ר' משה דוד כ"ץ. וואס טוט זיך מיט די "אבו כביר" ביינער?
ר' משה דוד כ"ץ, פון נטורונא, וועלכער האט די לעצטע יאר געשפירט אז ער מיט זיין ארגאניזאציע זענען אומרעלעוואנט (אויסער וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן תורה'דיג, ווען זיינע רעקלאמעס און אזעלכע סענסיטיווע ענינים האט נישט קיין שום אויפזיכט פון קיין שום מורה הוראה, און ער מאכט אלעס אויף זיין אייגענען אחריות) האט ער באשלאסן אונטערצונעמען א קאמפיין פון ניתוחי מתים טעלעפאן קאל'ס, אז יעדער זאל אנקאלן די "אבו כביר" אינסטיטוט, אז זיי זאלן צוריק געבן און ברענגען לקבורה די בארויבטע טיילן און אברים פון 8.500 קערפער'ס.
נאך ווען די "כנסת המינים" האט זיי מחייב געווען דאס צו טאן, און זיי האבן עס געמוזט טאן לויט די פארלאנג פון די "ועדת חוק ומשפט" פונעם "כנסת", האט משה דוד כ"ץ, אנגעהויבן מיט זיין קאמפיין, איינרעדן פאר זיינע געלט געבער'ס אז ער איז און די ליין פון עסקנות פאר כבוד שמים, און פאר אונז קעלבעלעך האט ער איינגערעדט אז נאר וועגן זיין קאמפיין גייט מען צוריק געבן די ביינער, מ'קען מיינען אז דער טרויעריגער רשע יהודה היס דער מנהל פונעם "אבו כביר" אינסטיטוט האט זיך שטארק געשראקן פונעם שארפן בריוו וואס עמרם כהן מיט הירצקא צוויבל האט עם געשיקט אין פעקס.
די אהרונים האבן שוין געוויסט צו אנצייכענען, אז די באשלוס פון די "אבו כביר" אינסטיטוט צוריק צו געבן אלע טויזענטער אברים איז א א רעזולטאט, וואס די מערכה איז נישט געפירט געווארן דורך די "סיקריקים" פון ירושלים און פון ניו-יארק, און דאס איז די איינציגסטע מערכה וואס עס האט מצליח געווען אין די לעצטע יארן.
היינט איז געמאלדן געווארן פון די "אבו כביר" אינסטיטוט, אז פון יעדן קערפער טייל, וואס זיי גייען צוריק געבן, גייען זיי איבערלאזן פאר זיך א שטיקל (אזוי גרויס ווי א כזית), ווייל עס האט זיי איינער גע'פסק'נט אז פחות מכזית דארף נישט קיין קבורה.
העדה החרדית מיט נאך גדולי ישראל גייען ארויס די קומענדיגע טעג מיט א שארפע בריוו דערגעגן
ר' משה דוד, ביטע, בעט מ'זאל ווייטער אנהייבן מיט די טעלעפאן קאל'ס, ווייל עס איז פחדים, אנדערש וועט בן ציון לאוב, נישט קענען שרייען אז דאס איז די איינציגסטע מערכה וואס האט געהאט הצלחה.
נשלח ב-4/4/2012 23:24
איך האב געהערט פון א גרויסע עסקן פון דאהי פון ירושלים
אז די גאנצע אויפדעקונג איז געקומען דורך א ארטיקל אין ידיעות
וואס די ארטיקל איז געווען באצאלט פון עסקנים פון נוי יארק
און דאס האט געברענגט אז די פרייע און פרומע און אלע צוגלייך זאלן פארלאנגען א ענדע צו די גזירה
נשלח ב-4/4/2012 23:39
ר' משה דוד איז גאר א חשוב'ער יונגערמאן וואס מען קען זאגן אז ר' משה דוד'ס ארגענעזאציע איז די איינציגעסטע ארגענאזאציע וואס געט זיך אפ 24 שעה א טאג בלויז פאר כבוד שמים
סך הכל זענען די זאלי'ס שרעקליך ווילד אויף אים ווייל ער פרעגט נישט מנשה פילעף מיט מיילך שטערן וואס צי טיען ר משה דוד פרעגט דעם ירושלימער רב ר' טודרוס זילבער ר' יחזקאל ראטה וואס ער האט ציטען
אין אלע גדולי ישראל שטיצן אים היינט
די זאלי'ס זענען אנגעווייטאגט אויפן פאקט אז ס'איז דא א מוסד וואס האט 24 שעה א טאג אינזיען בלויז קנאות לשם שמים אין מיט זיי האט עס נול
נשלח ב-4/4/2012 23:45
אז מען האט נישט אינזיען קיין לשם שמים האט עס נישט קיין קיום
די זאלי'ס די פאלשע קנאים האבן געפענט אן ארגענזאציע " משתדלים " וואס האט אנגעהאלטן אזוי לאנג פין ראש השנה ביז צום גדלי אלעס ווייל מען מיינט נישט דעם רבוש"ע מען מיינט פשוט צי ווייסן פאר די וועלט אז זענען די " ריכטיגע קנאים " די פאלשע קנאות האט נישט קיין קיום
נטרונא גייט שוין איבער 10 יאר מיט מסירות נפש ממש ווייל אז מען האטאינזיען דעם רבוש"ע אין נישט וויי צי טיען יודען איז דא סיעתא דשמיא
נשלח ב-4/4/2012 23:49
אישור
ס'איז ליגענט וואס די שרייבסט, דער שרייבער האט גארנישט געהאט מיט די עסקנים פון ניו-יארק, עס איז איז דא פרייע משפחות וואס פירן שוין יארן א פערזענליכע קאמף קעגן דעם פראפעסאר יוהודה היס, און דער "ידיעות" שרייבער איז געווען באטהאווענט אין די פרטים.
אבראהם שקרן וכזבן, ר' משה דוד כ"ץ פרעגט נישט ביי ר' טודרוס זילבער און ביי ר' יחזקאל ראטה, וואספארא רעקלאמעס צו פארשפרייטן, די שרייסט פלעין ליגענט.
ער פרעגט ביי קיינעם פשוט און פראסט.
אפשר ביי זיין טאטן.
נשלח ב-4/4/2012 23:52
לוויות
דו שרייסט " ליגנט" און אונז דארפן גלייבן אז דו זאגסט אמת ?
איך דערצייל וואס א גרויסע עסקן האט מיר געזאגט
איינער וואס ווייסט וואס ער רעדט
יעדע שרייבער איז על פי רוב אונטערגעשטעלט
מען פלעגט דאס אמאל אסאך טוהן בי די קברים מערכות
נשלח ב-4/4/2012 23:52
די אהרונים זעענדיג אז די פאלשע "נטרונא" קאמפיין האט זיך אויסגעלאזט מיט א שטיק ליצנות, האבן זיי נאכן עפענען מיין אשכול, אריינגעלייגט אין "קול סאטמאר" די פאלגענדע.
לבקשת כמה חברים שטעל איך דא ארויף די נייעס וואס איז נעכטן געמאלדן געוארן אויף קול סאטמאר, אפטיילונג פון קול החרדים:
דינסטאג י"א ניסן.
דאס יהדות החרדית איז נעכטן מאנטאג אויפגעשוידערט געווארן צו הערן די שווערע נייעס, אז טראץ אלע ערווארטונגען, איז די מערכה כבידה קעגן די גזירת ניוול המת דורך די רשעי הציונים נאכנישט פארטיג, און די רשעים הייבן אן צו צייגן עקשנות און הארטנעקיגקייט נישט אויסצופירן גענצליך זייער פריערדיגע צוזאג.
ווי עס איז שוין ברייט באקאנט האט דאס יהדות החרדית דערגרייכט א שטארקן זיג מיט זעקס וואכן צוריק, ווען די אינסטאנצן פון אבו כביר האבן זיך געבראכן צו די דרוק פון די וועלט וואס איז געקומען נאך גרויסע פעולות פון נטרונא וועלכע האבן איינגעלייגט וועלטן מבטל צו זיין די גזירה נוראה, און זיי האבן זיך דעמאלס פארפליכטעט צוריקצוגעבן און באערדיגן אלע חלקים פון די 8000 אברים וועלכע זיי האבן רח"ל געהאלטן אין געפענגעניש פאר לאנגע יארן, און לויט ווי זיי האבן דעמאלס געזאגט האבן זיי געדארפט ביז 90 טעג צוריקגעבן אלע עצמות, צוטיילט אין צוויי סארטן, איינס חלק וועלכע קומט פון גופים וואס די משפחות פארלאנגען דאס צוריק, דאס וועט צוריקגעגעבן ווערן צו די משפחות דאס צו קענען באערדיגן, און די איברים וועלכע קומען פון אזעלכע גופים וואס די משפחות זענען פרייע פורקי עול און זיי האבן אונטערגעשריבן אז זיי זענען מפקיר די איברים, די דארפן געגעבן ווערן פאר די עסקנים זיי זאלן דאס קענען ברענגען לקבורה.
אצינד אבער האבן די הויפט פון די פאטאלאגן אנשטאלט אין אבו כביר געטוישט פון זייער צוזאג, און געמאלדןו צוויי שינויים.
ערשטנס האבן זיי זיך גע'פסק'נט א אייגענע פסק הלכה אז זיי מעגן ווייטער האלטן קליינע חלקים פון די איברים, ווייניגער ווי א כזית, און לויט דעם האבן זיי באשלאסן ווייטער אנצוגיין מיטן שרעקליכן בזיון המת און כפירה בתחיית המתים און נישט באפרייען טאטאל אלע חלקים פון די איברים, און צווייטנס זאגן זיי אצינד אז זיי וועלן נישט צוריקגעבן די איברים פאר די משפחות, נאר זיי וועלן אליינס דינגען א חברה קדישא דאס צו באערדיגן אויף איין פלאץ.
די עסקנים זאגן אז דער באדייט פון דעם איז זייער קלאר, אז די רשעים האבן ארויסגענומען פיל מער איברים פון די מתים ווי דאס וואס זיי האבן געזאגט פאר די משפחות בשעת די פטירה, און דערפאר האבן זיי באשלאסן אז זיי ווילן נישט אז די משפחות זאלן זיך באנעמען מיט די קבורה, כדי עס זאל נישט אויפגעדעקט ווערן אז אין די צייט וואס זיי האבן איינגערעדט פאר די משפחה אז זיי נעמען ארויס איין אבר פאר אויספארשונג, האבן זיי גענומען פיל מער פון דעם.
אין די זעלבע צייט איז אויך אנטשטאנען א פארלאנג מצד די משפחות פון די נפטרים, אפילו פון די פרייע, וועלכע פארלאנגען אז די ציוניסטישע רעגירונג זאל זיי באצאלן די קאסטן וואס עס וועט זיי באטרעפן צו עפענען די קברים צוריקצושטעלן די איברים לקבורה, וואס דאס בארעפט אסאך געלט, און זיי טענה'ן אז היות די רעגירונג איז געווען דער וואס האט זיי געצווינגען צו לאזן די איברים אן קיין קבורה ביז היינט, איז די רעגירונג פאר-אנטווארטליך צו באצאלן די קאסטן פאר די יעצטיגע קבורה.
לויט ווי עס איז ערווארטעט וועט דער סכסוך אנקומען אין די ציוניסטישע געריכט, און אין די זעלבע צייט זענען פארמישט געווארן עטליכע רעליגיעז-ציוניסטישע ארגאניזאציעס וועלכע פארלאנגען אליינס פון די אבו כביר אויטאריטעטן ארויסצוגעבן די נפטרים לויט די קלארע צוזאג פון עטליכע וואכן צוריק אן קיינע שינויים, און ווי עס גיבן אונז איבער די עסקנים פון נטרונא זענען זיי פארבינדן מיט די היימישע עסקנים פון ארץ ישראל וועלכע האבן ארויסגעהאלפן מיט די מערכה ביז אהער, און אין די קומענדיגע טעג וועט מען באטראכטן דעם מצב צו זעהן אין וועלכע ריכטונג עס גייט און וועלכע שריט עס דארף אונטערגענומען ווערן מצד די עסקנים.
דאס יהדות החרדית פון איבער די גאנצע וועלט שטייט גרייט ארויסצוהעלפן מיטן קאמפ מבטל צו זיין די שוידערליכע מעשי רשע פון בזיון המת און כפירה בתחיית המתים דורך די רשעי ישראל, און מען וועט טוהן אלעס וואס וועט זיך אויספעהלן להעביר את רוע הגזירה.
נשלח ב-4/4/2012 23:53
ער פרעגט יא
אמאל האט ער געפרעגט ר' אברהם לייטנער היינט פרעגט ער זיי
נאך אמאל ביזט א זאלי אין דיין כעס אויף אים איז נאטרליך
וועם האבן די זאלי'ס געפרעגט צי גיין אין בג"ץ האבן זיי יא געפרעגט א ערליכן רב ?
נשלח ב-4/4/2012 23:57
אישור ביסט סתם א גרויסער עם הארץ
"ידיעות" שרייבער קענען נישט אריינלייגן קיין נייעס אן די מינדעסע רשות פון זיינע אויבערהארן, און די רעדאקטאר'ן פון "ידיעות" זענען פרייע פערזאנען וואס שרעקן זיך נישט פאר די גראצער'ס פון די אזויגערופענע "עסקנים"
ר' טודרוס האט מיר געזאגט אז ער האט נישט קיין אויפזיכט אויף די אינהאלט פון די הסברה רעקלאמעס פון "נטרונא".
נשלח ב-4/4/2012 23:58
איך האלט אויך אז מ'דארף גוט אויסשייגעצן דעם משה דוד כ"צ'ן.
נאך אלעם פארשטייט דאך יעדער נארמאלער מענטש אז די מלחמה קעגן די מדינה הטמאה קומט נישט פאר די מחאות קעגן דעם פאליטישען שונא אהרן טייטלבוים.
נשלח ב-5/4/2012 00:02
לוויות כתב:
אפשר אמאל האט ער גערפרעגט ר' אברהם לייטנער
היינט פרעגט ער ביי קיינעם
ר' טודרוס האט מיר געזאגט אז ער האט נישט קיין אויפזיכט אויף די אינהאלט פון די הסברה רעקלאמעס פון "נטרונא".
ר' טודרוס איז נישט קיין שקרן די ביסט דער שקרן
אין איך פארשטיי דיך דיין אנגעווייטאגט ברענגט ענק צי גיין אין קארט זאגן ליגענט מחלל שם שמים זיין אויף טריט אין שריט
ר' משה דוד איז א צדיק פין א יוד
יעצט א זייטיגע שאלה א חוץ ר' משה דוד איז נישט דא נאך איינער וואס טוט אין די ענינים ?
לאמיך דיך פרעגן לוויות, ווען דו ביסט נאך אנגעטאן מיט דיינע היידפארק ברילן: ווען סאטמאר וואלט געווען רעלאוואנט 40 יאר צוריק, וואלט די מדינת הכופרים נישט געגראבן ביי אביי ורבא? וואס האט דער עוכר ישראל טעדי קאלעק ימ"ש געהאלטן, אז סאטמאר יא אדער נישט רעלעוואנט? און וואס האט דער עוכר ישראל אמיר דרורי געהאלטן בימיו?
נשלח ב-5/4/2012 00:07
ר' משה דוד איז נישט גוט
אבער אברהם לויפער הערשל קלאר מיילך שטערן מנשה פילעף יצחק שטערן מעכיל אינדיג משה לייב דייטש בן ציון שווארץ
מיט וועלכע רבנים רעדן זיי זיך דורך
אדרבה געב די ליסטע פין רבנים מיט וועם ער דארף זיך א דורך רעדן
נשלח ב-5/4/2012 00:17
משה דוד נידערמאן ווען ער שטיצט קאנדידאטן פין חוקי תועבה פרעגט ער יא רבנים ? ווען דער איד שטיצט די בעלזע שלום פרעגט ער יא רבנים ? ווען הערשל קלאר הרג'ט מענטשן כדי ער זאל מאכן מיליאנען פרעגט ער יא רבנים ?