| נשלח ב-23/4/2012 01:38 |
|
| |
די "2 Color" ארונים!
אינטערעסאנטע זאך! אלע ארונים וועסט רעדן צו זיי, וועלן זיי דיר זאגן וואספארא חברה-לייט זיי זענען: זיי מאכן די בעסטע 'דזשאוקס...' אין די בלאט פון אלע מענטשן וואס גייען נישט זייער וועג, זיי לאזן זיך נישט שפייען אין די קאשע אזוי ווי די לאו זאליס אין מאנראו, נאר זיי זענען פייטער'ס עד הסוף, זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם, אנגעהויבן מיט קאורט יעדע קאורט פון נוי יארק, געענדיגט ביי פייטן מיט די הענט אויף ראדני, זיך אריינגעפיפן אין'ם בירך אליין, פאלאטישענ'ס, קאנעקשענס, זיי האבן 'געכאַפט' ארי' לייב, זיי האבן אויפגעשטעלט א פיקח שלעזינגער, זיי לאזן זיך נישט אנטיילן פון נידערמאן זיי שטעלן ארויס 'אייגענע' פאליטישאנ'ס! זיי זענען אינטערשטע שורה חברה-לייט און 'בחורים' ווי עס דארף צו זיין! אפי' נאך וואס מ'האט פארלוירן אין קאורטס, לאזט מען זיך נאך אלס נישט קודם שרייבט מען ווי חברה-לייט אין די בלאט אז ס'איז יא א געווינס.... און מ'גייט שוין מארגן כמעט אריין.... דאן לאזט מען זיך ווייטער נישט און מ'נעמט א מעכטיגע חברה-מאן וואס שרייט אויס פאר אלע חברה-לייט "מיטוואך האמיר עס!" און ווען ס'גייט דורך נאך אפאר יאר לאזט מען זיך ווייטער נישט און די מעכטיגע חברה-לייט קנאקן מסירות איינס ביי איינס און מ'באווייזט צו שפילן מיט די נערוון א ביסל דא און דארט = מה שאין כן די זאליס די זענען נישט קיין חברה לייט זיי זענען סתם רבי ז"ל יודן, זיי פארשטייען נישט צו א בחורישע שלום מיט בעלזא אזוי אז די וועלט זאל פלאצן וכו' צו פי אר, ווי די מעכטיגע בלאט (ס'האט אבער נאר געפלאצט אויף 5 סאנז..) אָבּעֶר! ווען ס'קומט צו א אינטערשטע שורה! און צו ארויסנעמען די קרן, און צו דיפאזיטן עפעס: דאן ווערן זיי מיטאמאל די נעבעכדיגע, אין כאן לא חברה-לייט, ולא בחור'ישע חברה, גארנישט!
זיי ווייסן פלוצלינג נישט וויאזוי מען:
- רעדט איין דעם בירך משה צו ווילן נאר ר' אהרן... נאר די זאליס קענען איינרעדן!
- קויפט אונטער באראש... נאר די זאליס קענען אונטערקויפן!
- קויפט אונטער אלע אנדערי 20 ריכטערס פון דאן און ווייטער... נאר די זאליס קענעןאונטערקויפן!
- מ'מאכט אז ס'זאל אויסקוקן פאר די וועלט אז מ'האט א פיינע ישיבה... נאר די זאליס קענען פי אר!
- מ'מאכט אז ס'זאל אויסקוקן פאר די וועלט אז מ'האט טויזענט בחורים אין ישיבה... נאר די זאליס קענען פי אר!
- ס'זאל אויסקוקן ווי די פאר פיצי זאליס, קענען פייטן די 'טויזענטער' ארונים 2X שמיני עצרת... נאר די זאליס קענען!
- קויפט אונטער יעצט ביי די קעמפ פערמיטס, אין אלבאני און אין די קאונטי אליין... נאר די זאליס קענען אונטערקויפן!
- מ'מאכט אויסקוקן ווי נידעמאנ'ס קאנדיטאטן געווינען דורך אלע כיטרע דריידלעך, נאר די זאליס קענען! - מ'דינגט די ספאנישע גויים צו וואוטען וד"ל וד"ל... נאר די זאליס קענען! - אום שמיני עצרת האבן די מעכטיגע זאליס געקענט ארלעדיגן ראדני דורכ'ן מעאר וכו'... נאר די זאליס קענען! - "משה דוד נידרמאן האט ארויסגענימען די טלפון אום יו"ט, און אלעס ארלעדיגט!..." (קרעדיט: ארונים) נו וואס גייט דא פאר? איין טאג זאגט מען אז נאר שלעזינגער קען און דא ארלעדיגט עס דער מעכטיגע רמ"ד מיט איין פאון קאל?! - סאוט אכט האט מען ארלעדיגט פאר די זאליס, טראץ אלע רדיפות... נאר די זאליס קענען! - די זאליס זענען נישט קיין חסידים... (קרעדיט: ארונים)... הא? די זאליס נו זיי האבן דאך געלט פאר זאלי וויפיל ער דארף, קוק אהן די קווינס בילדינג געבויעט לויטער פון נדבות! די ארונים אין מאנראו ישיבה מוטשענען זיך אויף א דאללער! - געלייגט מעידזשאר פרעשור, טעראר אויף :רבנים פאליטישאן'ס וכו'... נאר די זאליס קענען!
סא איך בין אינגאנצן צומישט!, ווען ס'קומט אנהייב פון עני מערכה זענען די ארונים די חברה-לייט די פארשטייערס די לעלוס, און ס'קומט סוף צו שניידן די פרוכט און דיפאזיטן די חברה-מאן'קייט, ווערן די זאליס די מעכטיגע באגי-מענ'ס וואס גיבן זיך מיט יעדן פון גרויס ביז קליין א עצה!!?? וואס גייט דא פאר?!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 05:03 |
|
| |
נאכאמאל 'מעכטיגע' ארונים אייכם!?!?!?
פארוואס קען נישט די פארטיי וואס האט: -די 'מערסטע' חסידים, -די 'עכטע' חסידים, - די געריבענע לצים וואס קענען אלע אינטערגעציפטע לעגאלע שטיקלעך... -די חסידים ''וואס זענען גרייט צו גיבן געלט פאר זייער רבי'ן'', -די מערסטע קאנעעקשען'ס דורכ'ן האבן די מערסטע וואוטס, -די מיט כוחות פון זייער גרויסן רבי'ן וואס זעהט דעם בירך ביי נקדישך, -די חסידות וואס האט א 'באזעסענע' פירערשאפט, נישט אזוי ווי די זאליס ווי יעדער איז בעל בית, -די חסידות ווי ס'איז נאר דא 'איין דעת תור"א' פון'ם רבי'ן,
פארוואס קענען נישט די ארונים מיט 'אלע' מעלות הנ"ל, זיין אזוי געלונגען, און לייגן "טרעמענדעס פרעשור" אויף די קאונטי??? אתמהה!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 17:33 |
|
| |
ב"ה מיר האבן געזיגט ביי ריכטער עמבראזשיא - דער יסוד פארוואס נכסי וומ"ב (ענקער הויפט טעראטעריע) איז - נאך אלע ענקערע געווינסן - עומד בספק ב"ה מיר האבן געווינען די עמבראזשיא אפיעל - דאס מיינט זיין פסק איז כתוב וחתום שטעלט אייך פאר, איינער וואס געווינט ביי די העכסטע געריכט אין ניו יארק און אלבעני, זאל נאך זיין אויף אזעלעכע געהאקטע צרות, און זייער אייגן טעראטעריע, דאס איז ממש א נס ב"ה מיר האבן געווינען ביי דשאדש דעמארעסט די סתימת הגולל פון די זאליס און ב"פ ב"ה מיר האבן געווינען די די"ת און ב"פ (ענק האבן אויפגעגעבן) ב"ה מיר האבן ארויסגעשטויסן ענקער אלטגיזעסענעם מארטין קאנאר און וומ"ב און אריינגעזעצט דעם סקוואדראן, ב"ה מיר האבן ענק ארויסגעווארפן פון די ראסס שול (אין ענקער הויפט טעראטעריע - עמי בבית) ב"ה נכסי קרית יואל איז נישט בארירט כמלא נימא, ב"ה בית רבינו און קרית יואל איז נישט בארירט און פולקאם תחת ידינו, ב"ה טראץ איבער דרייען די וועלט מיט העליקאפטערס און וואס נישט, איז ציוני רבותינו תחת רשותינו ב"ה די איינציגע וואלן ווי מער ווייניגער "ריין חסידי סאטמאר" שטימען - און קרית יואל - פארלירט עטס רעגלמעסיג, ועל הכלל כולו יצא, ב"ה מיר האבן ארויסגעשטויסן ענקער אלטגיזעסענעם סטיוון קאהאן און אריינגעזעצט דעם טראטשאק רעסטעלער (נאכאמאל עמי בבית), ב"ה מיר האבן געווינען ביי ריכטער אלפירי און געשיקט צו די"ת, ב"ה די קעמפ פערמיטס - צו עס וועט עטס בקומען "דאס יאר" צו נישט - איז אין אלנספאל דער צד השוה אז אלע נכסי וומ"ב - ענקער טעראטעריע - עמי בבית - יעדער איינציגער בנין שטייט פאר א סכנה זאל זיך נישט איבערשפילן דעם פערמיט שפיל ב"ה עטס עסט ענקער פארשימלטע תהליכי הקהלה פירות, און מ'זעהט א קידוש השם אז אית דין ואית דיין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 18:33 |
|
| |
ולמסקנא דמילתא: נכסי קהלות ומוסדות הק' דסאטמאר= וויליאמסבורג, מאנסי, לאנדאן, ירושלים, אנטווערפען, מאנטשעסטער געבליבן ביים בנו השלישי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
פינטל, פינטל, פינטל.
דאס הייסט איבעראל ווי די ארונים האבן פראבירט צו לייגן א יד בעה"ב (נישט קיין פארשליסונג לפי שעה) איז אלעס דורכגעפאלן, בני ברק איז נאך דערווייל תלוי ועומד, קרית יואל'ע ביהמ"ד און די ישיבה האט מען בכלל נישט פראבירט, כאשט וואס ס'איז געווען גרויסע שאנסן, דאך כפי הוראת תורתינו הק' איז מען נישט געגאנגען אין קאורט,
די איינציגסטע שעיר לעזאזל איז געווען: בארא פארק....
פינטל. פינטל. פינטל.
רב הסוער גיי ווייטער אן מיט דיינע דמיונות מיט א פרישקייט...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 18:40 |
|
| |
אינה"נ, קיינער זאגט אז נישט, נישט דאס איז דער אישו,
דער סטראבערי וואונדערט זיך היתכן די געריבענע ארונים געלונגט "גארנישט" האב איך עס פארענטפערט אז ס'נישט ממש "גארנישט", איך קען דאך נישט לאזן דעם סטראבערי זיך וואונדערן,
שנית דיין ליסטע איז "לא דק" לאנדאן, מאנטשעסטער, מאנסי,
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2012 18:45 |
|
| |
| שמעלקאלע כתב: |  | ולמסקנא דמילתא: נכסי קהלות ומוסדות הק' דסאטמאר= וויליאמסבורג, מאנסי, לאנדאן, ירושלים, אנטווערפען, מאנטשעסטער געבליבן ביים בנו השלישי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
פינטל, פינטל, פינטל.
דאס הייסט איבעראל ווי די ארונים האבן פראבירט צו לייגן א יד בעה"ב (נישט קיין פארשליסונג לפי שעה) איז אלעס דורכגעפאלן, בני ברק איז נאך דערווייל תלוי ועומד, קרית יואל'ע ביהמ"ד און די ישיבה האט מען בכלל נישט פראבירט, כאשט וואס ס'איז געווען גרויסע שאנסן, דאך כפי הוראת תורתינו הק' איז מען נישט געגאנגען אין קאורט,
די איינציגסטע שעיר לעזאזל איז געווען: בארא פארק....
די בית החיים למשל האט מען נישט פארלוירן, ווייל אלעס איז ביים אלטן.
אויך ביים בית החיים האט מען געפונען א היתר צו גיין אין קאורט... נאר ביטער פארלוירן (3 מאל).
אויך אין בארא פארק האט מען געפונען א היתר צו גיין אין קאורט, נאר ביטער פארלוירן.
אויך אין בני ברק איז צד כ"ק אדמו"ר מהרז"ל אריין אין ציוניסטישן קאורט עד היום הזה. נאר מ'האט עס געשיקט צו דין תורה, אבער די קאורט איז נאך ליידער אפען.
-
אלזא, וועלכע הוראות תורתינו פאלגט מען פונקטליך?
פינטל. פינטל. פינטל.
רב הסוער גיי ווייטער אן מיט דיינע דמיונות מיט א פרישקייט...
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2012 01:31 |
|
| |
נאך א משל איז די ארונים טענה'ן אז די זאלי'ס האבן פשוט ביוויזן מיט פי אר צו איינרעדן די וועלט אז רבי חיים הערש ט"ב אבד"ק י-ם שליט"א איז ערליכע יוד.
אבער די ארונים קענען סאמהאו נישט באווייזן די זעלבע קונץ מיט'ן קדוש מענדעלע, (און דא האבן זיי נאך יעצט כבוד מיט זיין ארמיי זוהן אויך)
|
|
|
|
|