מען קען הערן א שיינע קלארע ענטפער אויף די שמוציגע בריוו מיטן נאמען "ענה כסיל כאוולתו" וואס איז אנגעקומען אויף די פאסט צו וויליאמסבורגע איינוואוינער.
אינעם ענטפער ווערט ארויסגעברענגט די אמתע שמוציגע פנים פון די שרייבער וועלכע שוין קרוב צו ניין יאר שטאפן זיי אן טויזנטער אידישע קינדער מיט גויאישע ארטיקלען גענומען פון גויאישע אויסגאבעס און פון די אינטערנעט, און זיי ווילן זיך ריינוואשן מיט א נארישע ענטפער אז זיי האבן א אזויגערופענע הכשר, וואס ס'איז נישט קיין מציאות בעולם צו כשר'ן א טריפהנע זאך, וואס דא שרייען אלע מחנכים אז די קינדער וואס ליינען דאס ווערן גויים, טאקע נישט אויסערליך אבער אינערליך מיט די געדאנקענגאנג.
אויך ווערט איבערגעזאגט וואס די ארויסגעבער האבן מיט יארן צוריק געזאגט פאר עסקנים קלאר אז זייער ציהל איז רח"ל צו טוישן די מהות פון כלל ישראל, היה לא תהיה!
הערט די וויכטיגע ענטפער אויף די "אורחות חיים טעלעפן ליניע" 718-838-3896
און דרוקט גלייך אריין
05
נשלח ב-24/4/2012 20:00
מלחמת מצוה.
איז דא עפעס באווייזן וואס איך קען זיך איבערצייגן, אויסער דעם פאשקעוויל שרייבער אדער די רבנים וועלכע האבן די תורה הקדושה כקרדום לחפור בה.
גראדע "האב איך אליין געהערט פון א בחור" אן אנדערע ווערסיע:
אויך ווערט איבערגעזאגט וואס די ארויסגעבער האבן מיט יארן צוריק געזאגט פאר עסקנים קלאר אז זייער ציהל איז רח"ל אויסצו'שמד'ן רח"ל גאנץ כלל ישראל, היה לא תהיה!
אונזערע רבנים שליט"א און מחנכים זאגן אז עס איז טריפה! די אויסגאבעס מאכן אונזערע קינדערס מוחות פאר גויאישע מוחות !
I can't type Yiddish now, but I can promise you and all the Mitzvah Fighters, that none of the currently Off The Derech youngsters are from the magazines They are all this way for one reason, and you know what that is, I will not mention it here, but it's far worse a problem then the magazines. And until this problem will not be fixed, we will keep losing more and more neshumes.
Gather your friends and effort and start cleaning our mosdos from these evil people, that are ruining our children's future
איך וויל נישט ווערן קלוגער און איך גלייב די חשובע רבנים שליט"א היושבים על מדין וואס זיי זענען מעיד אז די מאגאזינען פירן אראפ פון אידישן וועג ווייל עס פארגויאישט די מוחות!
נשלח ב-25/4/2012 01:13
מלחמת,
פאר עפעס א סיבה איז דיר שווער צו ענטפערן די פראגע, מיט א סימפל יא אדער ניין.
איז די שטערן/שפאקטיוו מער טריפה פון דער בליץ וואס מ'האט אפגעשוינט פאר פאליטישע אורזאכן?
נשלח ב-25/4/2012 04:42
דאכט זיך מיר אז דער בליץ מיט ראלניצקיס אויסגאבעס זענען הימל און ערד. אלס איין דוגמא וועל איך ברענגן למשל בילדער פון גוים. דאכט זיך מיר אז אין דער בליץ וועסטו נישט טרעפן בילדער פון גוים.
נשלח ב-25/4/2012 07:00
נפל, דאכט זיך מיר אז דו האסט נאכנישט געזען קיין בליץ אין דיין לעבן... גיי פרעג איינע פון דיינע שוואגערס, אפשר ווייסען זיי צו זאגן...
נשלח ב-25/4/2012 07:02
מענין לענין, קען מיר אפשר איינער מסביר זיין דא וואס ס׳איז שלעכט מיט די הסכמה פון הרב יעקב זיידא שליט״א??
נשלח ב-25/4/2012 17:22
הא לן והא להו!
נשלח ב-26/4/2012 12:25
In my personal opinion, the worse thing is to deprive a child, if you over do it he will kick you back. So lets give them something to read that's really not bad at all. And for you people that are still discussing about it please go and get a job. Please let people live.
נשלח ב-26/4/2012 14:11
דער אמת אז אלע מאגאזינען זענען טריפה, ווען דער שטערן און שפאקטיוו האט אנגעהויבן אירע ארבעט
איז עס נישט געווען עולה על הדעת אז ביי חרדיש'ע אידן איז דאס אין האנט צו נעמען, היינט קומען מאנכע און זאגן
אז היות ס'האט שוין א הכשר דערויף איז עס שוין נישט קיין פראבלעם..
איך וויל נישט בארעדן חלילה ר' יעקב זיידא שליט"א ער איז א חשובע איד..
אבער לאמיר אייך פרעגן אויפריכטיג, וויפיל פון די אידן וואס נעמען אריין די ליין מאטריאל פארלאזן זיך ביים עסן אויף אזעלכע הכשרים, איז דען עסן און טרינקען הארבער ווי ליינען גואי'שע זאכן, אוודאי אז נישט...
נו, איז אויב אזוי צו וואס קומט מען מיט א תירוץ ר' יעקב זיידא, איך זאג נאכאמאל כבודו במקומו מונח.
אבער ווען א איד דארף אריינעמען ביי זיך אינדערהיים ליין מאטריאל וואס איז געווען לכו"ע אמאל טריפה (והא ראי' אז היינט האט מען געגעבן א הכשר דערויף) וויאזוי זאל ער נישט טראכטן צוויי מאל, צו ביים עסן וואלט ער זיך אזוי באגאנגען מיט סתם עפעס א הכשר עפעס א נאמען פון א ת"ח וואס געבט אן השגחה דערויף...
און דא איז דאך עס א כש"כ...
ווי קען א איד זאגן חמול על עוללינו וטפינו... ווען מ'ברענגט אריין אין שטוב אזעלכע דברים של מה בכך, וכש"כ אז ס'איז נאך אסאך מער פון דעם....