בית פורומים אידישע געדאנק

זאליס איך וויל נאך 1 מאל הערן דעם שקר אז ר' אהרן לאזט נישט/ווי נישט גיין צו דין תורה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/5/2012 17:21 לינק ישיר 
זאליס איך וויל נאך 1 מאל הערן דעם שקר אז ר' אהרן לאזט נישט/ווי נישט גיין צו דין תורה

איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די זאליס שעמן זיך נישט נאך 11 יאר סירוב לדין און נאך 11 יאר נישט שיקן קיין איין איינציגע הזמנה צו דין תורה קענען זיי נאך אלץ שרייען אז זיי זענען גאר די וואוילע מענטשן נאר ר' אהרן וויל נישט גיין צו די תורה,

די משוגעים זענען געגאנגען אזוי ווייט אז אנעם שיקן א הזמנה זענען זיי געגאנגען משוגע מאכן א "רבן של ישראל" רבינו שליט"א וועגן די שקר אז ער וויל נישט גיין צו דין תורה, און די רבי האט געזאגט יעדע מאל עקסטער:

שיק מיר א הזמנה, איך שרייב שוין אונטער שטרי בירורין,

ווי אויך איז משה'לע גליק אריין צום רבי'ן כ"ו ניסן פרעגן פארוואס ער וויל נישט אינטער שרייבן שטרי בירורין על סמך שקר זו, און די רבי האט אים געענטפערט: 
אויב רופט מען מיר צו דין תורה, גיי איך שוין יעצט, איך גיי אפילו נישט נישט צום טאטנס ציון,

איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די זאליס קענען זאגן דעם שקר נאכאמאל און נאכאמאל?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 17:36 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב איך זאל די ביסט א חלה דעקל אדער א קאקאש קעיק, אבער אויב האט איר טענות דאן דארפט עטץ שיקן א הזמנה, צו קיין דין תורה האלט איר נישט ביים גיין, ריכטער שמידט יוכיח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 17:38 לינק ישיר 

קאקאש,
ריכטער שמידט זאגט אז די זאליס ווילן נישט קיין דין תורה.
דאס איז דאס לעצטע מאל וואס איך האב געטשעקט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 17:39 לינק ישיר 

דעקעלע איך וועל דיר ענטפערן איינמאל אין מער נישט
אונז האמיר צוריקגעשיקט 3 מאל פון 3 באזונדערע (2אומפארטיישע) בתי דינים אזווי די דין  לפנים משורת הדין, אז תובע הולך אחר הנתבע
אין מען האט מער נישט געהערט קיין פיפס פון ענק (אחוץ מודעות אין בלאט יעדע וואך מיט נומערען...)
והא ראיה אז בית דין ב''י פון פלעטבוש האט צוריגעצויגן זייער סירוב וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף קהילתנו הקדושה
שפעטער נאכדעם וואס עטס זענטס שוין אריין בערכאות של עכו''ם אין מרים געווען יד בתורת משה אין עטס האט געזעהן אז עס איז נישטא קיין האפענונג פאר ענק זענטס עטס צוריקגעקומען אז עטס ווילטס גיין בזבל''א אין טראץ די הלכה פון א הולך בערכאות  בי''ד אין נזקקין לו האט קהילתנו מסכים געווען מיט איין תנאי אז רא''ט וועט אויך אונטערשרייבן שטרי ברורין אין אזוי אויך אז מען וועט דן זיין איבער די נכסים אין קר''י, אין ביי דעם איז עס געבליבן שטיין
דאס זענען אין קורצן די טרוקענע פאקטן דברים כהוייתן
די רעסט איז היסטארי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 17:44 לינק ישיר 

ביידען כתב:
דעקעלע איך וועל דיר ענטפערן איינמאל אין מער נישט
אונז האמיר צוריקגעשיקט 3 מאל פון 3 באזונדערע (2אומפארטיישע) בתי דינים אזווי די דין  לפנים משורת הדין, אז תובע הולך אחר הנתבע (משפט שלום מיט ר' יצחק מאנדעל מיט קארלסבורג (רבי יצחק שטיין) זענען אזוי אומפארטייאיש, ווי די באראש בית דין).

אין מען האט מער נישט געהערט קיין פיפס פון ענק (אחוץ מודעות אין בלאט יעדע וואך מיט נומערען...)
מ'האט יא געהערט. איר האט נאר נישט געוואלט הארכן.

והא ראיה אז בית דין ב''י פון פלעטבוש האט צוריגעצויגן זייער סירוב וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף קהילתנו הקדושה
-נאך דרוק פון הרב אליעזר קעסטענבוים.

שפעטער נאכדעם וואס עטס זענטס שוין אריין בערכאות של עכו''ם אין מרים געווען יד בתורת משה אין עטס האט געזעהן אז עס איז נישטא קיין האפענונג פאר ענק זענטס עטס צוריקגעקומען אז עטס ווילטס גיין בזבל''א אין טראץ די הלכה פון א הולך בערכאות  בי''ד אין נזקקין לו האט קהילתנו מסכים געווען מיט איין תנאי אז רא''ט וועט אויך אונטערשרייבן שטרי ברורין אין אזוי אויך אז מען וועט דן זיין איבער די נכסים אין קר''י, אין ביי דעם איז עס געבליבן שטיין
אלע תירוצים איז געווען תהלוכי הקהלה בעלאני... און נאר גיין צו קארופטירטע שוחד נעמבער, פעיראלל נעמער דיינים.
-

דאס זענען אין קורצן די טרוקענע פאקטן דברים כהוייתן
אינטרעסאנט אז אין בארא פארק האט איר פלוצלינג יא געוואוסט אויסצוקלויבן א עכט אומפארטייאישע בית דין נישט קיין ליצים.

די רעסט איז היסטארי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 17:47 לינק ישיר 

לאנצוט און ארוני200 אויב האט עטץ טענות דאן זאגט עס פאר די ראשי הקהילה, ווייל פון זאגן אויף אויף היידפארק וועט איר אנקומען אזוי ווי די לעצטע 13 יאר, ר' שאול האט געזאגט ביים גענעראל פארזאמלונג אז יעדער וואס קען צוהעלפן צו שליכטן דעם סכסוך קען קומען און צוהעלפן ברענגן א סוף צום מחלוקה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 17:47 לינק ישיר 

למען הפונקטליכקייט,
נאווארדאק האט נישט צוריקגעצויגן דעם סירוב, לא מינהו ולא מקצתו

דאס גאנצע וואס זיי האבן געשריבן איז היות לפי דעתם האבן די ארונים איבערגעצויגן די תביעות אין געריכט, ציען זיי זיך ארויס פון ווייטער פירן די דין תורה (ידינו מסולקת) און זיי לאזן אן אנדערן בי"ד ממשיך זיין,

אבער מבטל זיין די "סירוב" מאן דכר שמי'?

אדרבא זאג די מיר, וויזוי אויב איינער לו יצויר גייט און געריכט שלא כהוגן, איז א סתירה מיט א קלארע  סירוב? וויזוי איז עס תלוי הא בהא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 18:00 לינק ישיר 

לאנצוט דו מיינסט אז איך ווייס נישט די אלע אויסגעדראשענע תירוצים
די באדעם ליין איז, אז אונז האמיר געטוהן ווי די הלכה אין מיט א שמוץ אריבער
אויב האט עטס טענות אז די בי''ד איז פארטייאיש קענט עטס עס זאגן פארן בי''ד פון וועם מיר האבן געשיקט די הזמנה
אזוי ווי די הלכה פארלאנגט

אויף אליעזער קעסטענבוים טענה קען איך דיר נישט אפפרעגן ווייל איך וויל מיך נישט אראפלאזן אזזוי נידריג

אין רב הסוער נאווארדאק האט יא צוריקגעצויגען טאקע פאר די סיבה אז די ארונים האבן זיי פארקויפט שקרים וכזבים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 18:09 לינק ישיר 

נאך אלע זיינע באמיאונגען צו ברענגען דעם סכסוך צו א דין תורה, האט זיך שופט שמידט אזוי אויסגעדריקט:


איך האב צוטאן מיט 2 מענטשן — איינער "זאגט" אז ער וויל גיין צו דין תורה, דער אנדערער "וויל" גיין צו דין תורה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 18:22 לינק ישיר 

ביידען כתב:
אין רב הסוער נאווארדאק האט יא צוריקגעצויגען טאקע פאר די סיבה אז די ארונים האבן זיי פארקויפט שקרים וכזבים


קען זיין, איך וועלן מודה אויב ס'איז טאקע אזוי

איינער האט ביטע די "ידינו מסולקת" בריוו

א דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 18:33 לינק ישיר 

קאקאש_קעיק כתב:
לאנצוט און ארוני200 אויב האט עטץ טענות דאן זאגט עס פאר די ראשי הקהילה, ווייל פון זאגן אויף אויף היידפארק וועט איר אנקומען אזוי ווי די לעצטע 13 יאר, ר' שאול האט געזאגט ביים גענעראל פארזאמלונג אז יעדער וואס קען צוהעלפן צו שליכטן דעם סכסוך קען קומען און צוהעלפן ברענגן א סוף צום מחלוקה.


דאס זיך אויפשטעלן פון ר' שאול פערלשטיין ברבים און שיסן ליגנט פאר אן ארון קודש איז דאס נישט דאס ערשטע מאל וואס ער טוט עס, אבער עס צייגט אז ער האט נישט קיין רעספעקט נישט פאר די תורה הקודש, און אוודאי נישט פאר אלע מענטשן פאר וועמען ער פארקויפט די לאקשן.

ער שרייט אז מ'האט געפעלשט די אונטערשריפט פון ר' שמעון ווייס.
דאס איז דאך יעצט ביי די דין תורה, לאז זיי זאגן צי ס'איז אמת אדער נישט. די ארונים זענען מעיד פאר'ן בית דין אז ס'איז אמת ויציב, און ר' שמעון ווייס האט דאס אונטערגעשריבן. ווי קומט א יונגאטש און זאגט ס'איז שקר, ווייל ס'איז קעגן מיינע אינטערעסן.

צווייטנס זאגט ער אז אין בארא פארק ווילן די ארונים נישט גיין צו דין תורה.
מ'זיצט ביי דין תורה דריי יאר, מ'ווארט אויף א פסק, קומט דער לץ פון 70 יאר און זאגט די ארונים שרייבן נישט אונטער. וואס אונטערשריין, ווען אונטערשרייבן.  וועלכע צעטל פון בית דין וויל מען נישט אונטערשרייבן.

ער דערציילט נישט אז די זאליס זעען אז זיי פארלירן מאכן זיי א נייע דין תורה. דאס טויג שוין נישט... פארציילט מען בלויז אז מ'וויל נישט אונטערשרייבן.

כהנה וכהנה קען מען נעמען דעם ר' נחום פערלשטיין און אים אויסשמירן מיט זיינע שקרים. עס קומט צום לאכן וויאזוי די זאליס כאפן זיך נישט וואס א דראגס ער פארקויפט זיי, זיי ווערן אביסל "היי".

לאנצוט האט נישט אינהעילט די דראגס, און איך בין נישט גרייט צו קויפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 18:49 לינק ישיר 

לאנצוט ווי אין שו"ע שטייט אז דער בי"ד דארף זיין אומפארטייאיש??

אין שו"ע שטייט אז דער נתבע קען זיך אויסוועלן א בי"ד

פינטל, פינטל, פינטל. (יעצט ענטפער מיר שלא מן הענין)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 18:58 לינק ישיר 

אין שו"ע שטייט אז א שונא ממש איז אסור לדון, און זיין הוראה איז פסול אפילו בדיעבד.
יא. אזוי ווערט גע'פסק'ט דורך אלע פוסקים.

יעדער ווייסט אז ר' ישראל חיים מנשה און און אלע איבריגע דיינים זענען שונאים ממש פאר ר' אהרן טייטלבוים און "אלע" זיינע מענטשן.

ממילא לויט דעם טאר קיין זאלי דיין נישט פסק'ן ביי קיין שום דין תורה איבער דעם סכסוך.

עס איז דיר אפשר מעגליך שווער צו פארשטיין, אבער דאס איז די טרוקענע הלכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:02 לינק ישיר 

אדרבא, אפשר זאגסטו מיר וועלכע בי"ד וואלט יא גוט געווען, און זענען נישט ר' אהרן'ס שונאים? ‎​
 
איך דארף דיר נישט צו זאגן אז איין מינוט נאך וואס דער גוטער בי"ד וואלט זיך אריינגעלייגט, וואלטן זיי דאך אויך געווארן שלשה רועי בקר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:04 לינק ישיר 

דער בית דין פון בארא פארק קעיס.
אדער בית דין מכון להוראה.

שלשה רועה בקר הייסט ווען מ'קלויבט זיך אויס 3 יונגאטשן (שוחד בלע"ז), און מ'צייגט דעם כשר'ן חזיר פיסל... העי איך האב א היתר !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:24 לינק ישיר 

בי"ד מכון להוראה איז ר' זלמן לייב'ס שונא, און ע"פ דין דארף איך דאך נישט גיין צו מיין שונא. נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > זאליס איך וויל נאך 1 מאל הערן דעם שקר אז ר' אהרן לאזט נישט/ווי נישט גיין צו דין תורה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext