לידיעת הכהנים וואס ווילן פארן קיין מירון ווערט היי יאר פונדאסניי אויפגעבויט ווערן דער גשר הכהנים
לענגאויס דעם בארג ארויף צום ציון הרשב"י אין מירון.
דער גשר איז ווי באקאנט לויט די פסק פון דער בג"ץ הציוני צו ווארפען געווארן נאך א לענגערע סכסוך איבער'ן בעלות השטח
יעצט האבן זיי געגעבן רשות אויפצובויען פונדאסניי על מנת אז מ'וועט עס צו ווארפען תיכף נאך ל"ג בעומר.
נשלח ב-29/4/2012 22:59
אזוי אויך קען מען רואיג גיין אויפן דרך בורמה
כפי הפסק דין של הבד "ץ
נשלח ב-30/4/2012 00:43
אישור, עטס זענט'ס דאך שטיצער'ס פון תולדות אברהם יצחק!!! אתמהה פאריאר איז געווען באריכטעט אין בלאט מיט שרייערדיגע קידוש לבנה אותיות, איבער'ן גשר הכהנים איז צוליב וואס, האסטו זיך יעצט פארגליסט אין תולדות אהרן און גאר דערצו דער פסק העדה החרדית??
כאילו דער בריסקער רב האט געהאט א ציהל אז אלע טעג אין יאר זאל זיין מלחמות אויף קברים
און מען גראבט אויס חששות פון אונטער דער ערד
און יעדן טאג שיקט מען בני הכולל מוחה זיין דא און דארט איינמאל און נאכאמאל
די מענטשן האבן עפעס באשלאסן אז דער ציון הרשב "י איז מלא קברים אויף אלע וועגן
איך ווייס נישט פארוואס תולדות אברהם יצחק האט באשלאסן זיך אנציכאפן דערויף
אבער בי "ד האט ארויסגעגעבן א פסק אז דרך בורמה איז כשיר וישר
און שטילערהייט זאג איך דיר אז די מוצי "ם טענהן אז אלע וועגן זענען רוב זיכער כשר להלכה נאר מען לאזט נישט דן זיין דערויף ......
נשלח ב-30/4/2012 03:07
נו, זאגסט דאך גוט, איז אלא מאי א קשיא אויפן בלאט!! תיקו..
נשלח ב-30/4/2012 06:36
אינטערסאנטער פון אלעם איז, אז פאריאר האט תולדות אברהם יצחק (צ"ל: אהרונים) זיך ארויפגעכאפט אויף די פסק פון ר' משה בראנסדארפער, אז מ'טאר נישט ארויפגיין אויף מירון דורך דרך מהדרין. אבער גאנץ לעצטנס ווען ס'איז ארויסגעקומען א פסק פון אים אז די מקוה אין תולדות אברהם יצחק איז נישט כשר, האט מען אנגעהויבן זינגען פארקערט. ודי להרוצה להבין
נשלח ב-1/5/2012 16:47
זיבענבערגן כתב:
אינטערסאנטער פון אלעם איז, אז פאריאר האט תולדות אברהם יצחק (צ"ל: אהרונים) זיך ארויפגעכאפט אויף די פסק פון ר' משה בראנסדארפער, אז מ'טאר נישט ארויפגיין אויף מירון דורך דרך מהדרין. אבער גאנץ לעצטנס ווען ס'איז ארויסגעקומען א פסק פון אים אז די מקוה אין תולדות אברהם יצחק איז נישט כשר, האט מען אנגעהויבן זינגען פארקערט. ודי להרוצה להבין
ווער האט געזינגען פארקערט? האסטו דען געהערט די זמירות? לויט ווי איך האב געהערט האט מען אויפגענומען א וועד פון אלע רבנים אין תוא"י און מכשיר געוען די מקוה בכל החומרות וההידורים. דיינע ווערטער וואס די שרייבסט איז ריין שנאה מיט שקר
נשלח ב-2/5/2012 21:05
די גשר הכהנים ווערט נעבעך געבויט מיט ציוניסטישע געלט מיט די שתדלנות פון די קינדער פון תודלות אברהם יצחק רבי
נשלח ב-2/5/2012 23:01
פריש כתב:
די גשר הכהנים ווערט נעבעך געבויט מיט ציוניסטישע געלט מיט די שתדלנות פון די קינדער פון תודלות אברהם יצחק רבי
אן קיין שום שתדלנות ווערט ווידער אויפגעשטעלט דעם גשר כוהנים פאר אלע כוהנים אין כלל ישראל. "יבא אמה וקנח את צואת בנה" - דער וואס האט עס חרוב געמאכט ער שטעלט עס צוריק אויף