פון כ"ו אב תשל"ט ביז נאך פסח תשנ"ו האט דער ברך משה מער ווי 25 מאל געזאגט און געוויזן ביי געויסע געלעגענהייטן אז זיין זוהן ר' אהרן איז איינציגסטע ראוי צו ממלא מקום זיין דעם פעטער,
1) ביי די הכתרה כ"ו אב תש"מ, ווי ער האט געזאגט אז ער איז א בריק צווישן םפעטער און ר' אהרן, די גאנצע זאך וואס ער ווערט רבי איז נאר ווייל עס פאסט נישט פאר א זוהן צו ווערן רבי בחיי האב,
אפשר ברענגסטו אהער די פונקטליכע דברות קודש פון ברך משה זי"ע באותו מעמד, סתם נאכזאגן האלבע ווערטער איז נישט קיין קונץ.
2) די ברך משה האט געלאזט אז מען זאל רופן אלע זיינע קינדער ביי די נעמען אהן א רבי חוץ ביי זיין עלטסטע ר' אהרן איז אפילו ווען מען האט געזאגט ר' אהרן האט ער געזאגט מען דארף אים רופן רב
געלאזט וועמען? ברענג מיר איין איד וועם ער האט געזאגט אז אהרן זאלסטו רופן מיט א ר' און זלמן לייב אן א ר'
3) י"ג אב תשמ"ג האט ער געשיקט ר' אהרן רעדן אנשטאט אים ווייל ער איז דער וואס דארף מספיד זיין בשם סאטמאר ביי א לוי' פון אזא גרויסע איד
פארוועם האט ער געזאגט דעם טעם פארוואס ער איז נישט מספיד, נאר ער שיקט ר' אהרן ווייל ער איז ראוי לאותו איצטלא?
4) ביים הכתרה תשמ"ה האט עס די ברך משה שטארק ארויסגעברענגט
איבערגעחזר'ט נומבער 1
5) ווען ר' הערשל פאלקאוויטש איז געגאנגען אין שליחות פון די מהרסים בעטן דעם ברך משה ער זאל אויפנעמען זלמן לייב (איך שרייב נישט ר' ווייל ער האט עטליכע מאל מחלל קידושין געווען) (קלוג טוסטו...), האט ער געענטפערט בזה"ל: יעדע טאטע קען זיינע קינדער און נאר ר' אהרן איז ראוי
ראוי צו זיין רבי אין סאטמאר צי רב אין קרית יואל?
6) תשמ"ז פאר די אפעראצי"ע האט ער עס געזאגט צענדליגער מאל פאר אלע קינדער,
געזאגט אז וואס? איז דא א כתב צי עדים דערוועגן?
7)תשמ"ט ביי די בני יואל פרשה האט ער דאס געזאגט צענדליגער מאל
געזאגט אז וואס? אז ר' אהרן דארף זיין סאטמאר רבי?
8) אין די יארן פון תש"נ-נ"ה ביי די סקול דיסטריקט פרשיות, ווען אימער ער האט זיך גע'טענה'ט מיט רבנים, צו ווען ער האט גערעדט ברבים האט ער עס עטליכע מאל דערמאנט
איין ספעציפישע עובדא ביטע.
9) תשנ"ו פאר די אפעראצי"ע האט די הייליגע ברך משה אריינגערופן אלע קינדער און געזאגט אז ער גייט יעצט האבן אפעראצי"ע ער ווייסט נישט צו ער גייט אויפשטיין, וויל ער אז אלע זיינע זונען און איידעמער זאלן אים אונטערשרייבן אז זיי גייען זיך אונטערווארפן אונטער ר' אהרן, און ווען אלע האבן גענדיגט אונטער שרייבו\ן האט ער גערופן זלמן לייב און געזאגט דו שרייב נאכאמאל אינטער,
ווען זלמן לייב האט געפרעגט פארוואס ער דארף נאכאמאל אונטער שרייבן, האט די ברך משה געענפערט ווייל דו ביזט די איינציגסטע קינד וואס איז אומשטאנד צו טוהן אנדערש, (עטץ קענטס פרעגן ר' שלו' אליעזר וואס די ברך משה האט געענטפערט פאר זלמן לייב ווען ער האט דאס געפרעגט ער וועט עינק זאגן די זעלבע זאך(
און וואו איז דאס צעטיל? משה גבאי איז שוין דעמאלטס געווען א שונא און דאס באהאלטן?
אזוי האט די ברך משה די גאנצע 17 יאר פון תשל"ט ביז תשנ"ו געהאלטן עס און איין איבער חזר'ן,
פון אייר תשנ"ו ווייסט יעדר אמת'ע חסיד וואס פלעגט מיטהאלטן די טישן די דרשות די תפלות פון ברך משה אז זייט די אפעראצי"ע וואס איז דעמאלט פארגעקומען האט ער אויפגעהערט זאגן תורה, דרש'נען ברבים, ארויסצוקומען ביי יעדע מערכה מיט זיין תורה'דיגע מיינונג, (אזויווי ער פלעגט טוהן די גאנצע 17 יאר),
ווי אויך בשעת,ן אריינגיין מיט קוויטלע"ך האבן מענטשן וואס די גאנצע 17 יאר ווען זיי פלעגן אריינגיין פלעגט די ברך משה זיי גראד דערקענען און באגריסן און פלוצלונג קען ער ליידער נישט כאפן ווער זיי זענען,
יעדער אמת'ע חסיד האט געזעהן אז עס איז ליידער קפצה עליו זקנה און די זכרון ארבעט אים שוין ליידער נישט, און דאס איז די סיבה פארוואס ער האט ליידער אויפגעהערט צו זאגן תורה,
ביז ער איז ליידער צוגעקומען צו א מצב אז ער האט געוויסט אז ער דארף זיך פארלאזן אויף זיינע שטוב מענטשן, און דעמאלט האט ער געזאגט וואס זיינע שטוב מענטשן האבן אים געהייסן, אין צייט וואס יעדער איינער ווייסט אז די אויבי איש אנשי ביתו האבן פרוביר בכל כוחיהם צו טוהן פארקערט ווי זיין אמת'ע רצון,
דאס איז דער סיבה פארוואס יעדע אמת,ע חסיד ווייסט די אמת, און נאר זיינע מתנגדים וואס האבן אים אלע געטרינקען די בלוט בויען אויף וואס זיינע שטוב מענטשן האבן אים געהייסן זאגן
א פונקטליכע דאטום ביטע ווען די שטוב מענטשן האבן אים אנגעהויבן פירו ביי די נאז. פאר חול המועד פסח תשנ"ט צי נאכדעם?
תוקן על ידי טאטעלע ב- 15/04/2012 22:43:36