בית פורומים אידישע געדאנק

אכן נודע הדבר! KJ פירט אן צו קענען בארויבן די קעמפס פון טויזענטע אימשילדיגע קינדערלעך ר"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/4/2012 18:17 לינק ישיר 
אכן נודע הדבר! KJ פירט אן צו קענען בארויבן די קעמפס פון טויזענטע אימשילדיגע קינדערלעך ר"ל

די שרעקליכע סודות ארויסגעקומען!
אז דער ווילידש אף KJ איז שטארק אינוואלווד און בארויבן די קעמפס!
ווי עס ווערט אינפארמירט: אז מען האט געכאפט ווידער - סעגעדין-וויטריאל ביי די קאנטי פירעררס פארארבייטן שרעקליכע מעשים אויף בארויבן די קעמפס ר"ל
אלס אינטערן נאמען פון דעם גרעסטן אידישע גאווערמענט!

אויב האט איינער געהאט ספיקות ביז יעצט אויב מען האט געדארפט פירן מלחמה קעגען דעם KJ VILLAGE
איז שוין פאר יעדן געווארן א דבר פשוט
אז עס איז א מצוה גדולה אויסצורייסן די מאכט פון די משתלטים על הציבור יעדע כח וואס זיי האבן,
און אינגאנצען בטל מאכן דעם KJ ווילידש
און פטור ווערן פון זייערע אכזריות, וואס זיי פירן דורך יעדן טאג סיי בפועל-
און סיי וואס דורך די שווערע מיליאנען וואס זיי ברויבן מיטן כח הממשלה האבן זיי די געלטער
אנציפירן זייערע שרעקעדיגע מערכות קעגין אלע ערליכע אידן די בעל אתר ואתר.

עס איז א בחינה פון יהודא ועוד לקרא-
ווייל די זענען ווי דער פסוק קלאגט "רשעים כים נגרשו השקט לא יכולו"
יעדן טאג ווערן די רשעי ישראל מער און מער שעדליך פארן כלל ישראל

אסאך אידן האבן דאס נישט פארשטאנען אין תש"מ יארן -
ווען דער ארויני איז געווארן רב נגד רצון רוב העיר!

מער אידן האבן פארשטאנען אין די תש"נ יארן -
ווען ער אנגעפירט א טעראר קעגין ק"י מיט אכזריות נוראה מיט שריפת וכדו'


שריפת הילד שעשועים זיי האבן אריינגעלייגט אין א שרעקליכע סכנה די נייע געבוירענע קינדעלעך מיט זייער מאמעס בסכנה נוראה ר"ל

מער אידן האבן שוין פארשטאנען אין די תש"ס יארן -
ווען ער האט זיך מתחצף געווען קעגין זיין אייגענעם טאטין רבינו ברך משה זצ"ל מיט חוצפה וערכאות ר"ל




דער ארויני האט געסערווט א סאמענס פאר זיין אייגענעם טאטען ה"ה רבינו ברך משה זצ"ל
א סאמאנס לעיני כל העולם אויף די גאס

מער אידן האבן שוין פארשטאנען תש"ע יארן ווען ער האט פארשפארט דעם הייליגן מקום קדוש בית רבינו זי"ע



און אסאך מער אידן פארשטייען שוין יעצט
ווען זיי בארויבן די קעמפס פון טויזענטע אידשע קינדערלעך







תוקן על ידי 1satmar ב- 26/04/2012 19:10:46




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2012 18:20 לינק ישיר 

1SATMAR,

דו דערציילסט גרויסע נייעס.

אבער אייך פיצי פראגע האב איך:
אפשפארן דאס הייליגע הויז פון הרבנית הצדיקת ע"ה אונטער שלאס און ריגל איז נישט גענוג סיבה פארוואס די ווילידזש דארף זיין פארשלאסן, אויסגעריסן מיט'ן שורש, און די ערוויילטע פירער ארעסטירט אויף לעבנסלענגליכע טורמע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 18:23 לינק ישיר 

איך וואונדער זיך אביסל אויך אויף די נארישע ארונים.

פאריגע וואך האט שוין דער איד געמאלדן אז מ'האט די נויטיגע פערמיטן פאר די קעמפס, בזכות פון הייליגן דברי חיים, און אינעם זכות וואס דער רבי שליט"א איז אזוי דבוק אינעם הייליגן זיידן.

וואס מאכן זיי זיך נאך נאריש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/4/2012 18:31 לינק ישיר 

אפשר לייגט מען דאס צו צום law suite....

דאס איז די וועג ווי אזוי די דעמאקראטישע אמעריקע ארבעט. האסט איינעם אריינגעוואט וועט ער דיר טון טובות (אויב די זאכען זענען לעגאל). און ס'איז גארנישט ראנג (גויאישלעך)

בכלל ווער זאגט אז זיי באגנב'ענן די קעמפס? איז בכלל געווען א דין תורה? אפילו די ערכאות עכו''ם האט דאס נישט געגעבען פאר צד רז''ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 15:34 לינק ישיר 
זמן חרטה- אבל אשמים אנחנו תשובה ניצט!

די ישועה איז אט שוין באלד דא איבער די אכזריות פון דעם ארויני'ס גניבת הקעמפ'ס
אבער יעצט איז די צייט אויף תשובה און דעם חשבון הנפש איבער די יארן
פון שטיין גלייכגילטיג, ווען מען האט געברענט אין געבראטן די אלע ערליכע אידן
וואס האבן מיט מסירת נפש זיך אקעגן געשטעלט דעם מושחת!
 
ווי די תוה"ק ברענג אראפ אז פאר די שבטי קה - די ברידערס זענען באפרייט געווארן
האבן זיי קודם תשובה געטון און געהאט אמת'ע חרטה

זיי האבן געקלאגט
"אבל אשמים אנחנו, אשר ראינו צרת נפשו - על כן באה אלינו הצרה הזאת, וגם דמו הנה נדרש"

די וועלט איז נישט הפקר!
די ישועה וועט איה"ש קומען ווען דער ציבור וועט תשובה טון און אויסשרייען  
"אבל אשמים אנחנו" 
און איבערבעטן יעדן וואס מען האט מצער געווען סיי במעשה סיי בדיבור, 
און סיי אויף וואס מען האט זיך נישט אנגענומען פאר זיי ווען מען האט זיי כסדר אטאקירט, געברענט, און געשלאגן!
עס ליגט א חיוב זיי אלע מפייס זיין, ווי מען מען האט זיי מבזה געווען
די אלע אידן האבן נאך זייער א שווער הארץ! ווי מען האט זיי געפייניגט.
יעצט איז די צייט, 
ואין לך דבר העומד בפני התשובה!
די תשובה וועט אינז איה"ש ראטעווען פון די אלע ארוינישע צרות אויך אויף להבא!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2012 17:08 לינק ישיר 

אילו לא באנו אלא בשביל דבר זה, די

אז דער "מסור דמתא" האט געקענט האבן א קליין הרהור תשובה נאך 30 יאר רצופות רשעות פאר אידן, כאטשיג ער איז נאך עומד ברשעותו, האט זיך שוין געלוינט די גאנצע קעמפ פרשה

א הרהור תשובה אפילו פון אזא איינעם וואס די גמרא זאגט אויף אים: "נידון לדורי דורות, גיהנים כלה והם אינן כלין" איז זייער חשוב ביים אייבערשטען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 17:12 לינק ישיר 

איינער זאגט מיר בסוד אז בייי דעם גרויסן וויזיט פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, הגאון הגדול רבי מתתי' סאלאמאן שליט"א און הגאון הגדול רבי מלכיאל קוטלער שליט"א, אינעם הויז פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אויף צאנז קאורט, אול"י ב' אח"ק תשע"ב, האבן די רבנים שליט"א דאס געזאגט פאר סאטמארער רבי'ן.

עס איז דערווייל נישט באקאנט וואס עס האט זיך אויסגעלאזט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 19:35 לינק ישיר 

זאלי200 כתב:
אילו לא באנו אלא בשביל דבר זה, די

אז דער "מסור דמתא" האט געקענט האבן א קליין הרהור תשובה נאך 30 יאר רצופות רשעות פאר אידן, כאטשיג ער איז נאך עומד ברשעותו, האט זיך שוין געלוינט די גאנצע קעמפ פרשה

א הרהור תשובה אפילו פון אזא איינעם וואס די גמרא זאגט אויף אים: "נידון לדורי דורות, גיהנים כלה והם אינן כלין" איז זייער חשוב ביים אייבערשטען
דער מסור דמתא וואס האט זיין אייגענעם טאטין רבינו זי"ע געשלעפט בערכאות, פארשפארט דעם היילגען בית הקדוש פון זיין הייליגען פעטער זי"ע איז נאך ווייטער עומד במרדו ווי ער ארבייט מיט זיינע אכזריות'דיגע שליחים צו פארשפארן די הייליגע קעמפס און צורויבן די מנוחה פון טויזענטע אימשולדיגע שעפעלעך דאס ווייזט נישט ארויס קיין שום נדנוד פון תשובה ווייל רשעים אפילו על פתחי של גיהנם אינם חוזרים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2012 19:38 לינק ישיר 

דאכט זיך אז דער טאטן פונעם מסור דמתא האט שוין נישט געלעבט ווען ער איז געווארן א מסור, זיין פאטער איז נפטר געווארן תשל"ח, מן הסתם ער זאל האבן א שיבה טובה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 22:54 לינק ישיר 

ער איז אוועק תשמ"ב, די הייליגע ברך משה האט מעיד געווען אז ער איז געווען א ערליכע איד, ער האט נישט געקענט פארשטיין ווי עס קומט צו אים אזא זוהן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 00:01 לינק ישיר 

זאלי200 כתב:
ער איז אוועק תשמ"ב, די הייליגע ברך משה האט מעיד געווען אז ער איז געווען א ערליכע איד, ער האט נישט געקענט פארשטיין ווי עס קומט צו אים אזא זוהן,


קיינער קען אויך נישט פארשטיין ווי קימט צי אזא טאטן און אזעלעכע הייליגע זיידעס
אזא זון ווי דער אב"ד מסור דמתא?
א זון וואס האט געזאגט אויפן אייגענעם טאטן פלני גזלנה?
אזא זון וואט האט זיך מתחצף געווען קעגין גדולי ישראל זי"ע
אויף הגה"צ מקאשוי עפרה לפימי ר"ל
און אויך די דברי בלע אויף זיין פעטער דער וויזניצער רבי שליט"א מיט זיינע גילו עריות פראגראמס ר"ל
און געטרינקען אזויפיל בליט פון הרבנית הצ' ז"ל
און געמאכט א חורבן עולם פול מיט רציחות אין ק"י פאר אסאך יארן


נאר דער זעלבער תירץ  פאר די אנדערע געוואלדיגע קשי'

ווי איז געקומען צו אזא הייליגען טאטן יצחק
אזא זון ווי דער עשיו הרשע?


ווען מען וועט פארשטיין יענס,
וועט מען פארשטיין אויך דאס!

נאר ב"ה די הצלה פארן כלל ישראל פון ווי דער כלל ישראל איז נתייסד געווארן איז געקומען
ווייל האט ער האט אויך געהאט נאך א קלענערן זון א צדיק, וואס ער האט געהייסן יעקב!

אויך דא ב"ה איז די ישועה ארויסגעקומען, ווייל ער האט אויך געהאט זיין קלענערן זון
רבינו מהרז"ל שליט"א און ער ראטעוועט ב"ה אינזער דור עבמ"צ אמן

תוקן על ידי 1satmar ב- 02/05/2012 00:45:41




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 00:26 לינק ישיר 

חידא

אויף וועמען האט א געוויסער צדיק געזאגט די ווערטער:

"ווען איך וואלט נישט געקאנט זיין פאטער וואלט איך נישט געגלייבט ער איז מזרע ישראל"

1. לוי אראן

2. משה מענדלזאהן

3. יאסל וואלדמאן

4. דוד בן-גריון

ווער ס'טרעפט אויס די חידא באקומט א פאלאק לאט בחנם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 00:30 לינק ישיר 

שקר וכזב סתם אויסגעטראכטע מעשיות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 00:47 לינק ישיר 

אויף וועם האט דער זעלבער צדיק געזאגט בזה"ל:
דו האלטסט פון דין תורה?! דו ביזט א גוי
דער צדיק האט יענעם גוט געקענט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 00:47 לינק ישיר 

נישטאמת

איך האב עס אליין געהערט מפ"ק, און ס'איז דא אויף טעיפ אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 00:49 לינק ישיר 

מפ''ק פון וועמען? וד''ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אכן נודע הדבר! KJ פירט אן צו קענען בארויבן די קעמפס פון טויזענטע אימשילדיגע קינדערלעך ר"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext