בית פורומים אידישע געדאנק

אהרונים זוכן וועגן אריין צום כינוס כלל ישראל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/5/2012 02:35 לינק ישיר 
אהרונים זוכן וועגן אריין צום כינוס כלל ישראל!

א שרעקליכע דעמאלערעזאציע האט זיך אראפגעלאזט אויף די אהרונישע קעפ די וואך. קודם כל מיט די ביטערע קעמפ נייעס און דערנאך מיטן כינוס כלל ישראל, ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ר' אהרן האט פאר זיינע נארישע בעבישע פאליטישע חשבונות באשלאסן אז ער גייט בויקאטירן דעם כינוס. ‎​
 
נעכטן איז אבער געווארן א ונהפך הוא, די אהרונים האבן זיך ארומדערזען אז דער מהלך פון שפילן קנאי האט געפלאפט, קיינער קויפט נישט דעם שקר, און יעדער קוקט אן מאדנע ר' אהרן פארן זיך נישט צושטעלן צו דעם כינוס. און צוגאב זענען זיי געוואויר געווארן אז זיי לויפן אויף איין טיקעט מיט אפאר משוגעים, און סוף פסוק זענען ר' משה יעקב שמשון טייטלבוים מ'שפטיווקא און ר' אהרן טייטלבוים פון קרית יואל די איינציגסטע וואס זענען ארויסגעבליבן פונעם כינוס יעדער פאר זיינע טעמים הכמוסים עמהם. ‎​
 
די אהרונים צווישן זיך האבן זיך געהויבן די אויגן ברעמען, און אליינס נישט געקענט פארענטפערן וואס פשט אז דער ר' אהרן פאר'עקשנ'ט זיך אזוי אויף דעם. ‎​
 
נעכטן אבער, נאך וואס עס איז צושפרייט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט גערעדט פייערדיגע דיבורים וועגן דעם כינוס כלל ישראל, וואו ער האט געשיקט אלע זיינע חסידים אהינצוגיין, און דערצו איז געקומען דער אפקלאנג פונעם ווארימען אפרוף וואס דער דרשה האט געשאפן, און איבער 15 הונדערט טיקעטס זענען אויספארקויפט געווארן אין די לעצטע מעת לעת, האבן די אהרונים אנגעהויבן זען אז ס'צרות ווי א בארג, און מ'מוז זיך צוריק אריינזען דערינען ווי אמשנעלסטן. ‎​
 
צווישן אנדערע באריכטן הערט מען אז די אהרונים האבן געשיקט בסוד סודות א שליח צום וועד פונעם כינוס אז ס'דא א וועג וויאזוי מ'קען דעם ר' אהרן האבן ביים מעמד, דער וועג איז טאמער רב וואזנער פון בני ברק וועט רופן ר' אהרן דעמאלס וועט ער יא קומען. אין אנדערע ווערטער אויב ווילט איר האבן ר' אהרן דארט זעט אז רב וואזנער זאל אים רופן, און ער וועט קומען צו לויפן אויף אלע פיר ווייל ער זיכט דעספרעט א וועג אריין! ‎​
 
איי וואס וועט מען טון מיט די אלע באמבאסטישע פראזן ווי לשון העמים, חרם הקדמונים און נאך? נישט געזארגט. מ'וועט זאגן פאר די קעלבער אז גזירה הוא מרב וואזנער ואין לנו רשות להרהר אחריה, ווער ס'פארשטייט פארשטייט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 06:01 לינק ישיר 

אזא פנים טראגט ער ווען יעדע דעסיזשן אפילו פאר א יודישקייט זאך איז מלא פאליטישע חשבונות. ער ווייסט בכלל נישט וואס ס'מיינט טראכטן ערנסט בתוך הענין צו ס'גוט פאר יודישקייט צו נישט. דער בעבי אהרן זוכט א פתח חרטה צוריקצוקומען, ווייל ער זעט זיך עלנד אליינס מיטן שפיטיווקער און דעם טשאטער, ווייל אפילו דער שארמאשער שטיצט די כינוס, ממילא לייגן זיי גרויס דרוק אז וואזנער זאל אים רופן, ווייל ער האט מקובל אז וואס וואזנער הייסט דארף ער טון...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 06:32 לינק ישיר 

צי וועלגע זאלי איך האב גערעדט האט איך באמערקט אז די זאלי'ס זיכן א וועג ארויס פין דעם כינוס
ס'שמעקט זיי זייער נישט וואס מהרז"ל האט מיט זיי געטיען זיך צאם געשטעלט ציט אלע לינקע עלמענטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 06:33 לינק ישיר 

אין די 1500 וואס האט זיך פארקויפט אין ערשטן מעת לעת האסטו פארגעסן צו רעכענען ב"פ, קרית יואל און מאנסי, ס'האט אין ווינציגער ווי א מעת לעת שוין געהאלטן ביי איבער 2000 ועוד היד נטיה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 06:42 לינק ישיר 

לדעתי זענען דיינע נאמבער'ס ליגענט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 07:18 לינק ישיר 

וואס וואלט די רבי זי"ע געטון? - וואס 'האט' די רבי זי"ע געטון?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 07:33 לינק ישיר 

תשכ"א איז געווען דער לעצטער כינוס נאך דעם האט דער רבי ז"ל שוין נישט געוואלט מאכן
ווייסט איינער פארוואס ?

בדרך אגב תשכ"א האט די רבי ז"ל אליינס געמאכט דעם כינוס אין ער האט קיינמאל נישט געוואלט גיין צי א כינוס וואס ער האט האט נישט אנגעפירט אין ער האט געמיזט פינקטילך וויסן וואס די רדענערס גיין רעדן

אין אויך האט די רבי ז"ל קיינמאל נישט געוואלט גיין צי א פלאץ ווי מען האט נישט געטארט רעדן קעגן ציונות

גייט מען מעגן רעדן קעגן די מדינה ביי דעם יעצטיגען כיונס ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 08:09 לינק ישיר 

דאס אז קאקאש אינדיג'ס פירער ר' אהרן טייטלבוים שטעלט זיך נישט צו צום כינוס איז א שטארקע באווייז אז די רבי זכרונו לכרכה וואלט דאס יא געשטיצט, ווייל ווען נישט וואלט קאקאש אינדיג'ס רבי ר' אהרן יא געשטיצט דעם כינוס פונקט ווי ער שטיצט און זיכט אונטערצוברענגען און משנה זיין אלעס וואס די רבי זי"ע האט געוואלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 08:32 לינק ישיר 

דארפסט נישט טוישן ניק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 09:36 לינק ישיר 

דאס ליצנות און היפקראטיע גייט אריבער אלע גבולים. פלוצלינג האט ר' אהרן א פראבלעם מיט א מדינה, און מיט התבדלות. ‎​
 
אבראהם, ס'איז צו שפעט. יעדער לאכט פון ר' אהרן'ס קנאי שפיל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:03 לינק ישיר 

עס איז דא א פשוטע וועג צו מאכן דעם דזשיגאן גיין צום כינוס

מען זאל אים זאגן אז דער כינוס וועט זיין פאר די נשים, ער וועט לויפן אויף אלע פיר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 22:53 לינק ישיר 

השומע זילותא דרבנן ושותק שטייט זייער הארבע זאכן,

סא:
הוי זהיר בגחלתן
המבזה ת"ח אין תרופה למכתו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2012 23:28 לינק ישיר 

זאלי


אויב טוט דיר אזוי וויי זילותא דרבנן, פארוואס שטערט דיך נישט ווען מען רעדט אויף א צווייטן רב אדער רבי'ן וועמען דיך אינטעריסירט נישט???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 02:15 לינק ישיר 

האלא


וואו ביזטו פארשוואונדן זאלי?

איך האב דיר געפרעגט אזא שווערע שאלה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 03:24 לינק ישיר 

וועלכע רב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 03:30 לינק ישיר 

אזויווי עס שטייט אין חז"ל "זייער זייער" הארבע זאכן אויף "השומע זילותא דרבנן ושותק" און איך וויל נישט אריינגיין אין דעם כלל, במילא פיל אז איך מוז דא זאגן עטליכע ווערטער:

1) סאטמאר רבי הייסט אין די גאנצע עולם התורה וחסידות (אחוץ ביי די זאלי/בני המן/מוסרים/מסרבים לדין ווייל ביי זיי איז די ס"מ דער מנהיג, כפי ידוע וואס די הייליגע נוע"א האט געזאגט אויף א קהלה אהן א מנהיג) פון די שטערקסטע רבנים אין כלל ישראל, דער איד (סאטמאר רבי) האט:


האט געפירט דין תורות ווען עינקערע טאטעס זענען נאך געווען קינדער,
אלץ גע'פסק'ט אין סאטמאר און אין התאחה"ר די שווערסטע שאלות אין די ווערע אבן העזר און הל' גיטין ביז ער איז געווארן מרא דאתרא, "אלע" גיטין וואס ווערן געמאכט אין וומ"ס זענען געבעיסט עד היום הזה אויף די תקנות און מנהגים וואס ער איז געווען פון די רבנים מיט וועם מען האט זיך דורך גערעדט

ער האט גע'פסק'ט שאלות פון תשל"א ביז תשמ"ה, עטץ קענסט פרעגן עני איד וואס האט חתונה פאר תש"מ יעדער וועט דאס געדענקען,

זיין טאטע די ברך משה האט אויף אים געזאגט כמה פעמים אז זיין "זוהן ר' אהרן האט זיך נישט מיט וואס צו שעמען פאר די רבנים אינדערהיים פארן קריג"

ער איז פון ממש די איינציגסטע פון די אדמורי"ם בדורינו וואס האבן אין זיך די כח הרבנות צו פסק'ן שאלות אין ד' חלקי שו"ע און האט די ריכטיגע דעת תורה אין אלע ענינים ובפרט בעניני השקפה און ווי איין און ווי אויס, 

ב) די זאלי דיינים זענען ווערט צו ווערן בא'טיטול'ט מיט די נאמען אספסוף ווייל זיי זענען געווען דיינים אין התאחה"ר וואס איז געווען געפירט דורך סאטמאר אדער אין א סאטמאר קהלה, זיי ווייסן זייער גוט וואס סאטמאר מיינט, זיי ווייסן די אמת'ע שלייער פון די גע'אסר'טע בני יואל, זיי ווייסן די אמת'ע מיינונג פון ברך משה אין די סאמע געזונטע יארן בשעת ווען ער איז געווען בתוקפו ביי אלע עניני הכלל, עכ"ז האבן זיי געהאט די "חוצפה" צו ארויסגיין קעגן די ברך משה'ס מיינונג און קעגן קהלתינו הק', הן מיטן מיטשטיין קעגן רבי'ן הן מיטן שרייבן א בריוו אז מען מעג פורץ גדר זיין אין די בני המן זאל אין קרית יואל, וואס דארף מען מער פון דעם?

1) אז דער זעלבער ר' יח"מ פר"מ וואס האט געשריבן תשל"ג א בריוו אז בפקודת רבינו שליט"א האט מען געמאכט א עירוב אין ראדני, מען זאל קענען אריין און ארויס טראגן סידורים אדער אנדערע צו און פון ביהמ"ד, וואס אויף דעם פסק פלעגן "אלע" אנשי שלומינו ארויסטראגן די מחזורים ביי יזכור "יו"ט שחל בשבת" ובפרט שמיני עצרת ווען עס איז געווען א גרויס עולם, ווי אויך פלעגט מען טרונקען קאווע אין קאלטע משקאות אויף ראדני אפילו ווען עס איז געווען שבת, און 30 יאר שפעטער תשס"ג שרייבט דער זעלבע ר' יח"מ די ווערטער: מעולם לא נעשה עירוב ע"י קהלתינו הק' ב"ראדני", מה נפשך אויב תשס"ג איז אמת מיינט דאס אז תשל"ג האט ער געשריבן שקר, דעמאלט ווי ער האט גענומען די אחריות מכשיל זיין אזויפיל אידן צו טראגן שבת אהן א עירוב בו בזמן וואס זיינע מענטשן שרייען נאך פרויען פארן טראגן ווען עס איז יא דא א עירוב, אלא מאי מוז איך אננעמען אז די תשל"ג איז אמת און די תשס"ג איז שקר, היש לך ליצנות גדולה מזו, וועגן פארטיי אינטרעסן צו שרייבן אזא שקר
2) ר' שלמה לייב וויינבערגער זאגט אז ליגן אין סאטמאר בית החיים איז גזילה ווען די אייגענע טאטא און מאמע האט ער געלייגט בגזילה, איז עס גזילה וויזוי האט ער דאס געטוהן איז עס נישט גזילה, היעלה על הדעת פאר פארטיי אינטרעסן צו באשמוצן א גאנצע קהלה מיט אידן אויף גזילה מיט א שקר? 

און לאמיר רעדן פון זלמן לייב אליין, ווכער נאך ווי ער ווייסט אזוי גוט ווי זיין טאטע האט אים געווארנט אלע יארן ער זאל זיך אונטער ווארפן אונטערן אחיו הגדול, (איך האב דאס אליין געהערט פון הרה"צ ר' שלו' אליעזר ט"ב רב בקהלתינו 15'טע עוועניו, יעדער קען אים נאך היינט פרעגן, ער ענטפערט פאר יעדן), ווער נאך ווי אים ווייסט ווי זיין טאטע האט געבלוטיגט קעגן די בני המן און די מהרסים וואס מאכן חרוב דעם פעטערס הארעוואניע? און ער אליין האט שוין עטליכע מאל מחלל קידושין געווען באתרה דמר אין די בני המן זאל וואס זיין אייגענע טאטע האט געבלוטיגט, איך רעד שוין נישט וואס די איסורים חמורים וואס די הייליגע רמב"ם שרייבט "המקדש הוא בחרם" ואסור "לצרפו" לכל דבר שבקדושה (די שרייבער פון די שורות גיבט וועגן דעם אכטונג נישט צו שטיין אין זיינע ד' אמות),
ווויאזוי האט דער איד (זאלי) געקענט גיין צו א דינער פאר חמלה ואמונה וואס איז געעפענט געווארן מיטן איינעם ציהל צו צוברעכן די הייליגע סקול דיסטריקט וואס זיין "אייגענע" טאטע האט געבלוטיגט דערפאר און געשריבן א גאנצע תשובה מבורר ע"פ די פוסקים ראשונים ואחרונים וואס קיין איין רב האט דאס נישט אפגעוואנדן, וואס אמאל בערוב ימיו האט ער זיך אויסגעדרוקט אויפן סקול דיסטריקט "זה חלקי מכל עמלי", איך האב מיט וואס ארויפצוגיין אויף יענע וועלט ווייל כ'האב געהאלפן די "קראנקע קינדער", וויאזוי קען ער זיין אזא בועט באביו ורבו?

ווער נאך ווי אים ווייסט די מורא'דיגע ווערטער וואס די הייליגע ברך משה האט געזאגט אויף "יוסף בן מרים (וואלדמאן) שר"י, ברבים אז ווען נישט וואס ער האט געקענט זיין טאטן וואלט ער נישט געגלייבט אז ער איז "מזרע ישראל",

ווער נאך ווי אים ווייסט וויפיל דער יוסל האט מצער געווען און געטרינקען די בלוט פונעם ברך משה יארן לאנג, און דער יוסל איז גאר פון זיינע מקורבים,

זענען זיי דען נישט ראוי אנגערופן צו ווערן "אספסוף"??????????? הא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרונים זוכן וועגן אריין צום כינוס כלל ישראל!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext