בית פורומים אידישע געדאנק

אן עצה טובה פאר קרית יואל צו קענען טיילנעמען אינעם כינוס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/5/2012 23:22 לינק ישיר 
אן עצה טובה פאר קרית יואל צו קענען טיילנעמען אינעם כינוס

מען האט פארגעשלאגן אן עצה טובה פארן מאנראוער רבין ער זאל קענען טיילנעמען אינעם כינוס הגדול: ער זאל האלאן א דרשה פאר די בחורים אין די מתיבתא אז אפילו מען גייט זיך טרעפן מיט פרעמדע מיינט עס נישט אז מען ווערט אין גוטן מיט זיי.


והכל על מקומו יבא בשלום...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:23 לינק ישיר 

עכטער, גוט געזאגט!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:24 לינק ישיר 

ווער עס האט די דרשה וואס דער מאנראוער רבי האט געזאגט פאר ער איז געפארן קיין א"י זיך טרעפן מיט בעלז, זאל עס פליז ארויפלייגן. קען זיין אז ער האט שוין פארגעסן וואס ער האט דעמאלסט געזאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:25 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט די פארגלייך אנטשולדיגט ביטע

אז א רבי טרעפט זיך מיט א אגעדיסט האט גארנישט פאסירט

אבער אז דער גאנצער עולם גייט אויף א כינוס וואס ווערט געפירט דורך אלע קרייזן אינאיינעם

דאס איז א אפיציעלע צוזאמענשטעל פון כלל ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:28 לינק ישיר 

ערשטענס איז אסאך ערגער דאס וואס דיין רבי האט געטון. ער האט שלום געמאכט מיט א מנהיג וואס האט ארויסגעטרעטן קעגן רבינו הקדוש זי"ע ולמעלה בקודש.


דער כינוס ווערט ניטש געפירט דורך אלע קריזין, עס ווערט געפירט דורך עטליכע אומפארטייאישע עסקנים, מיט די גענויע אנווייזונגען פון די ערליכע מנהיגי ישראל ווי כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, כ"ק הגה"צ ראב"ד סאטמאר שליט"א ובית דינו, און הגאון הגדול רבי מתתי סאלאמאן שליט"א.

יא, און דאטס באדערט דיך, אז דיין רבי איז אראפגעליבן פונעם וואגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:31 לינק ישיר 

מאכט אייך נישט נאריש

מהר "א האט געקריגן די זעלבע הבטחות ווי מהרז "ל אז מען וועט זיך רעכענען מיט אים

אים האט מען דאס פארגעשלאגן איין נאכט בעפאר ...

אבער

ער האלט אז עס איז נישט שייך זיך אויסצורעכענען

און אויך איז נישט געווינטשן די גאנצע געדאנק פון מאכן א טשולנט פון כלל ישראל

אויף סיי וואספארא אופן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:39 לינק ישיר 

מיר ווארטן אויף א מוח וואשן סעסיע פון דעם גרויסן פיקח וחכם טעלער באטשי זאל מסביר פאר די יונגע קעלבער פארוואס מען האט געמאכט א 360 דעגרי יוטורן בנוגע התחברות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:40 לינק ישיר 

מאך דיך נישט נאריש


דו ווייסט גאנץ גוט אז דיין רבי האט קיין פראבלעם מיט מאכן א טשאלענט פון כלל ישראל, אדרבה ער וויל מאכן א טשאלענט אלעס ווייל ער איז נישט דער איינציגסטער מנהיג אין סאטמאר. טאקע פאר דעם איז ער געלאפן אויף אלע פיר קיין נתני' צום קלויזענבורגער, בעת דער קלויזנבורגער איז קיינמאל נישט געווען ביי אים אין ניו יארק פאר דעם טראצדעם וואס יענער איז שוין מערערע מאל געווען דאהי.

דאס זעלבע מיטן בעלזער, האט בעלז זיך אויסגענומען אז ערשט מוז דיין רבי קומען באזוכן, ערשט נאכדעם וועט ער צוריקגיין. און איך דארף דיר נישט זאגן וואסערע כבוד ער האט געהאט אין בעלז, אז לויט ווי די בילדער זאגן איז ער געזעסן ווי א חסיד צום בעלזער. דערצו האט קיין איינעם פון זיינע גבאים נישט געקענט שטיין אונטער אים ווי עס פירט זיך ביי אלע רבישע באזוכן.

און די סיבה פארוואס דיין רבי האט נישט געהאלטן ביים אנשליסן זיך איז נישט געווען ווייל ער האט באמת נישט געוואלט, ער האט געהאלטן אז זיין ברודער וועט זיך נישט צושטעלן און ער האט געוואלט פראווען מעשי קנאות. ווי דער ווינער רב שליט"א דערציילט האט דיין רבי זיך אויפגעפירט ווי א פשוטער בעיבי בעת יענער באזוך. ער האט נישט געקענט אפענטפערן דעם ווינער רב'ס טענות.

צום שלוס: דיין רבי האט געמיינט צו שפילן פאליטיק זיך אהערצושטעלן אלס א קנאי, אבער איז אריינגעפאלן אין גרוב אריין. דאס אז זיין ברודער איז געזעסן במשך פון עטליכע טעג מיט הרבנים הגאונים הצדיקים הראב"ד וחברי הביד"צ ד'סאטמאר שליט"א דן צו זיין בכובד ראש וואס מען דארף טאן אין אזא גורלדיגע צייט ווען עס פלאקערט די יצרא דאינטערנעט וואס איז מכלה מנפש ועד בשר, האט ער נישט געוואוסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:42 לינק ישיר 

גארנישט געענטפערט

אז איר ווילט דוקא עס זאל הייסן אזוי

שטעל איך זיך נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2012 23:45 לינק ישיר 

אי פארשטיי אז ביי דיר ענטפערן מיינט צו זאגן אז דיין רבי איז גערעכט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 00:00 לינק ישיר 

רעבארן האט נישט געוויסט ביז א חודש צוריק אז אלע קרייזן גייען זיך באטייליגן? פון אנהייב האט עס רעבארן שטארק געשטיצט אבער ווען ער איז געוואר געווארן אז ער פירט עס נישט האט ער געטוישט זיין מיינד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 00:00 לינק ישיר 

אישור, געווענליך ווייסט מען אז ווען א רבי שיקט א שליח ערגעץ וואו, כגון צו א מעמד פון א צווייטע חסידות, הייסט דאס א שוואכער נאנטקייט, אנדערש אבער ווען א רבי איז זיך אליינס פערזענליך משתתף ווייזט דאס אויף א גרעסערע נאנטקייט.

יעצט פארקויפסטו מיר אזוי: ווען דער רבי גייט זיך טרעפן מיט א צווייטען רבי'ן איז דאס נישט אזא נאנטקייט, ווי ווען חסידים טרעפן זיך מיט אנדערע קרייזן..

וועם פארדרייסטו דא א קאפ??
אזאנע טיפשים, שוין לאנג נישט געזעהן....

(אגב, א חבר מיינע גראדע אן אהרוני זאגט מיר אז ער איז געווען ל"ג בעומר אין ארץ ישראל כמידי שנה בשנה, און צום ערשטן מאל איז ער געגאנגען זעהן דער בעלזער'ס טיש!!!!)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 00:02 לינק ישיר 

א חבר מיינער א זאלי, זאגט מיר אז ער גייט גיין צום סיום הש"ס.

פרעג איך שעמסט זיך נישט. דף היומי. ווי פאסט דאס פאר א סאטמארן אינגערמאן.

זאגט ער מיר: איך לערן נישט דף היומי חלילה. אבער אהינגיין מעג מען דאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 00:05 לינק ישיר 

משל דומה לנמשל פשייייייייי!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2012 00:06 לינק ישיר 

ביידע זאכן זענען נישט אמת


דיין "סאטמארער" חבר האט דיר דאס נישט געזאגט.

און דיר באדערט נישט אז מען גייט דף היומי סיום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 00:09 לינק ישיר 

עכטער_חסיד כתב:
ביידע זאכן זענען נישט אמת
פון וואנעט ווייסטו?
דיין "סאטמארער" חבר האט דיר דאס נישט געזאגט.
פון וואנעט ווייסטו?

און דיר באדערט נישט אז מען גייט דף היומי סיום.
עס באדערט מיך טאקע נישט פערזענליך. איך שלאף ב"ה רואיג ביינאכט. אבער א סאטמארער אינגערמאן האט נישט וואס צו זוכן דארט.


אבער אז מ'גייט אין א סטעדיום אינאיינעם מיט אלע לינקע, גייט מען שוין גרינגער צום סיום הש"ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אן עצה טובה פאר קרית יואל צו קענען טיילנעמען אינעם כינוס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext