רבונו דעלמא כולא. דאס איז דאך א פשוט'ע איסור והיתר שאלה. פארוואס גייט עס נישט אריין אין דיין קאפ?
נשלח ב-2/5/2012 21:25
לאנצוט פאר דו לייגסט ארויף ר' טודרוס די שאפראנער רב און ר' שמעון יואל וויינבערגער אויף א פעיראל פון קהל וואלסטו זיך געדארפט פארשטענדיגען מיט זיי זיכער מאכען אז זיי קענען עס עפארדען
נשלח ב-2/5/2012 21:29
זיי רעאליסטיש.
א מחותן מיט רז"ל צען מאל, און א ברודער פון רז"ל וויינבערגער וכו'. קיין שום פרעמדער רב וואס קען זאגן אנדערש פון משה פריעדמאן.
איה"נ, ווען רבי אהרן זאל זיצן מיט ר' געציל און ר' העניך און ר' יוסף הערש סופר, וואלט איך געזאגט די זעלבע זאך.
נשלח ב-2/5/2012 21:39
טאקע "היסטאריע"!!
אז אזא צדיק ווי דער סקולענער רבי זאל זיך אראפלאזן צו דעם ביק רז"ל ט"ב איז לכאורה נישט געווען זייט משה רבינו האט זיך אראפגעלאזט צו דתן ואברים
ריכטיג ריכטיג, סטראבערי, "היסטאריע"
נשלח ב-2/5/2012 21:45
איך פאשטיי בכלל נישט פארוואס מען לאזט זיך פארפירן פון דעם לאנצוטן אקס
איינער רעדט דא פון א דין תורה פאר די אדער א אנדערע קהלה?
עס גייט זיין א כינוס, און מען וויל וויסן צו מען דארף גיין צו נישט, האט מען צוזאמגערופן אן אסיפה פון די דייני הקהלה וחברי הביד"ץ, (יא, די וואס זענען טאקע אויף פעיראל) גאונים וצדיקים, מאורי הדור, וואס בית ישראל החרדים לדבר ה' נשענים עליהן , בביתו נאוה קודש פון דעם מנהיג העדה, דער תל תלפיות שהכל פונים אליו, צו דן זיין וואס מען טוט אין אזא פאל, איז געקומען בעפאר די אסיפה הגה"ק מסקולען שליט"א צו רעדן מיטן רבי'ן איבער דעם ענין און אויף הגה"צ מוויען, און בעפארדעם זענען געקומען הגה"צ משאפראן שליט"א צו זאגן זיין חוות דעת און הגה"צ מיאוואזשנא שליט"א, ועוד
איז יעצט, וואס האט לאנצוט אפגעפרעגט מיט דעם אז מען באקומט פעיראל, האט ער געוואלט אז די דיינים זאלן הונגערן, אדערקען זיין אז ער האט געוואלט אז די ארונים זאלן זיי באצאלן פעיראל?, אדער האט ער געמיינט צו זאגן אז מען האט זיי געצווינגען צו קומען קעגן זייער ווילן, און מהאט זיי געסטראשעט אויפצוהערן באצאלן פעיראל?? מי יודע, יעצט גייט ער קומען מיט א שלל תירוצים ובאבקעס וכו' און יעדער וועט אנהויבן זיך טענה'ן מיט אים איבער שטותים און זיך לאזן פארפירן מיט זיינע פערדעריי
נשלח ב-2/5/2012 21:45
לאנצוט כתב:
מלכות'דיגע זיצונגען???
מה זה?
איך זעה אז שוין וויטער פארשטייסטו נישט אזעלכע פשוטע זאכען אלזא וועל איך פרובירען דיר מסביר זיין
מלכות'דיג מיינט אז די אויסגעשפילטע\עם הארץ\דזיגאן\גזלן\וכו' זיצט כמלך בגדוד בביתו נאוה קודש אויף 550 בעדפארד, ארומגענומען מיט ארום 10 ערנסטע רעספערקטירטע רבנים וואס זענען פון די סמעטענע וואס סאטמאר פארמאגט די לעצטע 30 יאר [נישט קיין פריש אפירגעקומענע פון וועלכע קיינער האט נישט געוואוסט צו זאגען ביז לעצטנס] און מען איז דן בכובד ראש מיט קעגנזייטיגע דרך ארץ און הערצה
יא צו סשמעקט יא צו נישט
מלכות שבמלכות!!!
נשלח ב-2/5/2012 21:51
דאס איז דאך די שורש הנפק"מ צווישן רעבארען און רבינו שליט"א, ביי ר' אהרן טאר קיינער נישט עפענען דאס מויל, ר' אהרן לאזט ארויס א ווארט און אלע מאכן הייל היטלער און זינגען צו קדוש קדוש קדוש, משא"כ להבדיל אלף אלפי הבדלות רבינו שליט"א שמועסט זיך דורך מיט די ערליכע אידן רבנים און דיינים ער מאכט קלאר אז ער וויל הערן זייער מיינונג און הערשט דערנאך פאסט ער זיין באשליס. ער איז נישט א דיקטאטאר אדער א בעל גאווה וואס איז זיכער אז נאר ער ווייסט און קען, ער פירט זיך כדרכה של תורה מיט נימוס און דרך ארץ פאר רבנים ווי שאפראנער רב וכדו'.
נשלח ב-2/5/2012 21:55
פארוואס האט 70 רבנים אליינס געקענט מאכן א באשלוס יא אונטער צי שרייבן אן זייער אזוי בתי דינים
אין נאר ר' זלמן מיז האבן א גאנצען שטאב פין אנטער שטיפערס וואס זאלן אים באגלייטן
רעדט מען דא פין מתיר זיין עגונה ? צי פין אן אסיפה יא גיין צי נישט גיין