בית פורומים אידישע געדאנק

נפול תיפול ארוינים דערציטערט פון ר' שאול!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/5/2012 22:05 לינק ישיר 
נפול תיפול ארוינים דערציטערט פון ר' שאול!

נאך די שטארקע דרשה פון ר' שאול אין וועלכע ער האט אויפגעדעקט די פאקטן וואס צייגן אז
 
די אהרוינים זענען די וואס טרייבן שפאס און ווילן בשום אופן זיך נישט שטעלן פאר א דין תורה
מיר זענען אלעמאל געווען גרייט און מיר זענען נאך גרייט יעצט לפנים משורת הדין יעדע רגע אינטערצושרייבן שטרי ברורין וואס זאלן שטעלן פארן בי"ד נכסי סאטמאר בכל רחבי ניו יארק

דעריבער אויב די אהרוינים וועלן נישט אויפהערן מיט זייער פאלשע פראפעגאנדע אז זיי ווילן זיך שטעלן צו דין תורה און ממשיך זיין מיט ערכאות ליבערשט ווי זיך פרייען מיט זייערע גניבות און אונז צורי לאזן וועט קהל זיך נעמען צו אלע נכסים וואס די אהרוינים האבן גע'גנב'עט פון קהל און קהל האט ביז היינט דא נישט געוואלט נישט צוריק נעמען ווייל מ'דארף אנקומען צו ערכאות און קהל האט דאס נישט געוואלט טון טראץ די היתר בי"ד.

אויב וועט נישט זיין קיין ברירה און די אהרוינים וועלן ממשיך זיין צו צעגערן מיט ערכאות וועט קהל טון אלעס אין די וועלט (פארשטייט זיך מיט א בפירושע היתר פון בי"ד בכתב) צוריק צובאקומען די אלע נכסים ווי לדוגמא די בניני המתיבתא אין קרית יואל און די ביהמ"ד הגדול פון קרית יואל.

די אהרוינים דא אויף הייד פארק האבן כדרכם ממשיך געווען מיט ליצנות אבער זייערע פירער האבן זיך יא דערשראקן און זיי האבן ארויסגענומען פון געריכט די קלאגעס קעגן די קעמפס!

נפול תיפול


תוקן על ידי פריש ב- 16/05/2012 22:14:46




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 22:09 לינק ישיר 

אבער מיר דארפן זיי קלאר שטעלן דאס מיינט נישט אז זיי מעגען ווייטער אויפעסען קהל מיט'ן רבי'ן שליט"א אויף יעדע טריט מיר ווילן מנוחה פון זיי איינמאל פאר אלעמאל און אז נישט וועלען מיר מיזן ניצן די בדיעבד'דיגע וועג מיט זיי.


תוקן על ידי kj_monroe ב- 16/05/2012 22:10:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 22:18 לינק ישיר 

לאנצי ווי ביסטו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 22:45 לינק ישיר 

איך בין נישט באקאנט אין די קאורט פראצעדורן. אבער אויב מ'האט יא ארויסגעצויגן איז עס ווייל די ארונים טיעם האט איינגעזען אז די שאנצן זענען זירא.

אויב דאס האט מיט ר' שאול'ס דרשה, וואלט מען אייך צוריקגעגעבן דעם בית החיים, לקיים מה שנאמר: אלעס בלייבט ביים אלטן.

איך פארשטיי אז דיין שכל איז באגרעניצט, אבער אזא פערד צו זיין, האט נישט קיין תירוץ.
ר' שאול פערלשטיינ'ס דרשה איז גוט פאר 2 יונגלעך אין היידפארק זיך נעריש צו מאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 22:46 לינק ישיר 

לאנצוט זיצט ביי אינדיג'ס בעקערי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 22:47 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
איך בין נישט באקאנט אין די קאורט פראצעדורן. אבער אויב מ'האט יא ארויסגעצויגן איז עס ווייל די ארונים טיעם האט איינגעזען אז די שאנצן זענען זירא.




וויאזוי קען טאקע זיין אז די שאנסן זענען זירא? הלל ראזענבערג האט דאך נאך נעכטן געשיקט בריוון צום קאנטי עקזעקטיוו אז ער איז קהל יטב לב, וואס האט פלוצלינג פאסירט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 22:59 לינק ישיר 

וואס פרעגסטו "מיך" איבער הילל ראזענבערג - וואס איז אזוי שווער צו זאגן אז הלל ראזענבערג איז חלה דעקל

איך האב דיר געזאגט אז די שאנצן זענען זיראו. און שוין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 23:13 לינק ישיר 

פון די גאנצע קלאגע אדער נאר אויפ'ן פארלאנג פאר א TRO?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 23:16 לינק ישיר 

אז די זאנסן זענען זיראו האסטו שוין געזאגט צוויי וואכן צוריק.

די אהרוינים האבן נאך קיינמאל אין די היסטאריע נישט צוריק געצויגן א קלאגע פון געריכט וועגן די זאנסן זענען זיראו, זיי זענען אלעמאל אנגעגאנגן ביזן ענטגילטיגן מפלה (כדרך הרשעים, ויחזק ה' את לב פרעה) און דערנאך געשריגן "געווינען".

עס האט זיך גארנישט געטוישט היינט וואס קען מאכן די שאנסן זאלן "פלוצלינג" ווערן זיראו.

אוודאי פאסט נישט מודה צו זיין אז די בניני המתיבתא איז ענק וויכטיגער ווי די קעמפס וואס ענק קענען סיי ווי נישט געווינען האבן ענק שנעל ארויסגעכאפט דעם קלאגע.

על כגון דא נאמר נפול תיפול!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 23:19 לינק ישיר 

פריש כתב:
אז די זאנסן זענען זיראו האסטו שוין געזאגט צוויי וואכן צוריק.
איך האב דיר דען ליגענט געזאגט. היינט האבן די אנדערע אויך אזוי איינגעזען. וואס איז אזוי שווער צופארשטיין פאר אזא קלוגן מענטש ווי דו?

די אהרוינים האבן נאך קיינמאל אין די היסטאריע נישט צוריק געצויגן א קלאגע פון געריכט וועגן די זאנסן זענען זיראו, זיי זענען אלעמאל אנגעגאנגן ביזן ענטגילטיגן מפלה (כדרך הרשעים, ויחזק ה' את לב פרעה) און דערנאך געשריגן "געווינען".
ווייל ביז היינט האבן זיי אלעמאל געהאלטן אז זיי האבן גוטע טשענסן, און הייבט האבן זיי געטאן צו דער זאך, אויב די קעיס גייט נישט גוט, צי ארויס און פטור. אפשר?
-
עס האט זיך גארנישט געטוישט היינט וואס קען מאכן די שאנסן זאלן "פלוצלינג" ווערן זיראו.
זיי האבן נעכטן איינגעזען. געמאכט איין מיטינג און נאך א מיטינג, און היידא. ארויס!

אוודאי פאסט נישט מודה צו זיין אז די בניני המתיבתא איז ענק וויכטיגער ווי די קעמפס וואס ענק קענען סיי ווי נישט געווינען האבן ענק שנעל ארויסגעכאפט דעם קלאגע.

קיינער טראכט נישט אז די אויב די זאליס האבן די מינדעסטע טשענס אוועקצוגעבן די מתיבתא בנינים, אז זיי וואלטן געלאפן נעכטן אין קאורט. איר דארפט נישט קיין היתר, ווייל דעם זעלבן היתר וואס איר האט אין בארא פארק און ביים בית החיים האט איר יעצט אויך. (עבר ושנה הותרה לו).
על כגון דא נאמר נפול תיפול!

אמן כן יהי רצון. לייג צו לא ירעו ולא ישחיתו בלא בלא בלא בלא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 23:52 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
איך בין נישט באקאנט אין די קאורט פראצעדורן. אבער אויב מ'האט יא ארויסגעצויגן איז עס ווייל די ארונים טיעם האט איינגעזען אז די שאנצן זענען זירא.
לכתחילה מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר, אין קאורט גייט מען נישט פאר ווען מ'ווייסט קלאר דער שאנסן צו געוואונען.
(אפשר זאגסטו מיר וואס זענען געווען דער שאנסן און וואס איז יעצט, און טאמער ווייסטו נישט איז מהיכי תיתי לומר אז דאס איז נישט געקומען אדאנק ר' שאול'ס דרשה)
איך פארשטיי אז דיין שכל איז באגרעניצט, אבער אזא פערד צו זיין, האט נישט קיין תירוץ.

ר' שאול פערלשטיינ'ס דרשה איז גוט צו דעשרעקן דער אהרונים אז זיי זאלן ארויסגיין באצייטענס פון געריכט
והא ראי' אז ס'האט טאקע אזוי פאסירט.

לאנצוט איך ענטפער דיר "נאר" יעצט איינמאל, ווייל איך האב פשוט רחמנות אויף דיר זאלסט האבן וואס צו טוען
דער נעקסטע פאר שעה אין טאג, ס'איז דיר שוין נמאס דער טאג, הא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 05:43 לינק ישיר 

מאיר שלום האט אזוי געשריבען לעצטע וואך זייער קליג פון די ארונים פארן גיין אין קארט, אזוי וועט די דשארדש זאגן אז וויבאלד צד מהריי זענען ליגאל און די בנינים קען מען געבן א פערמיט, וועט מען בעזרת השם פראווען נעילת החג שבועת אין נייעם בית מדרש http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2958387&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 06:12 לינק ישיר 

אזוי האט מאירשלום געשריבן אין א אנדערע אשכול מיטן נאמען '' וואס קען מען ערווארטען פונעם קארט '' לכאורה אז א נוטראלע רב הרב העכט וואס האט נישט קיין שום שייכות קיין סאטמאר האט אזוי געפאסקענט וועט די דשארדש עס אויכעט אננעמען, בפרט אז די קארט סיסטעם האט שוין געזאגט אז זיי קענען זיך נישט צופיל אריינמישען אדער קען די קארט פאסקענען נאך שטערקער לטובת מהריי אז איינער איז מוחזק אין א בנין אדער שטח וכדומה אין מקען עס נישט ארויסנעמען אין געריכט פון אים, דארף מען אים ליגאל געבן פערמיטס. וואס דאס וועט אסאך אויפטוען פאר וויליאמסבורג בית מדרש החדש ועוד, בפרט אז אויב נישט בלייבט עס ליידיגhttp://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=4&topic_id=2958740&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 17:40 לינק ישיר 

חלומות שוא ידברו. נאר די קאורט אוו אפיעלס קען היינט געבן בעלות פאר ר' יעקב כהנא.
היידפארק האט טאקע א גרויסן כח, אבער ליידער רעכנט זיך נישט די רעגירונג דערמיט. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 18:19 לינק ישיר 

לאנצוט זאגט אז די אהרונים האבן צוריק געצויגן ווייל די שאנסן זענען זירא

אבער ווי איך ער האבן די אהרונים נישט צוריק געצויגן נאר פון א קליין טייל פון די קלאגע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2012 18:30 לינק ישיר 

יוסף90,
איך האלט אז די שאנצן זענען זיראו. נול.

אלזא לויט דיר האט מען צוריקגעצויגן פון א קליין טייל טאקע וועגן די מעכטיגע דרשה פון ר' שאול.
אבער רוב האט מען יא געלאזט.

אויב אזוי טראכט איך אז ר' שאול מוז זיך שוין אויפשטעלן פאר'ן ארון קודש און רעדן נאכאמאל. אפשר וועט מען דעמאלט ארויסציען פון די גאנצע. און אויך וועט ער געבן נאך א דאזע דראגס פאר די נצרכים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > נפול תיפול ארוינים דערציטערט פון ר' שאול!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext