בית פורומים אידישע געדאנק

הנה ימים באים, ארוינים הכונו!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/5/2012 06:36 לינק ישיר 
הנה ימים באים, ארוינים הכונו!

הרה"ח ר' שאול האט בטוב טעם ודעת ארויסגעברענגט אז די בניני המתיבתא אין קרית יואל מיט די שטחים ארום האבן לעגאל און תורה'דיג געהערט צו אונזערע מוסדות אין וו"ב. אזוי אויך האט די ביהמ"ד הגדול מיטן פארקינג לאט אין ק"י געהערט לעגאל און תורה'דיג צו קהל יטב לב אין וו"ב. די אהרוינים האבן דאס בגניבה איבערגעשריבן צו זיך, די הנהלת הקהלה והמוסדות האט נישט געוואלא ניצן די מיטל פון ערכאות צוריק צו באקומען די גניבה. יעצט איז אזוי, היות מיר בעטן זיך שוין 13 יאר ביי רעבארן ער זאל אינטערשרייבן שטרי ברורין און ער האלט נישט דערביי, נאר ליבערש וויל ער זיצן אין ערכאות של עכו"ם בלייבט יעצט איבער נאר נאכאמאל אים צו בעטן "שטעל זיך צו דין תורה, געב דאס ביסעלע טינט פון דיין פעדער פאר א חתימה" אויב וועט ער זיין א עומד במרדו און זיך נישט שטעלן צו דין תורה בלייבט אים איבער נאר איין מיטל, אויפהערן מיט די ערכאות של עכו"ם. אויב וועט ער זיך ווייטער נישט וועלן שטעלן צו דין תורה און ממשיך זיין מיט ערכאות וועט די קהלה און די מוסדות טון אלעס (אריינגערעכנט ערכאות) צוריקצובאקומען די גע'גנב'עטע נכסים! (אריינגערעכנט די ביהמ"ד הגדול אין ק"י און די בניני המתיבתא!). בקיצור, לאז אפ מיין בארד וועל איך אפלאזן דיינס! נישט ווייל מיר זענען ערליך און איידל קענט איר ווייטער ראטן אויף אונז און אויסניצן אונזער איידלקייט, מיר וועלן שלעפן אייער בארד ביז איר לאזט אפ אונזערס.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 06:47 לינק ישיר 

געדענקט איינער די דרשה פין דעם זעלבן שאול פערעלשטיין "אלעס בלייבט ביים אלטן"

עס גייט שוין זיין 2 אזעלעכע דרשות 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 07:36 לינק ישיר 

מילא זיי שלעפן אונזער בארד פארשטיי איך! אבער וועמענס בארד שלעפן אונז? קאקאש אינדיגס? אברהמי רובין? זיין שייעלע רובין? יאסי בראך? אשריך ר' שאול פארן זיך נישט אפשרעקן פון די אפפאל פון כלל ישראל, זאל דער אייבערשטער אייך געבן נאך אסאך געזינטע יארן און איר זאלט זיין די ריכטיגע שליח אפצוראטעווען 'גאנץ' סאטמאר פון די רשעים בראש קאקאש אינדיג, ר' שאול מיר זענען מיט אייך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 15:25 לינק ישיר 

ענדליך רעט איינער צי די זאך, וויפיל איז די שיעור זיך לאזען טרעטען פון די טראציגע מוסרים און באנדיטען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 15:46 לינק ישיר 

*געלעכטער*

אלעס האבן זיך די אהרונים פארגעשטעלט, חוץ דאס אז ר' שאול וועט איינמאל פאר אלעמאל קלארשטעלן למי החותמת ולמי הפסולים. ווער וויל טאקע גיין צו דין תורה, און ווער זינגט נאר דעם דין תורה לידל איינמאל מ'פארלירט אין ערכאות אדער נאך א דורכגעפאלענע מסירה.

עס איז צום ערשטן מאל פארעפענטליכט געווארן פארן ציבור איבער די שווערע באמואינגן פון שופט שמידט צו ברענגן דעם סכסוך צו א פשרה, אבער די אהרונים האבן זיך אלץ מתחמק געווען דערפון מיט תירוצים שונים ומשונים. און שוין אפילו נאכן אויפנעמען בוררים זענען זיי נאך קיינמאל נישט אנגעקומען, ניטאמאל פאר א ערשטע זיצונג צו דן זיין וועגן דין תורה.

עס איז ארויסגעברענגט געווארן איבער די יארן פון הליכה לערכאות און שרעקליכע מסירות אויף די גלארייכע סאטמארער אימפעריע פון איבער די וועלט. יעדע סאטמארער קהלה בכל קצוי תבל וואס זיי זענען אדורך מיט די חיות בצורת אדם, די מהרסים ומחריבים, מוסרים ומלשינים.

עס איז דערציילט געווארן איבער די צענדליגער פארהאנדלונגן איינמאל און נאכאמאל, דורך אלע סארט שלוחים און פארשטייער, צו שלום מאכן אין סאטמאר. אבער זיי האבן זיך אלץ אנגעשטויסן אין א ווידערשטאנד מצד ר' אהרן טייטלבוים, וועלכער איז געבליבן מיט די אני אמלוך מענטאליטעט, און איז - אפילו למען השלום - נישט גרייט צו אפטרעטן א משהו.

ספעציעל שוידערליך איז געווען צו הערן די דרשה פון הרה"ח ר' חיים יצחק מאנדל הי"ו, וועלכע האט דערציילט פארן ציבור איבער די שרעקליכע מסירות, פאלנע מלשינות ביי רעגירונג אינסטאנצן און פעדעראלע געריכטן, את הידועים און נאך פילע וועלכע זענען אינם ידועים, וואס דער כת האט אלץ אפגעטון, און ניטאמאל צו געווינען א בילדונג צי צוויי, נאר בלויז רשעות לשם רשעות און טעראר לשם טעראר. אלעס צו ווייזן אז דער מנהיג פון 5 צאנז קארט לעבט נאך.

דער ציבור האט דערהערט דעם ווארימען רוף פון די ראשי מחנינו אז כדי צו קענען ווייטער אנגיין אין דעם שטורעמישן מצב, און כדי די אלע מסירות און רשעות זאלן אונז נישט שאטן, מוזן מיר ארויסברענגן די מאקסימום צאל שטימען ביי די קומענדיגע וואלן. און דעריבער ליגט א פליכט אויף אלע חברי הקהלה והורי התלמידים צו רעגיסטירן הם ובני ביתם.

נאכן כינוס האבן זיך טאקע טויזענטער אידן אנגעשלאסן אין דעם רעגיסטראציע דרייוו, און אויסגעפילט די נויטיגע פארום'ס צו ווערן שטים בארעכטיגט.

אזוי אויך וועלן אין די קומענדיגע טעג די עסקני הקהלה ארומגיין צוזאם נעמען פונעם עולם די פארום'ס, כדי אז אויף JUNE 26, דער וואל טאג, זאלן מיר קענען ארויסברענגן די מאקסימום צאל שטימעס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2012 16:01 לינק ישיר 

אויף וויפיל איך בין באקאנט, איז די גרויסע שול אין מאנרא נישט עכט שייך צוריק צו באקומען, עס איז איבערגעשריבן געווארן דורך בערל פריעדמאן אין תש"ס בעפאר דער ברך משה האט אים ארויסגעווארפן. (איך ווייס נישט צי ער האט געהאט די פולע רעכט עס צו טון, ווייל כמדומה איז יענקל כהנא געווען אויך א פרעזידענט דאן, אבער מעגליך אז ער האט אויך מיטגעארבעט). אפשר אויף דעם דרך פון נפתלי משה'ס קאקאש קעיק קען מען פרובירן אנצודרייען אז גילפעטריק זאל אורטיילן אז בערל פריעדמאן האט נישט געהאט קיין רעכט עס איבערצושרייבן, און אז די אהרונים וועלן אנהייבן טענה'ן אז עס שטימט נישט מיט די יארן, וועלן מיר טענה'ן אז יא, און דער געריכט וועט זיך נישט טארן אריין מישן - ד.ה. אפילו אריין בליקן אין דעם חלק הסכסוך ווען דער סכסוך האט זיך אנגעהויבן. אבער דאס איז אלעס ווייטע דמיונות.

די מתיבתא ווידער, איז באמת א גוטע און א נוצליכע זאך. מיט שטארקע טענות און א שטארקע קעיס, ווען דער גאנצער טרענספער שטייט אויף הינערנע פיס (עס איז נאכנישט באשטעטיגט ביים אטוירני דזשענעראל), אפילו כמנהגם בקודש וועט דער לאקעל דזשאדזש פסקענען לטובתם, קען מען לפחות ביים אפעלאט געווינען.

און באמת, אפילו אויב מען האט נישט אזא שטארקן קעיס, איז די סברא גאר פשוט, ווי איינער האט געשריבן אויבן, לאז דו אפ מיין בארד לאז איך אפ דיין בארד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 17:45 לינק ישיר 

אומזיסט.
גראדע האב שטארק הנאה פון דעם פה מפיק מרגליות ר' שאול פערלשטיין, אז ער האט דערקלערט אז יעצט גייט מען צוריק מסר'ן מיט א היתר...


ער איז ביטער גערעכט, ווייל אז מ'קען מסר'ן מיט א געהעריגן היתר, איז נישטא קיין שום היתר צו מסר'ן אן א היתר (!)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 17:52 לינק ישיר 

ווער ס'פארשטייט וואס לאנצוט האט דא געזאגט באקומען א צענער'ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 17:56 לינק ישיר 

האט ר' שאול פערלשטיין געזאגט אז מ'גייט אנהייבן צוריקצוטאן פאר די ארונים, אבער מיט א היתר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 18:05 לינק ישיר 

דאכט זיך אז דו האסט דא עטליכע מאל מסביר געווען בטוב טעם ודעת אז אויב איז די מסירה אדער אנקלאגע אין געריכט נאר צוריקצובאקומען די גניבה וואס יענער האט גע'גנב'ט מעג מען אפילו אן א היתר. נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 18:11 לינק ישיר 

איך האב דאך יעצט געשריבן אז ר' שאול איז גערעכט, אז מ'וועט נאר מסר'ן מיט א היתר.
סאו וויאזוי איך זאג האסט גרייט אן אטאקע.

נאכאמאל, ר' שאול איז גערעכט. יעדער זאל נאר מסר'ן ווען דער היתר פונעם בית דין וועט זיין רעדי. אביסעלע געדולד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 19:52 לינק ישיר 

האט איינער די ביילאגע וועגן די בני ברק קארט וואס סאיז געווען אין דער איד ? מיט די בריוו'ן און פאקטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 19:59 לינק ישיר 

לאנצוט שרייבט:

די ענפער איז בני ברק

פריש שרייבט צוריק:

הרוצה לשקר ירחיק עדותו, אזאש ביז קיין בני ברק. בי"ד אין ב"פ פאר פארלאנגט אז תלמידי וחסידי סאטמאר זאלן אינטערשרייבן אז זיי וועלן פאלגן דעם פסק, די זאליס האבן אינטערגעשריבן און אריינגעגעבן פאר בי"ד די חתימות ר"ח סיון תשע"א. שוין אריבער א יאר און די אהרוינים האלטן נישט ביים אינטערשרייבן, דאס מיינט ווילן דין תורה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 20:00 לינק ישיר 

בי"ד אין ב"פ פאר פארלאנגט אז תלמידי וחסידי סאטמאר זאלן אינטערשרייבן אז זיי וועלן פאלגן דעם פסק, די ארונים האבן אינטערגעשריבן און אריינגעגעבן פאר בי"ד די חתימות ר"ח סיון תשע"א. שוין אריבער א יאר און די זאליס האלטן נישט ביים אינטערשרייבן, דאס מיינט ווילן דין תורה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 20:13 לינק ישיר 

לאנצוט דא שטעקט דיין טעות, אינטערגעשריבן האבן די זאליס נישט די אהרוינים, מ'ווערט נאך עד היום הזה - א יאר שפעטער - אויף די חתימות פון די אהרוינים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 20:15 לינק ישיר 

פריש טייערער,
האסטו געגעסן זויער שוועמלעך.

דו האסט אפשר א דאקומענט פון די דין תורה אין בארא פארק וואס די ארונים האבן נישט געוואלט אונטערשרייבן?

דו ביסט טאקע אזוי נאאיוו אז מ'קען דיר פארקויפן די ברוקלין בריק מיט די ווערזאנאו בריק און דו קויפסט?

האבן נישט די ארונים אונטערגעשריבן שטרי בירורין ווען די תורה האט אנגעהויבן?
האסט שוין אמאל געהערט אז מ'דארף "אונטערשרייבן" אז מ'גייט פאלגן די פסק 3 יארן נאכן אינטערשרייבן שטרי בירורין?

איר זענט נישט אז מ'מאכט פון איין פראסט ליצנות?

מענדל שווימער האט גערופן צו דין תורה אהרן וועלץ. אהרן וועלץ האט אונטערגעשריבן.
מ'ווארט אויפן פסק עד היום הזה.

וואס דארף מען היינט אינטערשרייבן? און פארוואס?

רעד אידיש... ווייל עפעס הייבסטו אן אויסברעכן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הנה ימים באים, ארוינים הכונו!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext