בית פורומים אידישע געדאנק

מזל טוב הגה"ק אדמו"ר מזלאטשוב מתיר בני יואל חתונה, הגה"ק משארמאש מסדר קדושין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/3/2012 15:45 לינק ישיר 
מזל טוב הגה"ק אדמו"ר מזלאטשוב מתיר בני יואל חתונה, הגה"ק משארמאש מסדר קדושין

הגאון הקדוש אדמו"ר מזלאטשיב שליט"א, באשיינט בבגדי שבת
אויף די חתונה אין בני יואל פון ב' הרה"ח משמש בקודש רבינו זי"ע ר' משה שווארץ שליט"א
עם בן הרה"ח העסקן נמרץ ר' יונתן פישער שליט"א


 




תוקן על ידי 1satmar ב- 26/03/2012 16:28:36




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2012 16:56 לינק ישיר 

1SATMAR,
בערך וויפיל כ"ק אדמו"ר מטהש האט מתיר געווען.
איר געדענקט נאך די גרויסע שמחה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 17:39 לינק ישיר 

לויט דעם האט ער מתיר געווען שערי חמלה ווייל ער דארט באזוכט אפאר יאר צירוק.....
נאר וואס דען גיי ענטפר פאר....
עס איז נאר אינטערסאנט צו קוקען דעם קליפ צו זעהן פין וואסערע צאמשטעל די קרית יואלע מתנחלים זענען צאמגעשטעלט...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2012 22:48 לינק ישיר 

לאמיר אנהייבן די מעשה פונעם אנהויב.

ר' יונתן פישער האט זיך משדך געווען מיט משה שווארץ בתנאי כפול ומוכפל נישט צו חתונה מאכן אינעם גע'אסר'טע זאל. אין כמעשה זאלי/ בנ"י האט ער געלאזט דעם מחותן פייפן ווען עס איז געקומען באשטעלן דעם זאל. אזש ביזן סטראשענען מיטן אפלאזן דעם שידוך אויב עס וועט נישט פארקומען אינעם זאל. ווען דער חתן ר' יוסף אלי' האט געזען אז דאס איז נישט קיין תכלית איז ער אריין געגאנגען צום זלאטשובער רבי'ן און מסביר געווען דעם פראבלעם אויף וואס דער זלאטשובער רבי שליט"א האט אים געענטפערט מיט א קלארשאפט נישט צו מאכן דארט די חתונה. ווען דער מחותן האט זיך ווייטער געעקשנ'ט און דער חתן איז נאכאמאל אריין צו זלאטשובער רבי.

האט אים זלאטשובער רבי שליט"א געעפרעגט "ני וואס זאל איך טוהן?" ווען דער חתן האט אים פארציילט אז מיטן רשות פונעם מרא דאתרא וועט מען קענען דארט חתונה האבן האט ער אים באפוילן אז ער זאל גיין פרעגן רשות. און נאר אזוי וועט ער אננעמען די סידור קידושין.

דאן האט זיך אנגעהויבן א געסטראשעריי פונעם זאל אז אויס וועט מען ח"ו האבן רשות פונעם מרא דאתרא וועט די חתונה נישט פארקומען בנוסף לזה וואס דער זלאטשובער רבי שליט"א טראגט נאך אויף זיך גאר א שמוציג פעקל פון גיין באזוכען די מוסד שערי חמלה מיט צוויי אהאלב יאר צוריק.....

דאן איז די חשובע מרת פישער שתחי' אריין צום מרא דאתרא האדמו"ר מ'סאטאמר שליט"א וועלכע האט באקומען די פולסטע רשות אז דער זלאטשובער רבי שליט"א זאל מסדר קידושין זיין.

דעם פארגאנגענעם מוצשב"ק נאך מלוה מלכה האט דער חתן פארציילט פארן זלאטשובער רבי שליט"א אז מען האט ב"ה באקומען רשות. דער רבי שליט"א האט זיך אנגערופן "דעמאלטס וועל איך גיין צו די חופה".

דאן נאכן מלוה מלכה ווען איינער פון די נאנטע ביים זלאטשובער רבי איז אריין מיט א קוויטעל. האט אים דער זלאטשובעררבי אויסגעפרעגט. וואס די גאנצע שערורי' זיך ארום דעם זאל. און דער רבי האט באויפטראגט יענעם אלס א שליח צו גיין פרעזענדליך פרעגן דעם סאטמארער רבי שליט"א רשות איבער דעם סידור קידושין.

פארשטייט זיך יענער - וואס האט זיך שוין א לענגערע צייט געריבן די בויך פאר שמחה אז דער זלאטשובער רבי גייט זיין סידור קידושין אן קיין רשות- איז קיין רשות נישט געגאנגען פרעגן אין פליטה געמאכט.

פאר די חתונה ווען מען האט אנגעהויבן צו רעדן פון גיין צו די חתונה, האט דער רבי נאכאכמאל "האט מען שוין געפרעגט דעם רב?" וויפיל מאל מען האט אים געענטפערט יא! האט עס נישט געהאלפן נאר ער האט אליינס געוואלט הערן פונעם רב כלשונו. 

דאן האט מען אריבער געשיקט בהכרח על אפו וחמתו פונעם גבאי'ן איינער מחשובי אנ"ש בקרית יואל וועלכע דרייט זיך אסאך אין זלאטשוב אליינס אריבער גיין צום סאטמארער רבי שליט"א און זעהן אז עס זאל געמאכט ווערן דעם פרעזענליכען טעלעפאון רוף צום זלאטשובער רבי'ן.

אנקומענדיג צום סאטמארער רבי שליט"א איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה וועלכע האט גורם געווען אז דער שליח האט נישט געקענט צוקומען. ווען אין די צייט איז דער זלאטשובער רבי שליט"א געזעצען אינדערהיים און נישט געוואלט הערן פון גיין אין קאר אריין ביז ער באקומט דעם טעלעפאון רוף.

זעענדיג אז דער קבלת פנים ווערט פארטיג און ביים סאטמארער רבי שליט"א איז נאך אלס נישט געווען שייך צוצוקומען. האט מען איבערגעגעבן פארן זלאטשובער רבי אז מען דארף שוין גיין צו די חופה און אויפן וועג וועט מען שוין מסדר זיין דאס ענין.

אבער והוא באחד. איך גיי נישט ווילאנג דער רב רופט..... אבער מען האלט שוין ביים חופה? "מען איז יוצא מיט שמחת חתן וכלה אויך" האט דער זלאטשובער רבי געענטפערט.

וכן הוה. מארגענשטערן איז די לעצטע מינוט געקומען צו רייסן פארן סידור קידושין.

טראץ זיין עלטער און שוואכע כוחות האט ער זיך געשטארק אויף אלע ארומיגע און זיך נישט זאלאגט פארפירן פון קיינעם...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 23:03 לינק ישיר 

אינטערסאנט איז נאר, אז ווען ר' יונתן פישער איז אריינגעגאנגען צום אזויגערופענער מרא דאתרא מיט א קוויטל פאר די חתונה, האט דער צדיק געזאגט "בענוות קדשו" איך קען נישט ליינען דעם קוויטל... (געהערט פון משפחה מיטגלידער)
אבער ... ער האט געגעבן רשות פאר מרת פישער ....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 23:09 לינק ישיר 

קען דאס זיין אמת אז די צד בני יואל סטראשעט מיט אפלאזן א שידוך

אויב וויל מען נישט חתונה מאכן אין זייער זאל ?


זענען די בני יואל טאקע מוסולמענער טיפ קיצונים ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 23:22 לינק ישיר 

איך קויף נישט קיין שום מעשה'לעך.
זלאטשוב'ער רבי איז א הייליגער יוד, אבער אויב מ'האט געקענט באקומען א חתימה פון הרה"ק רבי אהרן מבעלזא אויף די בחירות הטמאות דורך געקונצלטע וועגן, קען מען לכאורה גאנץ גרינג אריינבאקומען זלאטשובער רבי אין עטרת מאיר צבי.

זייט רעאליסטיש ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 00:14 לינק ישיר 

פנחס יואל איך האב היינט ציפרי געהערט די זעלבע מעשה מיט די ראשי פרקים פין א צווייטע מקור


מיר איז נאר אינטערסאנט די שיטה פין די זאליס
אויב האט ער געקענט באזוכן שערי חמלה וואס איז לויט בעק/מארגענשטערן יהרג ואל יעבור
וויאזוי ווערט ער פליצלינג אזוי גרויסע זאלי אז ער זאל וועלן מסדר קדושין זיין אן רשות?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2012 00:49 לינק ישיר 

לאנצוט טייערער


לויט דיר קומט אויס אז דו ביזט מודה אז דיין רבי איז נישט קיין קדוש, און ער איז נישט אין די קאטעגאריע פון די הייליגע אידן וואס קענען מאכן א טעות...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 01:05 לינק ישיר 

עכטער חסיד,
ביטע ליין גוט איבער:
איך האב דען געזאגט אז כ"ק אדמו"ר מזלאטשוב האט געמאכט א טעות?

אבסעלוטלי נישט. איך האב געשריבן אז אויב הרה"ק בעלזער רבי זי"ע וועלכער איז געווען א קדוש עליון, האבן יונגאטשען געקענט אריינכאפן, איז נישט קיין חכמה אריינצוכאפן זלאטשובער רבי. איך זאג נישט ער האט געמאכט  א טעות. איך האלט אז זלאטשובער רבי שליט"א ווייסט בכלל נישט אז די זאל האט עפעס א פראבלעם. אז מ'זאגט אים נישט.

דאס איז ראשית.

שנית, האלט איך נישט אז דאס אז זלאטשובער רבי איז אריין, מיינט עפעס. איך האב שוין געזאגט צענדליגער מאל, אויב וועט איר מודה זיין אז דאס וואס רבי יחזקאל ראטה איז נישט אריין, איז א מורא'דיגער פליק פאר די בני יואל/זאלונים, האלט איך נישט אז דאס וואס מ'האט אריינגענאר'ט זלאטשובער רבי דארף זיין א פליק פאר די ארונים.

דיעל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 05:38 לינק ישיר 
הגה"ק אדמו"ר מזלאטשוב באשיינט די חתונה, ווי אויך הגה"צ אדמו"ר מדאראג שליט"א




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2012 06:35 לינק ישיר 

דאראגע רב האט מסתמא אויך באקומען רשות פון ר' אהרן. אפשר נישט ממש רשות נאר ער האט געוואלט בעטן רשות. ער האט געקאלט ר' אהרן פרעגן אויב ער מעג גיין צום חתונה אבער ר' אהרן האט פארשטאנען אז מען דאראגע רב פרעגט אויב....... נו פנחס יואל העלף מיר שרייבן....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 17:00 לינק ישיר 

כ'קענישט סטאפן פון קאטשענען פון געלעכטער, די חארויניס לעבן אין לאלא לענד, וואסארא אילוזיעס גג על גג, א גאנצע דעמעדש קאנטראל טעים וואס ארבעטען פול טיים אויף הייד פארק אין דעם פארום צו פארוואסערן און אויסצוגלאנצען דעם מיאוסן פרצוף פונעם פאנדשעלאו פארטיי,
מיסטער לאנצוט ענד קא,  זענען דא אויף א מישען, זייער אילוזיע גייט נישט ווייטער פון הייד פארק, זיי שפירן זיך אין די העכערע ספערן ווען זיי פירקלען אן יעדען אשכול מיט טויזענטער תירוצים און לאגישע אויסריידן אויף יעדע פאקט וואס ווערט באריכטעט דא, ס'איז קאמיש וויאזוי ערוואקסענע מענטשן נאאיווע קעלבער, נעמען אזויפיל מי צו שיין אויסצוצירן דעם נזם אף חזיר, 

לאמיר עס צולייגן אויף קליין געלט, 

עס איז באריכטעט געווארן אז זלאטשובער רבי שליטע איז מתיר א בני יואל חתונה, וואס ברויכט איר מער, דער דברי געציל מיט דער בירך לאוב האלטן קלאר אז רביה"ק  האלט מ'טאר זיך נישט באטייליגען ביי א חתונה אין עטמ"צ ווי דער שארמאשער רב איז מסדר קידושין, און דער זלאטושבער רבי האט זיך יא באטייליגט.

נא וואס פעלט מער פון דעם??!!

לאנצוט כאפט דעם מיקראפאן - אזוי ווי טאהש געדענקסט?, די ענטפער איז א בחינה ווי סי פי אר, קודם א בלאז אריין עפעס, מ'העט שוין זעהן שפעטער צו ס'מאכט סענס צינישט...

היראים -  מער אזא תלמוד חכם'מישדיג ווארטשטעלער - ווארפט אן אטאם באמבע וואס דארף לכאורה צו ווארפן דעם גאנצן פאקט, ס'קען גארנישט זיין אמת ווייל ער האט באזוכט די פאבליק סקול, קומט דאך אויס אז ער איז עס מתיר, במילא איז ער דען אוטאמאטיש אוסר דעם זאל, און פערטיג...

אזא שטיק גאונות, יראים האט ליב די פינטעלעך ... ... .. .. דאס מאכט שטערקער זיין לומדות, 

נו, קען מען דען ענטפערן אויף אזא טיעפן פשעטל? אוודאי נישט, איי הגר"י ראטה וואס האט ג'אסרט דעם דיסטריקט ביהרג ואל יעבור איז לשיטתו אוסר דעם זאל, ווי קען מען מדמה זיין מילתא למילתא! 
איי ר' מעכעלע האט קיינמאל נישט מתיר געווען דעם פאבליק סקול? שוין אבער דאס איז א פאקט אז זיין באזוכען איז עס מתיר!.

פינחס יואל - האט א באלעבאטיש'דיגן בליק -  ער פאנגט אן פון טעלער ברעכן, ר' יונתן פישער האט זיך משדך געווען מיט א ג'אסרטן בנ"י טאטע און גענומען א שנור פון די ג'אסרטען מוסד, אבער ביז אהער קען דערהייבן ג'אסרטע, די בד"ץ די בירך משה מיט אלע פריערדיגע איסורים האט ר' יונתן אויסגעלאכט מיט א שמיץ אריבער, אבער מיטן דברי געציל האט זיך נישט געוואלט שפילן, זיין'ס א איסור איז אן איסור...

בקיצור דער חתן האט שוין געוואלט אפלאזן די שידוך (הגם ער קען דאך גראד נאך די חתונה איבער מאכען די קידושין ביים דברי געציל? א קשיא אויף א מעשה) ווייטער איז פנחס יואל מסביר אלע אינסייד אינפארמעישאן באריכות נפלא אויף א כראנאלאגישע סדר, דער האט געפרעגט, יענער האט גענטפערט, איינער האט געטראכט, אן אנדערער האט געוואלט, ביז ער קומט צו צום אויספיר אז די חתונה איז פארגעקומען דורך א מסד"ק וואס האט נישט באקומען רשות,

און הערט און שטוינט, ער פירט אויס "טראץ זיין עלטער און שוואכע כוחות האט ער זיך געשטארק אויף אלע ארומיגע און זיך נישט זאלאגט פארפירן פון קיינעם..." 
איר הערט ווערטער דער זלאטשובער האט באשיינט די חתונה טראץ ער האט נישט געקענט ריעטשן דעם פאנטשזעלא רעבע, און טראץ וואס ס'נישט געווען קיין רשות...

און הערט ווייטער דער חתן האט אויך נישט אפגעלאזט די שידוך (געטשענשט זיין מיינד), וויאזוי שטימט עס? אה ס'גארנישט לאנצי גייט באלד ענטפערן אויף דעם אויך... 

לאנצי טעהנ'ט גאר אנדערש ווי פנחס יואלי, ער טעהנה'ט מ'האט דייקא יא פארפירט דעם זלאטשובער, ס'האט זיך אקוראט איבערגעשפיעלט די מעשה פון די בעלזער רב'ס חתימה פאר די בחירות, עס איז צו האפן א דער פאנדשיעלאו רעבע וועט פרובירן צו משפיע זיין דעם זלאטשובער רעבע אז ער זאל צוריקציען פון דעם פרעצענדלאזן שריט (אזווי רביה"ק האט פרובירט ביים בעלזער רב) אז נישט קאן געדויערן צענדליגע יארן ביז די פאנדשעלאו חסידים וועלן שלום מאכען מיט די זלאטשובער חסידים.
אבער ער האט נאך איין טרייסט אז ר' יחזקאל ראטה האט נאכנישט באשיינט דעם זאל, שמע מינה אז ער אסר'ט עס, און דאס איז ברור עם אז מהר"י ראטה איז נישט אזויווי בעלזער רב, און אפשר ווייסט ער גאר נישט אז מ'מעג, נאר ער האלט קלאר ס'איז אסור...
פרטים יבואו, דאס איז זיכער מורי ורבותי אז איך וועל ח"ו נישט צונעמען די לעצטע ווארט פון לאנצי, סוף כל סוף איז דאס דאך נישט מיין פול טיים דשאב, און איך זיך נישט צוצנעמען זיין פרנסה וואס ענטערטענט אזויפיל אידן

חג כשר ושמח 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 17:12 לינק ישיר 

זיבעלע.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן אבער דאס אויפברענגען טאהש אהער, איז ספעציעל אין פלאץ. פארוואס ווען איר האט געפונען פאר וויכטיג צו מעלדן איז הרה"ק מטאהש שליט"א האט מתיר געווען דעם זאל... נאר איך לאנצוט טאר עס נישט נוצן צו פראוון "מיין פאינט"?

ביטע זיי מיר מסביר פארוואס ביזטו "עפעס" נישט באקוועם אז איך לאנצוט ברענגט אויף אז "טאהשער רבי" שליט"א האט "אויך" מתיר געווען די גע'אסור'טע זאל?

קיין לאנגע הסבר פארלאנגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 20:39 לינק ישיר 

לאנצעלע -

זייט נישט אזוי ברוגז - איך בין זייער באקוועם אז די ברענגסט ארויף טאהש'ע רבי'ס היתר, איך האב געמיינט אז די שרייבסט ציניש, איך האב נישט פארשטאנען וויאזוי דאס ענטפערט אפ זלאטשובער רבי'ס ערשיינונג ביי א ג'אסרטע חתונה,

אמת טאהשע רבי האט מתיר געוען דא חתונה מאכן נו הכלל האמיר נאך א געווינס, איך בין נישט אזוי באהאווענט וואס ס'גייט דיר נישט און ווארצעל אריין,

בסך הכל איז זלאטשוב אביסעל א גרעסערע געווינס ווי טאהש

א) ווייל זלאטשוב האט ב"ה געהאט די כחות זיך אליין צובאטייליגן נישט נאר געבן זיי ברכות קודש
ב) ווייל דער זלאטשוב איז דאך פון די ארוינישע פארטיי, ער איך דאך פון די מתירי הפס"ל
ג) ער האט דאך מיטגעהאלטן פונעם חתן און מחותנתטע אז ס'פראבלעמאטיש, און ער האט געוויסט אז נאר ער האט רשות צו זיין מסד"ק פונעם פאנדשעלאו רעבע, עכ"ז האט ער ערשיינט בפנים צהלת.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2012 20:43 לינק ישיר 

זיבעלע, איך פארשטיי דיין ווייטאג, אבער איי קענאט העלפ יו, אקוראט ווי דא איז געשריבן האב איך מיטגעהאלטן דורך א נאנטן משפחה מיטגליד יענעם טאג
אבער נעווער טו לעיט, ער איז ס"ה פון די מתירי הפס"ל נו וועם גייט עס אן

אגב מיט דיינע צונעמען קענסטו רופן דעם היליגן דברי יואל פאלם טייץ רבי





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מזל טוב הגה"ק אדמו"ר מזלאטשוב מתיר בני יואל חתונה, הגה"ק משארמאש מסדר קדושין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext