די אהרונים זענען כסדר ביזי מיט שרייען: גיין צו דין תורה.
שיינע דיבורים. אבער עס פרעגט זיך א גרויסע שאלה: איז בכלל דא מיט וועמען?
זיצנדיג אין מקוה, האב איך מיטגעהאלטן א שמועס וואס 2 אידן האבן דיסקוטירט דאס ענין פון דין תורה מיט די אהרונים. איינער האט זיך אנגערופן, איז דען שייך צו גיין מיט די אהרונים צו דין תורה?
און ווייזט אן אויף בארא פארק. נאך לאנגע חדשים וואס דאס בי"ד האט געהערט די טענות פון ביידע צדדים פארוואס ר' מענדל שווימער איז יא אדער נישט פון די הנהלה, און פארוואס אהרן וועלץ מעג יא אדער נישט אליינס באלעבאטעווען, האט אויסגעקוקט אז אט גייט קומען א פסק, ושלום על ישראל.
אבער פלוצלונג ביים לעצטן דיון, ווען דער אהרונישער בורר זלמן גרויז האט זיך דערזען אז עס האלט שוין קרוב צו א פסק, האט ער אריינגעווארפן א פרישע באמבע, אז דאס איז נישט קיין דין תורה צווישן די 2 יחידים, נאר צווישן דעם ציבור. דאס מיינט אז נאך חדשים פון אויסברענגען צייט און צענדליגער טויזנטער דאלארס האט מען זיך דערזען ביים אלף.
מיט דעם אלעם, האט ר' מענדל שווימער דאס אויך נאכגעגעבן, און מסכים געווען אז מען זאל דן זיין לויטן ציבור. דאס בי"ד האט דעמאלסט פארלאנגט פון ביידע צדדים צו ברענגען חתימות פון זייער ציבור.
למעשה האט ר' מענדל שווימער אויסגעפאלגט די בקשה פון בי"ד, אבער דער אהרונישער צד האט נאך ביז היינט נישט געברענגט קיין חתימות.
פארוואס? ווייל זיי "ווילן נישט" קיין פסק!
אבער די אהרונים ווילן כסדר דין תורה!
איז דען בכלל דא מיט וועמען זיך צו שטעלן?