רבותי! אל תעמדו מנגד! רעגעסטרירט אייך שוין צו וועהלן
נאך די שווערע חדשים וואס מען האט נישט געוואוסט מה יולד יום, און עס האט אויסגעזעהן חלילה אז די מוסרים ומלשינים וועלן מצליח זיין, נאר בחסדי ה' איז געלונגען פאר די הנהלת הקעמפס צו באקומען דעם פערמיט אזוי ווי די לעצטע 57 יאר, ליגט א פליכט אויף יעדן מאנ"ש זיך צו רעגעסטרירן צו וועהלן, די מוסרים סטראשען שוין איצט אז זיי גייען זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, זיי ווילן גיין ווייטער קומענדיגס יאר איבער די קעמפס, ביהמ"ד החדש, ביהמ"ד הגדול, מצה בעקעריי, מקוה טהרה, בית רבינו, וכו', זיי ווילן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, אין קאורט לאזט דער רבי שליט"א נישט גיין אפי' בהיתר כדי נישט צו מאכן קיין חילול ה', איז געבליבן איין אויסגעהאלטענער וועג פון השתדלות, און דאס איז: פאליטישע פרעשור! און די איינציגסטע וועג דערצו איז אז ביי די וואלן קומט מען ארויס מיט א מאכטפולן כח, זיי מאכן שוין א קאמפיין און זייער עולם גייט ארויסגיין די מאקסימום וואס זיי קענען, עס איז זיכער אז אויב אונזער עולם קומט ארויס די מאקסימום, קען מען רואיג ארויסגיין מיט א 6-7 טויזענט שטימען, שטייט נישט אין די זייט, עס איז איצט א שעת חרמה, רעגעסטרירט אייך שוין! און פארלגט אויס די עסקנים אין די קומענדיגע וואלן
 |
|
|