די וואך איז געווען חאגע אין הופפער די סיקריקים האבן זיך צעפירט די הענט! און האבנדיג די בעקינג פון אלע נארמאלע ארונים וואס האבן מער ווי א 'משהו' שכל, האבן זיי אויסגעטראסקעט -נוסח סיקריקים- טאנען פאשקעווילן קעגן בלאַט און ווייס געמאכט די שוהל!
א נחת געווען דארט אריינצושפאצירן, תשנ"ט ביפיה! א גאנץ שבת האט מען זיך דארט ארום גע'רצח'ט די סיקריקים קעגן די בלאט חברה. זיי זענען שוין אנגעצויגן אויף די בלאט פון אלע יארן מאכן חאגע מיט זיי, אבער יעצט געקומען צו א הויכפונקט ביי די שטערן מערכה ווי די בלאט איז געגאנגען מיט קאפ אין וואנט אקעגן קהל ווייסע שוהל קיט"ל פון ק"י, און קעגן א בפירוש'ע דרשה פון מענדעלע! אזוי זעהט אויס א קהלה ווי יעדער איז בעה"ב, אנגעהויבן פון ש. ווידער געענדיגט ביי א. רובין....
ווער ס'האט א קאפי איז מכובד אריינצוסקענען
נשלח ב-29/4/2012 05:08
ווי שוין גערעדט האבן די סיקריקים איין טעות: די בלאט ווערט דירעקטירט פון 5 סאנז, און נישט פון דייטש-ווידער-קאמפ. מילא רעדן זיי צו א לאמפ
#למ"ב
נשלח ב-29/4/2012 05:14
תוקן על ידי סטראבערי ב- 29/04/2012 05:14:35
נשלח ב-29/4/2012 05:19
א פארטיי געפירט ווי א שיף אהן א רידער... כ'האב געזעהן אז ביי די אזוי-געריפענע סיקריקים הויפטקווארטיר 141 ראסס, האבן זיי זיך איינגעקויפט גרויסע קאמערציעלע פרינטערס, צוקענען נאכקימען די געברויך פאר פאשקעווילן, ווי פיל מ'דארף, אינטערצוברענגען די בלאט!
ליהודים היתה........
נשלח ב-30/4/2012 06:30
איך האב מברר געווען. דאס איז גאנץ א גוטער בני יואל פאשקעוויל.
נשלח ב-30/4/2012 06:39
איך האב מברר געווען. דאס איז גאנץ א גוטער ארוני פאשקעוויל!
#למ"ב
נשלח ב-30/4/2012 06:53
דארט זענען פאראן געבעקסן וועלכע ר' מענדל האט קיינמאל נישט געזאגט. ממילא האבן די בני יואל זיך אנדעקט. טיפיקל בני יואל.