אז תולדות אהרן מאכט נישט די הדלקה וועט ווערן נאכט אין מירון 5 שעה פריער
נשלח ב-30/4/2012 04:25
באמת וואלט מיין תגובה פארדינט א באזונדערע אשכול צוליב די נקודה וואס זי ברענגט ארויס, אבער דאכט זיך מיר אז ס'וועט קיינעם נישט באנג טוהן אז די אשכול וועט אביסל אראפ פארן צו א זייטיגע נקודה, דעריבער וועל איך יא שרייבן דא.
די הדלקה וואס דער תולדות אהרן רבי צינד אין מירון גייט שוין אן זייט פארן צווייטן וועלט מלחמה. דער היינטיגער רבי'ס טאטע דער פריערדיגע תולדות אהרן רבי און דער רבי'ס זיידע דער מייסד השולשלת הרה"ק ר' אהרן ראטה זי"ע האבן אלע יארן געצינדן די הדלקה. פאריאר ווען די וועלט האט זיך איבערגעדרייט וועגן א פרשה פון חשש טמאת כהנים אויפן הר מירן איז דער תולדות אהרן רבי שליט"א אנגעקומען אין א קאסטן (אהל) און נישט געווען גרייט מוותר צו זיין אויף מסורת אבותיו הקדושים אפילו די ליצני הדור וועלן טרייבן שפאס פון אים. עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז די ליצני הדור געפירט דורך די אהרוינים האבען געטריבן ליצנות וואכן און חדשים לאנג.
יעצט ווען עס איז שוין קלאר אז קיין חשש טמאת כהנים איז נישטא, און די בי"ד העדה האט שוין ארויסגעגעבן זייער פסק אז כהנים קענען ארויפגיין אן קיין חשש, יעצט פלוצלינג איז דער תולדות אהרן רבי גרייט אויפצוגעבן מנהג אבותיו. שטעלט זיך די שאלה הלאמיי? פארוואס טאקע פונקט יעצט?
יעדעס קינד אין סאטמאר האט אלע יארן געוויסט אז די נאמען תולדות אהרן טראגט א געוואלדיגע חשיבות און רעספעקט אין סאטמאר. ס'האט יעדער געוויסט אלע יארן אז תולדות אהרן איז די גרעסטע קיבוץ ערליכע אידן אין ירושלים וואס זענען דוגל אויפן שיטה פון סאטמאר אזאש גרעסער פון קהילת סאטמאר אין ירושלים זעלבסט.
נאך די חלוקה אין סאטמאר ווען דער תולדות אהרן רבי שליט"א איז געבליבן צוגעבינדן צום סאטמאר רבי דער ברך משה ז"ל און ממשיך געווען מכבד צו זיין בנו מהרי"י דער געוועזענער רב אין ירושלים האבן די אהרוינים אנגעהויבן וואשן די מוחות פאר זייער ציבור אז דער תולדות אהרן רבי איז א לינקער, דעריבער טאר מען מער נישט שטיצן מוסדות תולדות אהרן. זיי האבן געהאפט אז מיט דעם וועלן זיי ברעכן דעם תולדות אהרן רבי און ער וועט זיך צושטעלן צו זייער זעלבסט געקרוינטער "רב הצעיר".
נאך די פטירה פון ברך משה איז די פראפעגאמדע קעגן תולדות אהרן פילפאכיג געשטיגן אזאש געוויסע חלקים ביי די זאלוינים (בעיקר די וואס ליינען נאך דער בלאט) האבן שוין אנגעהויבן גלייבן בנוסח געבעלעס ימ"ש וועלכער האט דעקלערט אז מען דארף דעם ליגענט אזוי לאנג חזר'ן ביז מהייבט דאס אן אליינס צו גלייבן ווי למשל אז די זאליס זענען די וואס זענען געגאנגען צו די ציוניסטישע ערכאות, אדער אז די זאליס זענען געגאנגען צו ערכאות אין ניו יארק און נישט די אהרוינים, אדער למשל שור שנגח את הפרה זה אומר וכו'. עס זענען שוין געווען זאלוינים ביי וועם מען האט געקענט הערן נאכזאגן אז דער תולדות אהרן רבי איז א לינקער.
צום מערסטענס האט מען דאס געקענט הערן לעצטענס ווען עס האט זיך אנגעבוין קאכן מיט די פרשה פון הפקעת מירון. די אהרוינים האבן אנגעהויבם א שמוץ קאמפיין כאילו תולדות אהרן העלפט גאר די ציונים מיט זייער בייזוויליגע פלענער איינצוקאסירן מירון פאר די ממשלה און אזוי וועלן זיי זיך פארזיכערן מיט זייער מקום קבוע צו קענען ווייטער פראווען די מעכטיגע הדלקה אין מירון. זעלבסט פארשטענדליך אז ס'איז איבריג אפילו נאר אפצולייקענען די בייזוויליגע פראפעגאנדע און איך וועל זיך אפילו נישט אפשטעלן דערויף.
יעדעס יאר דינגט תולדות אהרן אפ דעם מקום מיוחד פאר די הדלקה, זיי דינגען דאס פון די לאקאלע בעלי בתים און זיי באצאלן פאר די ארבעט פון אויפשטעלן די גרויס סטעידש.
דאס יאר איז אבער א יוצא מן הכלל. די מדינה וועלכע גרייט זיך איבערצונעמען דאס פלאץ (מיט געוואלד) פון די בעלי בתים, האבן דאס יאר אריינגעלייגט מיליאנען שקלים פון די רעגירונגס געלט אהערצושטעלן דאס פלאץ. צווישן אנדערע האט די רעגירונג אויך באצאלט פארן אהערשטעלן דעם גרויסן שטח מיט די סטעידש פאר די תולדות אהרן'ע הדלקה.
דער תולדות אהרן רבי האט געהייסן זיינע חסידים אויסצאלן אלע הוצאות עד פ"א פונקט ווי אין די פארגאנגענע יארן כדי נישט נהנה צו זיין משלטון הכופרים און משלחן איזבל. זיינע חסידים זענען געלאפן צו די רעגירונג מיט געלט אבער דא האט זיך אנגעהויבן א פרשה פון "ווי איז פרעה?" די רעגירונג וויל בשום אופן נישט נעמען דאס געלט און שיקן די תולדות אהרן חסידים פון איין אפיס צום צווייטן מיטן האפענענג אז אזוי וועלן זיי מצליח זיין אריינצוכאפן תולדות אהרן אין זייער זאק און תולדות אהרן וועט פארכאפט ווער מיט נהנה זיין פון די טריפה'נע געלט.
דעריבער האט קהלת תולדות אהרן בפקודת זייער גרויסן מנהיג ארויסגעשטעלט א צעטל און געלאזט וויסן אז אויב וועלו זיי נישט מצליח זיין אפצוטרעפן דעם דעפארטמענט וואס פראפיגט אויף די הוצאות אין מירון און אויב יענע דעפארטמענט וועט נישט אפנעמען דאס גאנצע געלט וואס זיי האבן דארט אריינגעלייגט לטובת תולדות אהרן, וועט תולדות אהרן נישט צינדן!
ס'בלייבט נאר איבער צו קוקן מיט אויגן פארטרערט פון שמחה אז עס זענען נאך פארהאן א קבוצה פון ערליכע אידן וואס האלטן זיך מיט מסירת נפש נישט נהנה צו זיין פון ציוניסטישע געלט.
נשלח ב-30/4/2012 05:11
דער קידוש ה' איז געוואלדיג, אויפצוגעבן אויף אזא הייליגן מנהג ווי עס קומען זיך צונויף בלי שום גוזמא רבבות אידן און מען גיט דאס אויף פארדעם ווייל די מדינה הטמאה וויל נישט נעמען קיין געלט , קען מען זאגן איין זאך ברוך המקדש שמו ברבים
נשלח ב-30/4/2012 06:57
נפל, אלעס פיין און וואויל, אבער פארוואס פירן די סיקריקים א מערכה קעגן תולדות אהרן רבי'ן שליט"א?
נשלח ב-30/4/2012 16:05
די סיקריקים פירען א מערכה קעגען תולדות אהרן ווייל ער האט זיך נישט ציגעשטעלט צי זייער רב הצעיר און שטיצט אחיו הקטן הרי"י
נשלח ב-30/4/2012 17:30
זיי פירן קעגן אים א מערכה פאר די זעלבע סיבה ווי די אהרוינים, ווייל ער גייט נישט מיט זיי אין שפאן, ער איז א מנהיג און גייט זיין וועג.
יעצט זיי נישט בייז אז איך וועל דיר פרעגן צי ס'איז אמת אז די דאזיגע סיקריקים וועלכע פירן קריג מיט כ"ק אדמו"ר מתו"א שליט"א געפינען זיך ביי הרה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א פון ירושלים?
נשלח ב-30/4/2012 21:22
אלע סיקריקים פון איבער די וועלט פירן קעגן אים א מערכה און אלע פארן זעלבן סיבה: ער גייט זיין וועג און איז זיך נישט שואל עצה מיט זיי. נטורי קרתא, ער שטעלט זיך נישט צו צו זייערע מערכות. אהרוינים ווייל ער האט נישט אנערקענט אז זייער מנהיג איז רב הצעיר און זאלוינים ווייל תולדות אהרן באניצט זיך שמיטה מיטן היתר העדה אויף יבול נוכרי נגד דעתו און פסקו פון ויואל משה. אלע דריי פלאצן פון זיין הצלחה און די איינציגסטע פון אלע דריי וואס האבן א אויפריכטיגע סיבה צו זיין ברוגז אויף אים זענען די זאליס.
נשלח ב-30/4/2012 21:42
נפל.
עפעס פארדעקסטו. ווייל תולדות אהרן האט זיך אייביג געפירט ווי די עדה. אויסערדעם גייען רוב תולדות אהרן אידן צום כותל, און זיי האבן נישט אנגענומען די קפידא פונעם רבי'ן. און מ'האט זיי קיינמאל נישט גע'רודפ'ט דערפאר.
נשלח ב-30/4/2012 22:42
נא אויב אזוי פארצייל די מיר די סיבה פארוואס ס'איז געווען דארט א רייבעריי... היות די ווייסט נישט וועל איך דיר פארציילן. ר' חיים הערש האט געפאדערט יבול חו"ל כפי פסקו פון סאטמאר רב, די עדה האט גע'טענה'ט אז ס'איז צו א גרויסע און טייערע אינטערנעמונג בפרט נאכדעם וואס ע"פ חוקי הציונים מעג מען נישט אריינברענגען קיין יבול חו"ל. ר' חיים הערש האט געהאלטן אז אויב סאטמאר מיט תו"א וועלן זיך פאראייניגן וועלן זיי צוזאמען קענען דורכברעכן די זאך. אבער תו"א האט זיך נישט געהאלטן ביים צושטעלן.
נשלח ב-30/4/2012 23:38
ר' חיים הערש האט געפאדערט? און ווען זיין טאטע איז געווען דארט האט ער אויך געפאדערט?
און ווען דער גאב"ד הרמ"א פריינד האט ער אויך געפאדערט פון די עדה?
עפעס פארדעקסטו. ווייל תולדות אהרן האט זיך אייביג געפירט ווי די עדה. אויסערדעם גייען רוב תולדות אהרן אידן צום כותל, און זיי האבן נישט אנגענומען די קפידא פונעם רבי'ן. און מ'האט זיי קיינמאל נישט גע'רודפ'ט דערפאר.
פון וויא נעמסטו די חוצפה צו שרייבן אז "רוב תו"א חסידים גייען צום כותל", על סמך מה געטרויעסטו דיך צו מוציא לעז זיין, אויף אזא ריזן ציבור וואס גייען בשיטה הקדושה, במסירות נפש ממש, מער וויא תלמידי רביה"ק זצוק"ל זעלבסט?
עס זענען דא יחידים וואס גייען טאקע צום כותל, אבער רוב מנין רוב בנין פון תו"א, גייען נישט צום כותל.
נשלח ב-1/5/2012 00:19
גערעכט: ס'פארא חוצפה פון וואס? תולדות אהרן האט נישט אנגענומען די "קפידא" פונעם רבי'ן איבער הליכה לכותל, און דערפאר גייט רוב תולדות אהרן יא צום כותל, נישט איך און נישט דו האבן געציילט וויפיל יא אדער וויפיל נישט, און ווער עס וויל גייט, עס איז אין תולדות אהרן נישטא קיין איסור צו גיין.