בית פורומים אידישע געדאנק

אנאליזן איבער ר' אהרן טייטלבוים'ס בויקאט אויף כינוס כלל ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/5/2012 02:38 לינק ישיר 
אנאליזן איבער ר' אהרן טייטלבוים'ס בויקאט אויף כינוס כלל ישראל

ביטע זיך האלטן נאר צו דעם נושא פון ר' אהרן'ס בויקאט אין דעם אשכול.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2012 02:41 לינק ישיר 

איך גלייב אז זיין שיטה אז מרן הדברי יואל זי"ע וואלט אוודאי נישט געגאנגען אהין. ממילא אלס ממלא מקום, שפירט ער אז סאטמאר באלאנגט נישט דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 02:44 לינק ישיר 

איך גלייב אז זיין שיטה איז, אז מרן הדברי יואל זי"ע וואלט אוודאי יא אהין געגאנגען, ממילא אלס ממלא מקום (פון?? וויזשניצער שווער) שפירט ער אז ער באלאנגט נישט דארט... 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 02:45 לינק ישיר 

שמעלקאלע כתב:
איך גלייב אז זיין שיטה איז, אז מרן הדברי יואל זי"ע וואלט אוודאי יא אהין געגאנגען, ממילא אלס ממלא מקום (פון?? וויזשניצער שווער) שפירט ער אז ער באלאנגט נישט דארט... 

ביסט בארעכטיגט צו דיין אנאליז. אבער דארפסט זיך אויסלערנען צו זיין טאלערירן אן אנדער'ס אויך.  איך האב געזאגט וואס איז גלייב, זייענדיג דער ממלא מקום פון זיין פעטער טוט ער וואס ער האלט אז דער פעטער וואלט געטאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 02:46 לינק ישיר 

נישט פארדרייען קיין אשכולות, צום וויפלטן מאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 02:48 לינק ישיר 

לאנצוט 


אלס ממלא מקום פארשטייט דיין רבי אז א איד וואס זיין נאמען געפינט זיך צווישן די חותמים אויפן חוב קדוש פון הליכה לבחירות הטמאות, מעג אויפטרעטן ביים גרעסטן כינוס פון זיין פארטיי כ"א כסלו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 02:49 לינק ישיר 

עכטער_חסיד כתב:
לאנצוט 

אלס ממלא מקום פארשטייט דיין רבי אז א איד וואס זיין נאמען געפינט זיך צווישן די חותמים אויפן חוב קדוש פון הליכה לבחירות הטמאות, מעג אויפטרעטן ביים גרעסטן כינוס פון זיין פארטיי כ"א כסלו?


ער האט נישט אונטערגעשריבן. פינטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 02:52 לינק ישיר 

דעם שקר קענסטו איבערזאגן טויזענט מאל, עס ווערט נישט אמת!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 03:05 לינק ישיר 
די חתימה אויפן חוב קדוש צו די בחירות הטמאות

נאדיר לאנצוט


אבער קוק עס נישט אָן, ווייל דו וועסט עס מוזן גלייבן...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 04:48 לינק ישיר 

No analytics needed
 מי בראש - אטטענשאן

דער איד, חיים הערש'ס זיידע, וואלט אריינגעטאנצען אין פייער אויך פאר אטטענשאן, און די גאנץ נישט ווייטע היסטאריע זיינע ווייזט אט דא.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-16/5/2012 05:30 לינק ישיר 

איז ער דאך ווייטער בראש. נאר אנשטאט זיצן יחד ראשי ושבטי ישראל, וועט ער זיצן בראש פון משה יעקב שמשון טייטלבוים און אלטר משה גאלדבערגער. אבער ראש בלייבט ער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 05:35 לינק ישיר 

געלעכטער, איך מיז באוואונדערן דו האסט די בעסטע חוש צו הומאר פון גאנץ גאנץ היידפאַרק!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-16/5/2012 18:11 לינק ישיר 

א דאנק אלע פאר'ן פארדרייען דעם אשכול, וואס איז אזוי הארב דא.
אבער אויב מ'רעדט פון רבי מיכל זילבער, בין איך דן אנשי מהרז"ל שליט"א פאר'ן אים געפערליך ארונטעררייסן, ווייל נאך אלעם האט דאך דער ציוני ר' מיכל זילבער געפערליך מבזה געווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מיט די פשיהא וד"ל.

אבער לאמיך נישט ווייטער פארדרייען דעם פארדרייטן אשכול. איך וועל צוריקקירעווען דעם שמועס צום פארדרייטן נושא:

אויב איז דער פראבלעם אז סאטמאר רבי האט געלאזט ר' מיכל זילבער רעדן, און דערפאר קען ער נישט זיין ממלא מקום פונעם הייליגן דברי יואל, האב איך איין ברירה פארבליבן, מכתיר צו זיין דעם יונגערן ברידער וועלכער איז אריין אין ציוניסטישן קאורט, וואס דאס איז זיכער מותר פאר'ן ממלא מקום.

איך דריי שוין צוריק דעם אשכול:

סאטמאר רבי האט נישט בויקאטירט דעם כינוס: שב ואל תעשה הייסט נישט בויקאטירט.
עס איז דא דריי וועגן וויאזוי מ'קען רעאגירן צום כינוס:

1) גיין לינק. און גיין אהין מיט אלע לינקע עלמענטן.
2) האקן דערויף, און מוחה זיין ווי הרה"צ מ'שאפראן שליט"א, הרה"צ אב"ד טשאטה שליט"א, הרה"צ מאיבראן שליט"א.
3) שב ואל תעשה. נישט האקן און נישט גיין. דער כינוס איז א גוטע זאך, אבער נישט פאר אנשי שלומינו תלמיד וחסידי מרן רביה"ק הדברי יואל זי"ע.

נומער דריי איז די נארמאלע אפציע לדעתי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 18:40 לינק ישיר 

און ווען ר' אהרן האקט ווען דערויף, וואלסטו געזאגט אז אפציע 1 איז די נארמאלסטע. ס'איז בכלל נישט רעלעוואנט, ווייל דו וועסט קיינמאל נישט מודה זיין סייוויזוי אז דיין רבי האט געטון א טעות. ‎​
 
אגב, האסט פארגעסן איין אפציע, און דאס איז וואס רוב תלמידי רביה"ק זי"ע טוען, און שטיצן און גייען צום כינוס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 18:59 לינק ישיר 

 געלעכטער
די האסט שוין אמאל מודה געווען אז דיין רבי האט געמאכט א טעות?
וואס ווארפסטו פאר יענעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 19:05 לינק ישיר 

ווען כ"ק אדמו"ר מהר"א זאל ווען זאגן אז ער גיייט.
וואס טראכסטו וואלט געווען די רעאקציע פונעם יונגערן ברודער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אנאליזן איבער ר' אהרן טייטלבוים'ס בויקאט אויף כינוס כלל ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext