נשלח ב-15/5/2012 23:45
מה בין רובאשקין, אסירי יאפאן, און הצלת הדורות? קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ביידי גרויסע עצרת און אסיפות לטובת הצלת רובאשקין און הצלת אסירי יאפאן האט מען זיך געמעגט צוזאמענקומען מיט אלע סארט עלעמענטן, און אפילו הערן ענגלישע דרשות, און צו ראטעווען אידישע דורות פון שמד טאר מען נישט?
פליז קאמענטירן זאכליך, נישט סתם קללות און לופטיגע געבעקסן.
נשלח ב-15/5/2012 23:46
ומב בין הכינוס לסיום הש"ס ע"י רבבי אלפי ישראל?
נשלח ב-15/5/2012 23:53
דער ערשטער צו פארדרייען דעם אשכול!
דער מנהל האט שוין פריער געווארענט.
נשלח ב-16/5/2012 00:05
עכטער_חסיד כתב: קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ביידי גרויסע עצרת און אסיפות לטובת הצלת רובאשקין און הצלת אסירי יאפאן האט מען זיך געמעגט צוזאמענקומען מיט אלע סארט עלעמענטן, און אפילו הערן ענגלישע דרשות, און צו ראטעווען אידישע דורות פון שמד טאר מען נישט?
פליז קאמענטירן זאכליך, נישט סתם קללות און לופטיגע געבעקסן.
איך וועל ענטפערן וויפיל איך פארשטיי:
ביי רובאשקין איז געווען אן אסיפה אין קרית יואל.
עקסטער איז געווען אן אסיפה אין וויליאמסבורג.
עקסטער איז געווען אן אסיפה אין בארא פארק.
יעצט איז פראגע זייער סימפל. פארוואס קען מען די זעלבע זאך נישט טאן דא אויך.
פארוואס דארפן מיר גייען מיט אלע טשופיקעס און כזית קאפעלעך?
נשלח ב-16/5/2012 00:10
אט דא בילדער פון די מסיבת געוואלד און געשריבן אין בארא פארק (אנגעפירט דורך אהרונישע אינטערעסן וד"ל) וואו מען זעט ר"ל א געמישעכטס פון אלע קרייזן.
דא איז אן ענגלישער רעדנער.
נשלח ב-16/5/2012 00:12
לאנצוט סטאפ מיט דיין נאן-סענס. דא האסטו די בארא פארקער אסיפה מיט א געמישעכטס פון "אלע" קרייזן, אויך טשופיקעס.
אט דא האסטו...
נשלח ב-16/5/2012 00:13
נאך
נשלח ב-16/5/2012 00:14
דא האסטו דיין רבינס איידעם און שוואגער
נשלח ב-16/5/2012 00:15
אז אפאר רובאשקין פאמיליע קומט אן, מאכסטו אן עסק. דער מציאות איז אז ס'איז נישט קיין געמישאכץ. איך זעה דא 90 פראצענט חסידישע אידן.
נשלח ב-16/5/2012 00:17
הייסט עס אזוי לאנצוט, דער פראבלעם איז שוין נישט ענגליש ווי דו האסט ביז יעצט געשריגן נאר אז מ'דארף גיין זיצן מיט אלע טשופיקעס און כזית קאפעלעך..... עכ"פ דאס וואס דו פרעגסט פארוואס קענען מיר נישט מאכן עקסטערע אסיפות אין יעדן שטאט?? אויף דעם איז שוין געשריבן געווארן מערערע מאל, אז כל גדולי הדור שליט"א פארשטייען אז דורכדעם וואס קומען זיך צוזאמען א כח הרבים, האט עס מער אן עפעקט אויפן ציבור.... פינטל, פינטל, פינטל. עת לעשות לה' הפרו תורתיך... (יעצט זיי מדמה מילתא לשאינו מילתא)
נשלח ב-16/5/2012 00:18
לאנצוט
דו מאכסט שוין ווייטער געשפעט פון זיך אליינס.
רובאשקין אזי געווען א אישו וואס האט יעדן אינטערעסירט, נישט בלויז אפאר סאטמארע געלט גייציגע אינגלעך (והדברים ידועים...).
נשלח ב-16/5/2012 00:22
עכטער. איך בין נישט סורפרייזד צו הערן אז די רובאשקין קאמפיין איז געווען א געלט-גייציגע אקציע, וויבאלד נישט דיין פארטיי האט עס אנגעפירט. אבער דער מציאות איז אז מ'האט געמאכט מערערע אסיפות. עקסטער פאר יעדע געגנט. פארוואס קען מען דא נישט?
נשלח ב-16/5/2012 00:22
לאנצוט כתב: אז אפאר רובאשקין פאמיליע קומט אן, מאכסטו אן עסק.
אז אפאר פארטוגאל'ס קומען אן מאכסטו אן עסק!!
כ'מיין אז הצלת הדורות איז עומד אויף מצות פדיון שבויים, ווייל גדול המחטיאו יותר מן ההורגו
אין דא רעדט זיך עס פון רוחניות וואס איז פאר גשמיות.
דער מציאות איז אז ס'איז נישט קיין געמישאכץ. איך זעה דא 90 פראצענט חסידישע אידן.
וואס מיינסטו דען?? אז ביים כינוס כלל ישראל גייט נישט זיין קיין 80 פראצענט חסידישע אדער ליטווישע אידן
(לאנצוט, ווארט מיר אויפן בילד פונעם כינוס)
נשלח ב-16/5/2012 00:23
אבער אין יעדע געגענט זענען די סאטמארער חסידים געווען דער מיעוט קעגן רוב טשופיקעס אא"וו.
פינטל.
נשלח ב-16/5/2012 00:43
עכטער_חסיד כתב: אבער אין יעדע געגענט זענען די סאטמארער חסידים געווען דער מיעוט קעגן רוב טשופיקעס אא"וו. פינטל.
מיין פאינט איז, מ'קען מאכן קלענערע אסיפות און עס האט פיין געארבעט, מ'קען דא די זעלבע זאך.
קיינער ווערט נישט מער נתעורר אויב ס'איז דאך אינעם זאל נאך 20 טויזענט ליטאים.
פאר דיין אינפאו: ביים סיום הש"ס איז געפלאנט קרוב צו 100 טויזענט אידן.
אפשר דארף מען דארט אויך אהינגיין.
נשלח ב-16/5/2012 00:44
דו ביזט א ריכטיגער לוזער
פארוואס זאל מען נישט מאכן קיין ריזיגע עצרת, ווען אויך ביי די קליינע ק,מט מען זיך צוזאמען מיט טשופיקעס?
דיין טענה איז דאך געווען די טשופיקס!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 3 1 2 3 סך הכל 3 דפים.
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.