| נשלח ב-26/3/2012 16:02 |
|
| |
דער קשר פון ביד"ץ "העדה החרדית" מיט "סאטמאר"
ווער ס'האט ארומשפאצירט אינעם ארונישעם פורום כל העולם כולו, זעט ווי ווייט זיי זענען פארגיפטעט מיט זייערע גייסטישע "אני אמלוך" פירער, עד כדי כך אז ווער ס'גייט מיט זיי נישט אין שפאן איז טמא טמא יקראו לו (עפ"ל).
איך וועל מיר נישט דא אריינלאזן אין זייערע אויפגעטראכטע שקרים וכזבים, נאר איין ווארט וועל איך דא יא ברענגען וואס כ'האב געהערט פון א גוטן איד, האט ער געזאגט אזוי: די כת האהרונים זענען באוויסט אלס אזאנע וואס האבן אן אייגן אויסגעטראטענעם וועג, מ'האט נישט קיין שייכות צו די פריערדיגע, נו, ווען ס'גייט נאר אזוי, זעט דאך יעדער איינער וואס זיי זענען, אבער די פראבלעם איז אז ווען ס'קומט זיי יא עס גוט צו ניצן פאר א שטעקן די פריערדיגע, דעמאלטס קוקט עס אויס ווי זיי זענען אדוק ומקושר צו אבות אבותינו ורבותינו הק', ע"כ ודפח"ח.
דאס איז א קלארע אפשאצונג אויף די מערכה קעגן דער גרויסע בי דינא רבא העדה החרדית בארה"ק ובראשם מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, יומם ולילה זענען זיי פארנומען משנה צו זיין און אויסרייסן מנהגי רבותינו הק' זי"ע, אויפטרעפן חידושים און ווייזן פאר דער וועלט אז איך בין אויך עפעס א רבי וואס קען מאכן און טוהן פאר אידישקייט (הלוואי), און פלוצלונג ווען ס'קומט א מערכה קעגן ביד"ץ העדה החרדית קומט מען און מ'פראבירט מסביר צו זיין אז אונז האבן מיר זיך פון וועם צו לערנען די שקצות, פון אונזער גרויסע פעטער לבן, דער דברי יואל (עפ"ל), ער האט זיך אויך נישט פארשטאנען מיטן ביד"ץ עדה החרדית, דאס הייסט אזוי: ווען מ'איז אין א קלעם אז דער גאס קוקט עפעס אן די זאך אז מ'לעבט נישט גוט מיטן עדה החרדית, אדער ווען מ'דארף גיין באזוכן פרעמדע רבנים אד"ג, דעמאלטס לייגט מען ארויף דאס פעקל און רשעות אויפן פעטער לבן, אבער ווען אלעס איז כימים הטובים, דעמאלטס נעמט מען דעם פעטער און מ'שטופט אים אריין טיפער אין די אדמה.
יעצט לגבי די היסטאריע וואס זיי פארקויפן דארט איז מיר באמת נישט מעלה ומוריד, ווייל רוב זאכן זענען הלכה'דיגע חלקים וואס ער ברענגט דארטן, און דאס מיינט נישט קיין צופליקט מיטן עדה החרדית, ווייל ביים פאריגען שמיטה האט זיך סאטמאר אויך געהאט געדינגען מיטן ביד"ץ העדה החרדית איבער עפעס א געוויסע ענין, דאס איז ווי חז"ל זאגן ע' פנים לתורה.
און אגב אז מ'רעדט וועגן די בחירות פאר די שטאראט, איז באקאנט די מעשה אז אין יאר תשכ"ה פאר די רבי זי"ע איז אוועקגעפארן פון ארץ ישראל האט זיך די רבי אויפגעהאלטן אין חיפה, און האט דאן געשיקט רופן דעם תולדות אהרן רבי זצ"ל, און אים געזאגט אז מתחילה האט ער טאקע נישט געוואלט ארויסגעבן אן איסור אויף די בחירות, כדי שלא יאמרו אז דאס איז גלייך צו די בחירות פאר'ן כנסת המינים, אבער היינט צו טאגס - האט די רבי געזאגט - אנערקען איך אז עס איז זייער גוט אז דאס ביד"ץ העדה החרדית האט יא ארויסגעגעבן אן איסור אויף די בחירות פאר די ערייה, צוליב די שרעקליכע מכשולות וואס קומען ארויס פון די ערייה גופא.
און בכלל איז באקאנט דאס מוראדיגע קשר עזה און ידידות וואס האט געהערשט אלע יארן ביי רבותינו הק' צום ביד"ץ העדה החרדית, בפרט מיטן מחזק זיין דעם יהדות החרדית אין ארץ ישראל ביי יעדן געלעגנהייט און ביי יעדן באזוך, און אזוי אויך להבחל"ח כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האלט אן א שטארקן קשר און ידידות מיטן ביד"ץ העדה החרדית בכל עת ועידן, (די גרעסטע הבחנה וואס מ'קען זעהן דא איז: אז ווען מ'האט איינגעשפארט הרב עמרם שפירא משב"ק של מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, האט זיך געהערט פון גדולי ישראל ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א א שטארקן קול מחאה אויף דעם שוידערליכן אקט פון מבזה זיין א מרא דארעא דישראל, משא"כ פון דעם ר' אהרן האט מען נישט געהערט קיין מילה אחת, ביי אלע קנאישע דרשות איז נישט ארויפגעקומען קיין מילה וחצי מילה פון די רדיפת הדת בארה"ק אין די לעצטער וואכן).
המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד....
בשם ה' נעשה ונצליח
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/3/2012 16:53 |
|
| |
יש''כ שמעלקעלע
איך וועל נאר צולייגען א ווארט, טאקע משם ראי,' נאך די אלע געטיאכצער וואס רביה''ק האט געהאט מיט די עדה, איז דאס געווען נאר ביי זיך אין שטוב, אבער אין קהלת סאטמאר האט מען געוויסט אז סאטמאר-עדה איז איינס.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/3/2012 17:18 |
|
| |
איך בין שארף קעגן די נארישע און זינלאזע קאמף וואס עטליכע היץ קעפ און שרייבערלעך האבן געמאכט קעגן ר' יצחק טובי'., און איך וויל פאר די רעקארד קלאר-שטעלן אז לאנצוט איז מוחה דערויף בכל התוקף.
דאס אז סאטמאר רבי האט "נישט מוחה געווען" ווען מ'האט ארעסטירט עמרם שפירא איז ער אין מיינע הונדערט פראצענט גערעכט. פינקט ווי הגה"ק רז"ל האט "נישט מוחה" געווען ווען מ'האט ארעסטירט ווייספיש. ער מוז נישט מוחה זיין אז די סיקריקים ווערן ארעסטירט, זיי זענען זיך אליין שולדיג און זיי מאכן א פייער אין די שטאט.
לאמיר זאגן אז מ'וועט דא אין ניו יארק ארעסטירן אזא חשוב'ן עסקן און מסירת נפש איד ווי הרב הצדיק המפורסם רבי הערשל קלאר, דארף יעצט סאטמאר רבי מוחה זיין. אבסאלוטלי נישט.
ר' עמרם שפירא איז א פיינער מענטש, אבער ער איז א סיקריק. ווען ערנסטע מענטשן ווי ר' שלמה פאפענהייט שרייט אז די עדה מאכט חרוב כלל ישראל, און די עדה החרדית גייט צוגרינד, איז דער ר' עמרם שפירא פון די היץ קעפ ביים גאב"ד וועלכע לאזן נישט אזעלכע ערנסטע פירער זאגן זייער מיינונג.
לדעתי זענען די סיקריקים באוועגונג פינקט ווי די נטורי קרתא, אויף וועמען רביה"ק בעל דברי יואל, דער אבי החכמים, דער אבי הקנאים, דער אבי הפקחים געזאגט: "מחריבי קרתא"
לדעת לאנצוט טאר סאטמאר רבי נישט מוחה זיין אויב די סיקריקים ווערן ארעסטירט! זיי מאכן חרוב די עדה החרדית כליל תקטר, וועגן די סיקריקים איז די עדה החרדית היינט א שטיק ליצנות. זייערע פראסטעטן קוקן אויס פינקט ווי די פראטעסטן פון הרב הצדיק רבי הערשל קלאר. (ליצי ליצנות בלע"ז)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 15:39 |
|
| |
שמעלקעלע
לאנצוט!! הייסט אזוי, ר' עמרם שפירא משב"ק גאב"ד י"ם איז א סקריק, מרן גאב"ד ירושלים א סיקריק, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר א סקריק,
ביד"ץ העדה החרדית סקריקים, אלע רבנים און די טויזענט קעפיגן ציבור וואס האבן אנטיילגענומען ביים עצרת מחאה יענעם זונטיג נאכן ארעסטירען הר' עמרם שפירא זענען סקריקים וכו' וכו'....
נו, ווער איז דער אמת'ער קנאי, אהרן טייטלבוים מוויזשניץ בני ברק דער מ"מ פונעם אזויגערופענעם
"דברי יואל" (ס'קאסט א לאך).
תוקן על ידי ben_yahuda ב- 28/03/2012 15:50:17
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 16:49 |
|
| |
| ben_yahuda כתב: |  | שמעלקעלע
לאנצוט!! הייסט אזוי, ר' עמרם שפירא משב"ק גאב"ד י"ם איז א סקריק, מרן גאב"ד ירושלים א סיקריק, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר א סקריק,
-האסט מיך געזען שרייבן אויפן גאב"ד סיקריק. זיין גבאי איז א סיקריק, און שלעפט אריין דעם גאב"ד אין טינופות. האסט נאך אזוינס קיינמאל נישט געהערט?
-
ביד"ץ העדה החרדית סקריקים, איך האב דאס נישט געזאגט. לייג ביטע נישט צו קיין ווערטער צו מיינע.
אלע רבנים און די טויזענט קעפיגן ציבור וואס האבן אנטיילגענומען ביים עצרת מחאה יענעם זונטיג נאכן ארעסטירען הר' עמרם שפירא זענען סקריקים וכו' וכו'.... חלילה. די טויזענט-קעפיגן עולם איז נישט קיין סיקריקים, אבער זיי טוט וויי אז די משטרה ארעסטירט
נו, ווער איז דער אמת'ער קנאי, אהרן טייטלבוים מוויזשניץ בני ברק דער מ"מ פונעם אזויגערופענעם
"דברי יואל" (ס'קאסט א לאך).
-
עס זענען דאך אסאך אמת'ע קנאים און איך וועל דיר אויסרעכנען זייערע נעמען:
כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א (האסט אים אפשר געהערט מוחה זיין אויף דעם ארעסט פון די סיקריקים)?
כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א (האסט אים אפשר געהערט מוחה זיין אויף דעם ארעסט פון די סיקריקים)?
כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א (האסט אים אפשר געהערט מוחה זיין אויף דעם ארעסט פון די סיקריקים)?
ביי מיר זענען די דריי רבי'ס, מנהיגי ישראל, ערליכע אידן. צדיקים באמת, אמת'ע קנאים! און איך שעץ זיי זייער זייער שטארק. און זיי זענען "נארמאלע מענטשן" זיי מאכן מיך פראוד צו זיין א קנאי". זיי קענען דעם ויואל משה, פראקטיצירן דעם ויואל משה, און זענען נישט קיין מחריבי קרתא.
יעצט ביסטו מכובד צו דערלאנגען צוריק.
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 17:01 |
|
| |
שלעכטע נייעס פאר דיר לאנצוט: עס איז דא א ווארימער בריוו בכתב יד קדשו פון ראחמיסטריווקער רבי'ן שליט"א אין שטיצע פונעם "ראש הסיקריקים" הרה"ג ר' שמואל לובעצקי שליט"א און זיין כולל!
יעצט קענסטו שוין צולייגן אויף דיין סיקריקים ליסטע דעם ראחמיסטריווקער רבי'ן אויך.
אגב, סתם פאר אינטערעסאנטקייט. פון וואו נעמסטו דאס אז ר' עמרם שפירא איז א סיקריק? סתם ווייל אזוי שרייבט היידפארק? האסט אמאל גערעדט מיט דעם איד אז דו ווייסט זיינע מיינונגען? האסטו אמאל געהערט אז ער זאל אונטערצינדן א גארבעדזש אויף די גאס אז ער הייסט א סיקריק?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 17:07 |
|
| |
| שמעלקאלע כתב: |  |
ווער ס'האט ארומשפאצירט אינעם ארונישעם פורום כל העולם כולו, זעט ווי ווייט זיי זענען פארגיפטעט מיט זייערע גייסטישע "אני אמלוך" פירער, עד כדי כך אז ווער ס'גייט מיט זיי נישט אין שפאן איז טמא טמא יקראו לו (עפ"ל).
|
|
עס קאסט מיר א לאך! וואס רעדסטו זיך אפ? זייט איך געדענט פאר די לעצטע פופציג יאר, איז סאקמאר אלעמאל געווען "אני אמלוך" עד כדי כך אז ווער עס איז נישט געגאנגען מיט זיי אין שפאן איז געווען טמא טמא יקראו לו, און מען האט זיי טערארעזירט אויפן ערגסטען אופן וואס איז נאר שייך געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 17:10 |
|
| |
טאקע, האט דען עמיצער געזאגט אז די אינגעלייט פון כולל טאר מען נישט שטיצען. איך האב געשריבן אז ס'איז א וויכטיגע צוועק (נישט אזוי וויכטיג ווי מוסדות יטב לב און קרן הצלה ביי מיר) אבער דאך וויכטיג.
איך האב דיך געפרעגט איז ער געגאנגען מוחה זיין? און דו זאגסט אז ער האט געגעבן א בריוו צו שטיצן זיין כולל.
און איך בין פארקרומט !
לגבי דיין פראגע איבער ר' עמרם שפירא, האב געהערט ממקורות נאמנים אז ער ווערט אויסגעהאלטן דורך די סיקריקים און ער לאזט נישט אריין צום גאב"ד קיין נארמאלע מענטשן. בקיצור מאכט שייגעץ שטיק, א שטייגער ווי משה גבאי ביים ברך משה (ער איז אפשר נישט אזוי כיטערע, אבער דעם גאב"ד מאכט ער גוט חרוב, און אויך לבזה ולשמצה אין די גאנצע וועלט).
ליידער דאס איז דער מציאות אין מיינע אויגן, און נאך טויזענטער מענטשן וועלכע זעען דעם מצב ווייסן אז ס'איז איום ונורא.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 17:28 |
|
| |
קען גאר זיין אז די לאנצעטע שטוב מענטשען דרייען לאנצי דעם קאפ, אנדערש איז שווער צופארשטיין זיין דיסקאנעקט פון ריאליטעט,
גיימער שאפען די לאנצעטע מעדיקאל רעקארד פונעם פארמאסיסט
תוקן על ידי zibala ב- 28/03/2012 17:30:34
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 17:31 |
|
| |
לגבי מיין סטעיטמענט איבער הרה"ח ר' עמרם שפירא איז עס בלויז איבער זיין סיקריקים האנדלונג.
דאס איז אויסער די נארישע פאליטיק אין סאטמאר אין וועלכן ער האט אריינגעדרייט דעם גאב"ד וואס דאס איז א באזונדערע זאך, און די זעלבע זאך וואס הרה"ח ר' נחמי' קרויס מיט הרה"ח ר' מיכל שלעזינגער שליט"א) האבן געטאן מיט'ן דיין הרה"צ רבי ישראל חיים מנשה (אים געמאכט ללעג ולקלס מיט אלע משוגענע בריוו פאר יארן לאנג), טוט הרה"ח ר' עמרם מיט'ן גאב"ד.
ער האט דעם גאב"ד אריינגעשמירט, אזוי אז דער גאב"ד האט אוועקגעכאפט די דין תורה פון די בני ברק'ער דיינים און פארלאנגט אז מ'זאל גיין צו הרה"ג ר' עמרם העניג אדער הרב אולמאן פון די עדה, בערך אזא פלאן ווי צד מהרז"ל האט געהאט אז מ'זאל גיין דיין הרה"צ ר' ישראל חיים מנשה און הרה"צ ר' זלמן לייב פילאפף זאלן פירן די דין תורה.
און ביטע טראכט מיט' ישוב הדעת און מיט'ן קאפ איידער דו ענטפערסט, נישט מיט פאליטישע-אינטערעסן.
תודה
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 17:36 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  |
-
עס זענען דאך אסאך אמת'ע קנאים און איך וועל דיר אויסרעכנען זייערע נעמען:
כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א (האסט אים אפשר געהערט מוחה זיין אויף דעם ארעסט פון די סיקריקים)?
כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א (האסט אים אפשר געהערט מוחה זיין אויף דעם ארעסט פון די סיקריקים)?
כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א (האסט אים אפשר געהערט מוחה זיין אויף דעם ארעסט פון די סיקריקים)?
ביי מיר זענען די דריי רבי'ס, מנהיגי ישראל, ערליכע אידן. צדיקים באמת, אמת'ע קנאים! און איך שעץ זיי זייער זייער שטארק. און זיי זענען "נארמאלע מענטשן" זיי מאכן מיך פראוד צו זיין א קנאי". זיי קענען דעם ויואל משה, פראקטיצירן דעם ויואל משה, און זענען נישט קיין מחריבי קרתא.
יעצט ביסטו מכובד צו דערלאנגען צוריק.
האסטו דען אמאל געהערט פון זיי בכלל רעדן א ווארט איבער מערכות אין ארץ ישראל, איז וואס איז דיין גרויסע ראי' יעצט ביים ארעסטירן ר' עמרם שפירא
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 17:56 |
|
| |
פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק הערט מען אסאך מאל קנאות. ער שטעלט זיך איבעראל צו. כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט אויפגעהערט נעמען געלט בכל וכל און אויב ס'איז א זאך וואס איז נוגע אידישקייט וועט ער מוחה זיין קעגן די מדינה, סאך פריער ווי אלע אנדערע וועלכע זענען אין די אגודה.
כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא איז א קנאי פונקט ווי זיין פאטער דער גאב"ד ירושלים.
און דאס איז מיין פאינט. הרה"צ ר' מנשה פילאפף ודעמי' זענען סיקריקים, [מחריבי קרתא], זיי פירן א קאמף אונטער'ן מאנטל פון קנאות, אין אמת'ן האט עס מיט קנאות גארנישט.
יעצט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, איז דער זעלבער קנאי ווי זיין פאטער דער ברך משה זי"ע. ער ווערט נישט פארכאפט פון די צעדרייטע מחריבי קרתא, און ווייסט ווי-אן און ווי-אויס. ווען מ'איז מוחה און וויאזוי מ'איז מוחה, און פארוואס מ'איז מוחה.
זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א ווערט געפירט דורך הרה"צ ר' מנשה פיליפ און די סיקריקים שטרעמונג. דו קענסט עס נישט לייקענען, ווייל דער מציאות שלאגט אין פנים אז ביז תשס"א האט ר' מנשה פיליפ קיינמאל נישט גערעדט אין סאטמאר ה' אייר, קיין איין יאר.
פון ווען די סיקיריקים האבן אנגעהויבן געוועלטיגן האט ר' מנשה פיליפ אנגעהויבן רעדן יאר יערליך. יעצט קענסטו מיר זאגן איז די מדינה אויפגעשטאנען תשס"א אדער תשס"ב.
פארוואס ווען דער רבי דער דברי יואל זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר? פארוואס ווען דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
וואס האט זיך געשטוישט ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז געברענגט געווארן פון ירושלים צו פירן קריג?
ביטע דערלאנג צוריק אויב דו האסט וואס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 18:27 |
|
| |
[quote] פארוואס ווען דער רבי דער דברי יואל זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
פארן זעלבן טעם פארוואס ער האט נישט געמאכט שחיטה מונחת - ווייל ר' עזריאל האט נישט געלאזט פאר'ן זעלבן טעם פארוואס די פאנדשעלאוס האבן נישט געהאט קיין הכשר - ווייל די רעבעצין האט פארפירט פאר'ן זעלבן טעם פארוואס מען האט נישט דעהאלטן קיין קאקא דרשה - ווייל יענקל ברוך האט געטופעט מיט די פיס פארוואס ווען דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר? ווייל די משתלטים על הציבור זענען געווען דערקעגן
וואס האט זיך געשטוישט ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז געברענגט געווארן פון ירושלים צו פירן קריג?
לכאורה מיז מען צוקומען צו די מסקנה אז זינט די ציונים פון סאטמער וואס זוכן מאכן שלום מאכען מיט די מתנחלים האבן זיך אפגעטראגן מתוכינו קען מען שוין ב"ה האלטן מחאות און ה' אייר
ביטע דערלאנג צוריק אויב דו האסט וואס. [/quote]
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 18:52 |
|
| |
| zibala כתב: |  | [quote] פארוואס ווען דער רבי דער דברי יואל זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
פארן זעלבן טעם פארוואס ער האט נישט געמאכט שחיטה מונחת - ווייל ר' עזריאל האט נישט געלאזט
פאר'ן זעלבן טעם פארוואס די פאנדשעלאוס האבן נישט געהאט קיין הכשר - ווייל די רעבעצין האט פארפירט
פאר'ן זעלבן טעם פארוואס מען האט נישט דעהאלטן קיין קאקא דרשה - ווייל יענקל ברוך האט געטופעט מיט די פיס
פארוואס ווען דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
ווייל די משתלטים על הציבור זענען געווען דערקעגן
וואס האט זיך געשטוישט ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז געברענגט געווארן פון ירושלים צו פירן קריג?
לכאורה מיז מען צוקומען צו די מסקנה אז זינט די ציונים פון סאטמער וואס זוכן מאכן שלום מאכען מיט די מתנחלים האבן זיך אפגעטראגן מתוכינו קען מען שוין ב"ה האלטן מחאות און ה' אייר
ביטע דערלאנג צוריק אויב דו האסט וואס. [/quote] |
|
זיבעלע.
א דאנק פאר מיר גערעכט געבן, אז קיינמאל בימי רביה"ק הדברי יואל זי"ע , ובימי הברך משה (פון תש"מ עד תשס"א) איז עס איז נישט געווען.
מוזט נישט מודה זיין אז עס איז צוליב די סיקריקים שטערונג, אבער איך פארלאנג באמת נישט אז דו זאלסט מודה זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 20:26 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק הערט מען אסאך מאל קנאות. אדרבה ברענג מיר א דרשה, ווי ער רעדט קעגן די מדינה, ער שטעלט זיך איבעראל צו. דאס יא, יעדער ווייסט חוות דעתו הטהורה פון פשעווארסקער רבי'ן שליט"א אין יסודי האמונה, און טאקע ווען די אנטווערפענער אגודאים פארפירן קומט ער ארויס בחרב ובחנית קעגן זיי דורך פעולות נישט קיין דרשות ווייל כך הוא דרכו בקודש.
כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט אויפגעהערט נעמען געלט בכל וכל און אויב ס'איז א זאך וואס איז נוגע אידישקייט וועט ער מוחה זיין קעגן די מדינה, סאך פריער ווי אלע אנדערע וועלכע זענען אין די אגודה. נאכאמאל דו פערד איינער, ראחמיסטריווקא רבי שליט"א איז געווען מוחה זיין ביי די קברים גראבנוגען אין יפו, אבער קיין דרשת מחאה האט קיינער נישט געהערט פון אים, און ער האלט קיינמאל נישט קיין קנאות'דיגע דרשות. פינטל
כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא איז א קנאי פונקט ווי זיין פאטער דער גאב"ד ירושלים.
ער האלט אויך קיינמאל נישט קיין קנאות'דיגע דרשות ביי זיך אין ביהמ"ד, אפי' ער איז א קנאי פונקט ווי זיין טאטע.
און דאס איז מיין פאינט.
הרה"צ ר' מנשה פילאפף ודעמי' זענען סיקריקים, [מחריבי קרתא], זיי פירן א קאמף אונטער'ן מאנטל פון קנאות, אין אמת'ן האט עס מיט קנאות גארנישט.
יעצט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, איז דער זעלבער קנאי ווי זיין פאטער דער ברך משה זי"ע. ער ווערט נישט פארכאפט פון די צעדרייטע מחריבי קרתא, און ווייסט ווי-אן און ווי-אויס. ווען מ'איז מוחה און וויאזוי מ'איז מוחה, און פארוואס מ'איז מוחה.
והא ראי' אז אלע אגודאים און ציוניסט'ן שעצן אים (שלום עם בעלזא יוכיח)
זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א ווערט געפירט דורך הרה"צ ר' מנשה פיליפ און די סיקריקים שטרעמונג. דו קענסט עס נישט לייקענען, ווייל דער מציאות שלאגט אין פנים אז ביז תשס"א האט ר' מנשה פיליפ קיינמאל נישט גערעדט אין סאטמאר ה' אייר, קיין איין יאר.
פון ווען די סיקיריקים האבן אנגעהויבן געוועלטיגן האט ר' מנשה פיליפ אנגעהויבן רעדן יאר יערליך.
יעצט קענסטו מיר זאגן איז די מדינה אויפגעשטאנען תשס"א אדער תשס"ב.
פארוואס ווען דער רבי דער דברי יואל זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
ווייל דער רבי אליינס האט געשריבן אין ויואל משה שארפע ווערטער אויף ה' אייר
פארוואס ווען דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געלעבט האט מען נישט געמאכט קיין ה' אייר דרשה קיין איין יאר?
גראדע איז יא געווען עטליכע מאל, אבער ווי אמאל
וואס האט זיך געשטוישט ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז געברענגט געווארן פון ירושלים צו פירן קריג?
אהא. דאס איז א גאונות אז מ'האלט א דרשה ה' אייר ווערט מען א סיקריק, און ווען מ'לאזט נישט הערן קיין קול מחאה דעמאלטס איז מען גאר א קנאי, ווייל דער דברי יואל האט אויך נישט געלאזט הערן קיינמאל קיין קול מחאה (הלמאי) !!!! (עפ"ל)
אגב אפשר זאגסטו מיר "סיקריק לאנצוט" פשט וואס מיינט "סיקריק"
ביטע דערלאנג צוריק אויב דו האסט וואס. |
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2012 20:31 |
|
| |
לאנצוט + מקורות נאמנים = היידפארק.
ברענט ביטע איין נארמאלע באווייז אז ר' עמרם שפירא איז א סיקריק, אדער לאזט נאר אריין סיקריקים צום גאב"ד שליט"א.
והשנית, דעם גאב"ד פירט מען שוין אויך ביי די נאז אזוי ווי משה גבאי האט געפירט דעם ברך משה?
וועגן בני ברק דין תורה קומט ברייט צו לאכן, פאר נישט לאנג צוריק זענען דער גאב"ד מיט ר' עמרם שפירא געווען הירא'ס פארן ברענגן דעם בני ברק'ער סכסוך צו דין תורה. אבער איינמאל דער די"ת גייט נישט ווי מ'וויל, איז שוין דער גאב"ד סתם א שייגעץ פארן שלעפן די דין תורה צו א אנדערע ריכטונג וואו די אהרונים האבן געוואלט. גאנץ שיין.
|
|
|
|
|