די אהרונים זענען פלוצלינג געווארן פייערדיגע אנהענגער פון כ"ק הגה"צ אבדק"ק שאפראן שליט"א וועלכער האט געזאגט זיין דעת תורה קעגן דעם כינוס. זיי זענען ביזי אז דער שאפראנער רב שליט"א פון די חשוב'ע תלמידים פון רביה"ק זי"ע האלט פונקט ווי זייער רבי אז מען טאר נישט גיין צום כינוס.
וויל איך זיי פרעגן: גייט מען יעצט אראפנעמען די חרמות וקונמות קעגן שאפראנער רב שליט"א פאר זיין מסדר קידושין זיין אין קרית יואל שלא ברשות ה[געוועזענער] מרא דאתרא?
נשלח ב-15/5/2012 22:36
עכטער שטארק איבערגעטריבן. איך האלט נישט אז איין ארוני גייט יעצט דאווענען אין שאפראן, אדער אריינלייגן זיינע קינדער אין שאפראן.
למשל גור, האט קיינמאל נישט געפירט קיין דירעקטע מערכה קעגן רבין. זיי זענען אגודה פון אנהויב אָן, און דאס אזי געווען זייער דרך. אודאי, זיי האבן נישט געפאלגט דעם רבינס איסור קעגן די בחירות אבער נישט ווייל זיי האבן עס געוואלט אפווישן, נאר ווייל זייער מנהיג האט אזוי געהאלטן.
דער בעלזער האט זיך ארויסגעשטעלט מיט אן אויסערגעווענליכע חוצפה ועזות קעגן רביה"ק זי"ע ולמעלה בקודש קעגן דעם גאנצן דרך ההתבדלות און געטאן אלע פעולות דאס צו בארעכטיגן ווייל ער האט קלאר געוואוסט די שטעלונג פון די מנהיגי בעלז אין דער פארגאנגענהייט (אזוי ווייט אז דער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט, אז ווען ער זאל זאגן גענוי וואס מרן הגה"ק מהרי"ד זי"ע האט געזאגט קעגן די אגודה וואלט מען אים פארשטיינערט) צו ציונות און אגודת ישראל.
און דער בעלזער האט קיינמאל זיך נישט אויפגעשטעלט צוריקציען פון זיינע ווערטער, נאר אדרבה, ער פירט נאך היינט א מערכה קעגן יהדות החרדית אין ירושלים מיט שוידערליכע מסירות וכדומה.
טא, דאס טרעפן זיך מיט אזא מנהיג מיינט קלאר אז עס ווערט א נאענטקייט!
נשלח ב-15/5/2012 22:52
אדרבה, וויאזוי קען מען עס מאכן אין וומס"ב? ווען דער סאטמארער רבי זאל עס פאררופן וואלט דאך דיין רבי עס באיקאטירט, ניין?
אדרבה, וויאזוי קען מען עס מאכן אין וומס"ב? ווען דער סאטמארער רבי זאל עס פאררופן וואלט דאך דיין רבי עס באיקאטירט, ניין?
איך האלט אז מ'קען יא מאכן א גרויסע מעמד און ביידע סאטמארע רבי'ס זאלן דארט זיין.
און לאמיר זאגן אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל וועט נישט וועלן צושטיילן איז אויך נישט עק וועלט.
זאל יעדע קהלה מאכן עקסטער. וואס האב איך דערפון אז א סקווערער איד איז די נעקסטע רייע פון מיר.
עס איז מיר גארנישט מער מחייב.
נשלח ב-15/5/2012 23:02
אין מיין סידור שטייט ותלמיד תורה כנגד כולם, לערנען די הייליגע תורה איז מער חשובע'ר און הייליגער פון אלעם, אין זוהר הקדוש שטייט והאור שבו מחזירה למוטב. אז אויב פאר די סכנה פון אינטערנעט קען מען גייט מיט אגודה, מזרחי און סתם אויסווארפן (אגב, "קיינער" האט מיר נישט מסביר געווען וואס גייט מען אויפטוהן דארט?), פארוואס קען מען נישט פאר די גרויסע זאך ווי לערנען די הייליגע תורה גיין צום סיום הש"ס? די תורה איז עפעס אזוי מונח בקרן זוית?