכטיג צו זאגן זייער מיינונג אז דאס איז מעוות לא יוכל לתקן ווער האט וועם צוקוועטשט דאן 

משה און זלמן לייב אליין 

ממיילא שטייט ער אסאך בעסער   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 13:55 לינק ישיר 

ברעיקינג, איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, אבער פון דיינע שאלות קוקסטו נישט אויס צו זיין צו אלט

פארוואס איז דער ברך משה נישט געפארן צו ר' חיים הערש מייזליש חתונה?

דו ענטפערסט די ריכטיגע תשובה, פרעג די יודעים פון דאן, קיינער האט עס נאך נישט אפגעלייקנט, ער האט געהאט א פריוואטע קאנפליקט מיט ר' בעריש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 18:57 לינק ישיר 

סאטמער100 כתב:
איך רעד שוין נישט ווען דער רב הצעיר זאל זיך ברעכן נאר אביסעלע  אין זיך אויפירן נאר 50 פראצענט ווי זיין שוואגער בשעת ער האט געוואנדערט אין גלות וואלט ער ציקוועטשט זיין ברודער מיט משה גבאי אינאיינעם מיט אלע זיינע שונאים,



ער האט געטון אסאך בעסער. ער האט געמאכט אז זיין ברידער און משה זאלן זיך אליין צוקוועטשען פאר די גאנצע וועלט
אין פארדעם האט ער א גערעסערע ישיבה ווי דער רב הצעיר?

איעדע רב בישראל וואס האט נישט געהאט צוטון מיט רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע האט די פולסטע מאס רעספעקט פארן רבין שליט"א (מהר"א). קיינער פון זיי האלטן נישט קיין איין מינוט אז זלמן לייב איז דער יורש ברוחניות אדער בגשמיות.
וועגן דעם זענען אלע סאטמערע דיינים ביים אינגערען ברודער?

אין ווער נאך ווי זלמן לייב און משה האבן זיך אליין צוגרינד געלייגט ווען מ'האט אוועקגעפירט דעם רבין זי"ע ביי די חתונה פון הרב יואל גלאנץ שליט"א.  פרעמדע רבנים ווי ר"י שערי יושר וכו' האבן געפילט פאר וויכטיג צו זאגן זייער מיינונג אז דאס איז מעוות לא יוכל לתקן ווער האט וועם צוקוועטשט דאן דער זעלבער וואס איז געווארן ציקוועטשט ווען דער ברך משה איז נישט געווען ביי חיים הערש מייזליש'ס חתונה

משה און זלמן לייב אליין 

ממיילא שטייט ער אסאך בעסער   בעסער ווי פאר תשנ"ט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 18:59 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:
ברעיקינג, איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, אבער פון דיינע שאלות קוקסטו נישט אויס צו זיין צו אלט

פארוואס איז דער ברך משה נישט געפארן צו ר' חיים הערש מייזליש חתונה?

דו ענטפערסט די ריכטיגע תשובה, פרעג די יודעים פון דאן, קיינער האט עס נאך נישט אפגעלייקנט, ער האט געהאט א פריוואטע קאנפליקט מיט ר' בעריש


איז וואס האסטו דא גענטפערט? אז עס איז דא אזא זאך אז דער ברך משה האט נישט געוואלט גיין צי א קינדס חתונה ווייל מען האט אים מצער געווען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2012 19:09 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
שלום הרב ברעיקינג:

דאס אז ר' אהרן זאל דאס האבן געזאגט איז דאך א היידפארק מעשה, אדער א משה גבאי מעשה, וואס די וועלעכע זענען דארט געווען שרייען אז ס'איז פוסט-שקר. ממילא איז עס נול.וועגן דעם האט מען מבער געווען די טעיפ?

אבער דאס אז מ'האט אוועקגענומען דעם ברך משה (געצווינגען) פון די חתונה פון זיין אייניקל, און פון זיינע אור-אייניקלעך, אזוי אז דער ברך משה האט ליידער נישט דערלעבט צו זעהן קיין איין חתונה פון קיין איין אור-אייניקל, נישט ווייל ער האט נישט געלעבט, נאר ווייל פאר פאליטיק האט מען אים אוועקגעפירט קיין פלארידא, און אים געמאכט צו נער, ללעג ולקלס, לבושה ולחרפה פאר די גאנצע וועלט, דאס האט יעדער געזען. נאך אלטס א גרעסערע בושה אין א ביזיון פאר א טאטן כ"ש א רבן של ישראל צי באקומען א סאפינע פון א פעמעלי קארט אויף דער עלטער פון 90 יאר פון א אייגען קינד נישט קיין אייניקעל וואס טענהט אז ער איז רב הצעיר וועגן ער איז הגה"ק

און אין וויזניץ האט מען דאס נישט געטאן. מ'האט דעם וויזניצער רבינ'ס מצב נישט אויסגענוצט.מיינסט צי זאגן אז דארט האט דער זון נישט בייגעפאלן צו ריפען אין א פעמעלי קארט?

ביסט מכובד צו ענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2012 12:57 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:


דאקעגן ר' אהרן טייטלבוים האט מיט זיינע רשעי הקהלה גערופן אין געריכט זיין טאטן, אין געפאדערט פון געריכט אז זי זאלך באשליסן אז זיין טאטנס החלטות איז נישט בינענד.
- זיין טאטע האט נישט געמאכט קיין החלטות. איין החלטה האט ער געמאכט איידער ער איז קראנק געווארן אז אהרן טייטלבוים מוויזשניץ איז נישט בעה"ב אין סאטמאר. נאכדעם איז שוין ליידער נישט געווען ביכולת צו מאכן סיי-וואס.

נו, וואס האסט געוואלט, אז דער ברך משה זאל קומען צו ר' אהרן שמחות און זאל עם נאך געבן א קיש דערפאר?
דער ברך משה איז נישט געקומען און נישט געגאנגען, מ'האט אים געברענגט און אוועקגעפירט. און די מעדיקעל רעקארדס צייגן דאס, און די גרסטע ראי' דערצו איז אז רבי אהרן טייטלבוים האט אים מבזה געווען בחוצות העיר, און געזאגט יעדן שני וחמישי אז די טאטע ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך מיט אים

                                                                 מכובד צו ענטפערן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 16:55 לינק ישיר 

שמעלקע. טענו לו בחטין והודו לו בזכר קדשו.

1) די ארונים האבן באווייז אז דער ברך משה האט גארנישט געמאכט און גארנישט געטאן. זייער באווייז איז אז משה פריעדמאן האט געמאכט און משה פריעדמאן האט געטאן, ומה שעשה אינו עשה.

2) מ'האט גערופן אין קאורט יעקב כהנא, ווייל ער האט געוואלט גיין נאר צו זיינע פעיראלל דיינים. וואס האסטו טענות, האסט געהאט א ברירה קום צו דין תורה, אביסלע טינט בעט דאך דער ראש הקהל הרב שאול פערלשטיין, נישט אזוי?

3) מ'האט דעם ברך  משה אוועקגעפירט פון די חתונות פון זיינע אייניקלעך קיין פלארידא, פון תשס"א אנגעהויבן, די פעמיליע קאורט איז געווען אין תשס"ה. דאס צייג איך דיר וואסערע מישמאש דו מאכסט, ביסט אינגאנצן נישט גרייט צו ענטפערן צו דער זאך, אבי געשאסן.

4) ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער ווייסט נישט בחייכון. ס'איז איינע פון די היידפארק מעשה'לעך איז גרינג צו באקן און גרינג צו מאכן גרויסע רויטע ווערטער. אבער עס בלייבט דאך געבאקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער ברך משה זצוק"ל זאגט: מה בין בני לבן חמיו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext