בית פורומים אידישע געדאנק

קרית יואל געשעפטן די ערשטע ארויסצוווארפן שטערן שפאקטיוו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/4/2012 21:27 לינק ישיר 
קרית יואל געשעפטן די ערשטע ארויסצוווארפן שטערן שפאקטיוו

פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט זענען זיך צוזאמגעקומען טויזנטער אידן יראים ושלימים תושבי וויליאמסבורג צו אויסהערן די דרשות נלהבות פון רבנים ומחנכים איבער די זשורנאלן וואס זענען אנגעפיקעוועט מיט טומאה וזוהמה פון די גוי'אישע גאס און פארהערליכן דאס פאר אונזערע קינדער, און טויזנטער אידן האבן אויף זיך מקבל געווען צו היטן די שטובער פון דעם גיפט, די מנהלים פון "אלע" מוסדות התורה אין ווילייאמסבורג זענען דארט געווען חוץ "איין" מוסד, וועלכע מוסד דאס איז, איז איבריג צו ערקלערן, שטעלט זיך אבער א פראגע, די העכסטע (?) רוחניות'דיגע אויטאריטעט פון יענעם מוסד איז אין קרית יואל, די הנהלת המוסדות אין קרית יואל האט שוין פאר באלד צוויי יאר צוריק שטרענג אויפגעפאדערט פון יעדן געשעפט נישט אריינצונעמען די אלע אויסגאבעס, וואס איז פשט אז אין וויליאמסבורג איז איפכא מסתברא? זענען די וויליאמסבורגער קינדער ווייניגער בארעכטיגט צו אן ערליכן חינוך? זענען טאקע די בלאט שרייבער די העכסטע אויטאריטעטן פון חינוך???




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2012 22:19 לינק ישיר 

אז פרעגסט שוין יא וויל איך פרעגן נאך עפעס. מענדעלע האט אראפגעריסן די שטערן און שפאקטיוו ביי זיין שבת הגדול דרשה אין פארטין הופפער, אבער די בלאט מאכט זיך נישט וויסענדיג דערפון נאר אנשטאט טרייבן זיי לצנות פון מענדעלע מיטן שרייבן און אדווערטייזן די זעלבע מאגאזינען אויף וואס ער אליינס האט געהאקט מיט ווינציגער ווי א חודש צוריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2012 23:55 לינק ישיר 

מעלדונג

מען קען שוין הערן א באריכט פון די מעכטיגע אסיפה חנוך לנער אויף קול חומת הדת!

718-362-8800

הערט און האט הנאה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > קרית יואל געשעפטן די ערשטע ארויסצוווארפן שטערן שפאקטיוו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext