בית פורומים אידישע געדאנק

מסירה קעגן קעמפס פון חסידי ר' אהרן ארויסגעשליידערט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/5/2012 21:55 לינק ישיר 
מסירה קעגן קעמפס פון חסידי ר' אהרן ארויסגעשליידערט!

נאכדעם וואס די שטאטישע טעטעס האבן נאכגעגעבן דעם פארמיט צו עפענען די קעמפס טראץ די פארביסענע מערכה וואס די אהרוינים האבן געפירט די קעמפס זאלן בלייבן פארמאכט, האבן די אהרוינים זיך געוואנדן צו ערכאות של עכו"ם און געבעטן דעם שופט אז ער זאל אפהאלטן דאס עפענען די קעמפס.

דער שופט האט אין די מינוטן אפגעווארפן זייער פארלאנג.


תוקן על ידי המהדרין ב- 14/05/2012 21:56:20




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 21:56 לינק ישיר 

אלטע נייעס. נישט געווען קיין טשענס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 21:57 לינק ישיר 

יא לאנצעס, הדא הוא דכתיב: מיטן קאפ אין וואנט אריין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 22:00 לינק ישיר 

*באלאנד*

העברת פי ה' והוא לא תצלח: שופט דינייט TRO אויף קעמפס!

דאס לעצט פארבליבענע טראפל לופט וואס איז נאך געבליבן אין די אהרונישע באלונען אז מ'גייט פארכאפן די קעמפס איז אין די מינוטן צורינען ווי א זייפן בלאז נאך וואס דער שופט האט ארויסגעווארפן זייער פרישע קלאגע פאר א עמערדזשענסי רעסטרעיניג ארדער, TRO, אז די קאונטי זאל נישט טארן געבן די פערמיטן צו עפענען די קעמפס. ‎​

דער שופט האט געגעבן פרישטע דאטומען ווען ביידע צדדים דארפן אריינגעבן פאפירן. ‎​

כי לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2012 22:06 לינק ישיר 

בס"ד האבן די ארוינים נאכאמאל געכאפט א שרעקדיגע מפלה
דער שופט האט דינייד - אפגעווארפן זייער מאשין פאר א TRO דאס מיינט,
א טעמפארערי רעסטרעינינג - צוריק האלט ארדער
און די קעמפס פערמיטס וועלין ווייטער געגעבן ווערן
פאר הרה"ג ר' דוד ראזנבערג כדאי צו עפענען די קעמפס ווי אלע יארן
תחת נשיאות רבינו מהרי"י שליט"א
מען דארף נאר אפענפערן זייערע פאפירן וואס וועט זיך אדורך שלעפן ביזן האלבן זוממער און נאך אפאר יאר 

דער שופט ווייסט גאנץ גיט אז עס איז בלויז א פאלשע קלאגע
אבער ע"פ געזעץ מיז יעדער שופט אננעמען יעדע קלאגע
אפילו די גרעסטע שטותים און לאזן דורך גיין דעם סיסטעם וד"ל
יעדער פארשטייט דאס! נאר עס איז א ווייטאג וויפל אידיש געלט,
און חילול ש"ש וועט דאס אפקאסטן



תוקן על ידי 1satmar ב- 14/05/2012 22:19:23




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2012 22:09 לינק ישיר 

די עצם קלאגע

האט ער אנגענומען ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 22:13 לינק ישיר 

לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 22:21 לינק ישיר 

.

תוקן על ידי חמץ_גמור ב- 14/05/2012 22:22:04




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2012 22:32 לינק ישיר 

אישור כתב:
די עצם קלאגע

האט ער אנגענומען ?


ניין

ער האט געגעבן פאר אונזער צד 2 וואכן אפצוענטפערן פארוואס ער זאל בכלל נישט אנעמען דעם קלאגע
דערנאך באקומען די מוסרים 2 וואכן צו ענטפערן אויף אונזערע פאפיר און מסביר זיין פארוואס דער שופט זאל'ס יא אנעמען

דערנאך מאכט דער שופט א החלטה צו ער גייט בכלל אויסהערן די קלאגע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:11 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווי דא קומט אריין "מסירה",
פארוואס נישט רציחה, גלוי עריות
אז ס'שוין יא "מסירה" זענט איר דאך די וואס האבן אנגעהויבן די שרעקעדיגע מסירה,
ווען עטס האטס "געמסרט" די קעמפס ביים גיין צום ערשטן מאל צו דעם זעלבן דשאדש צו ארויסשווינדלן די קעמפס פון די בעלי בתים,
יעצט עסט די פירות פון ענקער "מסירה"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:16 לינק ישיר 

גע'מסר'ט וועם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:17 לינק ישיר 

איך פרעג די זעלבע פראגע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:20 לינק ישיר 

אה פריש

פון אייער קעפל האט מיר אויסגעזעהן

אז ער האט שוין ארויסגעווארפן די קלאגע



ווי לאנג דארף נעמען דער פסק דין ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:22 לינק ישיר 

ער האט ארויסגעווארפן די היינטיגע פארלאנג פון די אהרונים פאר א עמערדזשענסי TRO, און ער וועט פסק'ן וועגן די קעמפס סוף זומער בערך, נאך וואס מיר האבן אפיעלט זיין פאריגן פסק וועגן די דיעד'ס. ‎​
 
אגב, איז אינטערעסאנט אז א בית שמש איד'ל קען אזוי גוט אלע ענגלישע ווערטער און טערמינען. זעט אויס אז ער לערנט אין פאפענהיים'ס מכללה וואו מ'לערנט לשון העמים רח"ל (ר' אהרן אייכה?!..)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:23 לינק ישיר 

דער עצם זאך אז ער האט נישט איינגעזען פאר וויכטיג צו געבן א tro און אלעס קען ווייטער אנגיין, ווייזט וויפיל ערנסטקייט דער שופט זעט אינעם קעיס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:27 לינק ישיר 

געלעכטער

איר מיינט דאהי איז נישטא קיין בית משפט ?

וואס איז די פראגע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מסירה קעגן קעמפס פון חסידי ר' אהרן ארויסגעשליידערט!
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext