|
|
| נשלח ב-17/5/2012 20:37 |
|
| |
אנטקעטע, וואס טוט איר? (זלונים)
איצט ווען ס'דא פארשידענע מיינונגען פון רבנים און דיינים תלמידי רביה''ק זצוק''ל, וועגן דעם ענין פון גיין צום כינוס הכללי, וואס וועט איר טאן? 1) נישט גיין, ווייל ס'איז התחברות לרשעים, אדער עכ''פ א ספק וואס די קרן לדוד זאגט אז מ'זאל גיין לחומרא. 2) גיין, ווייל כ''ק אדמו''ר שליט''א האט אזוי געזאגט. מ'איז זיך מבטל און מלייגט אוועק די אייגענע מיינונג. 3) גיין, ווייל איר האט אזוי פארשטאנען פון אנפאנג אז מ'דארף גיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 20:43 |
|
| |
2) גיין, ווייל כ''ק אדמו''ר שליט''א האט אזוי געזאגט. מ'איז זיך מבטל און מלייגט אוועק די אייגענע מיינונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 20:44 |
|
| |
גיין פאר אינטרעסאנטקייט דארף אויף זיין א אפשען.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 20:55 |
|
| |
גיין ווייל אזוי האט דער רבי שליט"א געזאגט
בדרך אגב, האט נישט די מנהל נעכטען געשריבען אז מ'טאהר מער נישט עפענען נייע אשכולות וועגען די כינוס?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 21:13 |
|
| |
פארגעסן נאך א אפשען
5. איך גיי ווייל איך מוז טרייבן דעם וואגן קעגן דעם קליפה אהרן ט"ב (עכ"פ אזוי רעד איך מיך איין)
תוקן על ידי רב_הסוער ב- 17/05/2012 21:14:13
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 21:28 |
|
| |
איך גיי ווייל איך האב פארשטאנען אז קיין שאלות דערביי איז נישטא, און די סיבה פארוואס יא איז ווייל עס איז אינטערעסאנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 21:37 |
|
| |
איז מען מבטל דעת רביה״ק זי״ע (עכ״פ ספק) פאר דעת פון היינטיגן רבי׳ן?
ער האט דאך קלאר געזאגט "לדעתי", ער האט נישט געזאגט לדעת רביה״ק
האט מען אים נישט אויפגענומען ער זאל אונז פירן אויפ׳ן רבין׳ס דרך?
איז נישט שב ואל תעשה עדיף די ריכטיגע וועג אזא צייט?
תוקן על ידי נארפאקטן ב- 17/05/2012 21:38:37
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 21:52 |
|
| |
לאנצוט דער רבי לאזט דאך נישט גיין??
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 21:58 |
|
| |
איך בין שוין זאט פון די אשכולות איבער דעם כינוס. עס איז שוים אויסגעדראשן און מען קומט אדער צוריק צו די זעלבע זאכן וואס מען האט שוין דיבעיטעד, אדער סתם נארישקייטן.
אבער יעצט זע איך ווי רב הסוער שרייבט "פארגעסן נאך א אפשען, 5. איך גיי ווייל איך מוז טרייבן דעם וואגן קעגן דעם קליפה אהרן ט"ב (עכ"פ אזוי רעד איך מיך איין)", קוקט עס מיר אויס ווי דעי אהרונים האלטן שוין אז יעדער וואס קומט אהין גיט א בריקע פאר דעם סורר ומורה פון מאנראו וועלכער האט זיך פלוצלינג גענומען רעדן פון די וואס הערן דעם רבינס שלש סעודות תורה, א זאך פון וואס ער אליינס האט שוין כמה פעמים אפגעלאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 22:00 |
|
| |
צו וואס עפנט מען פרישע אשכולות???
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 22:06 |
|
| |
| עכטער_חסיד כתב: |  | | איך בין שוין זאט פון די אשכולות איבער דעם כינוס. עס איז שוים אויסגעדראשן און מען קומט אדער צוריק צו די זעלבע זאכן וואס מען האט שוין דיבעיטעד, אדער סתם נארישקייטן.
אבער יעצט זע איך ווי רב הסוער שרייבט "פארגעסן נאך א אפשען, 5. איך גיי ווייל איך מוז טרייבן דעם וואגן קעגן דעם קליפה אהרן ט"ב (עכ"פ אזוי רעד איך מיך איין)", קוקט עס מיר אויס ווי דעי אהרונים האלטן שוין אז יעדער וואס קומט אהין גיט א בריקע פאר דעם סורר ומורה פון מאנראו וועלכער האט זיך פלוצלינג גענומען רעדן פון די וואס הערן דעם רבינס שלש סעודות תורה, א זאך פון וואס ער אליינס האט שוין כמה פעמים אפגעלאכט.
|
|
האב איך דער געזאגט "יעדער"
כאב בלויז פארגעשלאגן נאך א אפשען און די אקענטע
זאל דעקן אלע סארט מענטעליטעטן
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 22:10 |
|
| |
איך ווייס נישט פארוואס עס באדערט פאר די ארונים אז 50 טויזענט מענטשן גייען זיך צוזאמקומען אן זיי, זיי האבן שוין געהאט 50 טויזענט מענטשן עטליכע יאר צוריק דעם ערשטן כ''א כסלו
גראדע האט מען דעמאלט נאכגעזאגט פון רבי שלמה יעקב אז עס זענען געווען 50 טויזענט מענטשן - ציינער
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 22:24 |
|
| |
| שמעלקאלע כתב: |  | לאנצוט דער רבי לאזט דאך נישט גיין?? |
|
גערעכט. אבער איך האב דאך חשק. און קיין עבירה איז עס נישט. עס פאסט נאר נישט. אקעי.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 22:31 |
|
| |
איינער ווייסט (פונקנטליך) וואס די רבי שליט''א (רז''ל) האט געפאדערט פון די עסקנים, און וואס זיי האבן נאכגעגעבן? תורה הוא וללמוד אנו צריכין, נעקסט טיים ווען ס'מאכט אזא שאלה זאל מען וויסען מעשה רב, וואס מהאט צו טון.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 23:31 |
|
| |
א מעשה רב איז ווען מען האט נישט וועמען צו פרעגן.
ווען מען האט א שאלה דארף מען פרעגן דעם דיין אפילו דו האסט אמאל געהנאט אן ענליכע שאלה.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|