בית פורומים אידישע געדאנק

מעסער אין התבדלות נעכטן ב'קאנטינעטאל פאטשט אהרונים!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/5/2012 22:38 לינק ישיר 
מעסער אין התבדלות נעכטן ב'קאנטינעטאל פאטשט אהרונים!

די שרעקליכע אומ-התבדלות נעכטן אין הארץ פון וויליאמסבורג!
ווי טויזענטער ערליכע בחורים - כולל יונגעלייט בעל בתים, האבן זיך געדארפט אנהערן מיט די ערגסטע דברי ניאוף ונבלה
אן ערגעץ אוועקפארן, אלס א דירעטע תוצא פון איטערנעט פעיסבוק וכו'

האט געוויזן וואסארא שטיתום אהרן רעדט וועגן התבדלות!
א הוראה מן השמים בעתו ובזמנו!
ניין! קיין איינע פון יענע חברה איז נישט קיין מחלל שבת און בועל עריות געווארן פון ציונות, אדער התבדלות פון סקולענע רבי און רבי מתתיהו סאלאמאן!
ניין! זיי זענען ליידער נישט קיין 5 טאונע יודן פון וועם אהרן וויל זיך מתבדל זיין! ליידער היימישע!
אלע זענען קרבנות פון שרעקליכע טעכנאלאגיע סאשעלייזינג!
מיט וואס אינזער דור איז געשלאגן!

און ניין נישט אין סיטי פיעלד, נאר אין הארץ פון וויליאמסבורג
כילנו ל"כינוס כלל ישראל! 



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/5/2012 22:42 לינק ישיר 

זיצן 10 יאר אין סיטיפילעד וועסטו נישט הערן און זעהן העלפט פון די שוידערליכע נבילות און דברי נבלה ווי נעכטן אין הארץ פון וויליאמסבורג!

כ"ש ווען ס'וועט זינטאג א כינוס לשם שמים ווי נאר די ערליכע וועלן קומען די וואס זיכן ערענסקייט.
סארא היפאקריוטווע!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/5/2012 22:43 לינק ישיר 

דיין פלאכקייט האט ממש נישט קיין שיעור.

ערפינדן אמעריקע (!)
 אפשר מעג מען יעצט אויך גיין צום כותל. ווייל קיינער פון זיי איז נישט געווארן קיין פורק עול וועגן הרב שטיינמאן שליט"א.


נאר איין רב האט געזאגט אז ער דארף מאכן תשובת המשקל, פאר'ן נישט טאן ביז היינט וועגן די מגיפה פון אונטערנעט. און איך מיין אז דו וועסט ווער יענער איז. סאו אין ענגליש זאגט מען SHUT UP !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 22:56 לינק ישיר 

סטראבערי גוט גאזאגט, אבער ס'איז נישט דיין אויפטו, בעלזא רבי האט דאס שטארק ארויסגעברענגט, ציונות פירט נישט אפ קיין אינגעלייט.

א רוף צום רבין שליט''א און דייני קהלתיני הקדושה הקדושה, זייטס מסבר ענקער שיטה פאר די בחורים אינגעלייט'לעך, ווייל אז נישט וועט נאך קומען א דור וואס וועט נאך רעדען ווי ''סטראבערי''



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 22:57 לינק ישיר 

וויפיל איז די שיעור מיט די אשכולות!!!!

און וויפיל איז די שיעור צי צאמברענגען די גאנצע היסטאריע פון כלל ישראל און עס מדמה זיין צו די סיטי-פיעלד

הערץ אויף מיט די שוואנצונעס,

ר' אהרן האט די זעלבע שיטה ווי א גרויס חלק תלמידי וחסידי סאטמאר וואס זענען זיינע בלוט שונאים און קריכטס אראפ פון איהם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 22:58 לינק ישיר 

סטראבערי,

איך גלייב נישט אז די פורקי עול פון נעכטן באדערן דיך. דיך באדערט אז ס'איז דא "איין" קהלה וואס האלט זיך נישט ביים צושטעלן צו דעם כינוס כלל ישראל, ווייל דאס איז זייער מסורה.

יעצט פרעג איך דאך א נארמאלע פראגע:
דו קענסט אפשר טרעפן איין נארמאלע סיבה פארוואס נישט צו מאכן אזא כינוס נאר פאר וויליאמסבורגער אידן?

איך פארשטיי אז מ'האט געמאכט א פאליטישע באשלוס, אבער מ'האט דאך דיר געגעבן א מח צו טראכטן.

און בכלל לאזט זיך פרעגן דו ווייסט פון ווינציג פעלער פון פורקי עול פון 40 און 50 יאר צוריק?
דו ווייסט בכלל אז א גאנצע כתה אין סאטמאר זענען אפגעפארן מיט לאנגע יאר צוריק. נאך פאר ס'איז געווען א קאמפיוטער אויף דער וועלט?

אפשר דארף  מען זיך יעצט נעמען און אנהייבן באשולדיגן, פארוואס מ'האט געדארפט גיין קיין מאנהעטן פראטעסטירן קעגן די ציונים די אלע יארן, הלמאי, מיר האבן דאך אויסווארפן און פורקי עול אין סאטמאר...?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 23:02 לינק ישיר 

נא נא ווארף נישט זאמד אין די אויגן!
אין ארץ ישראל זענען יא בחורים געווארן פריי אינגאנצן וועגן ציונות צה"ל און שטיינמאנ'ס נחל חרדי.
אין אמעריקא די לעצטע 20 יאר איז נישט געווארן איין אפגעפארענער וועגן דעם.
*
און אין הכי נמי פארוואס צו גיין אויף מירון און טאנצן אין איין רינג מיט די אלע כלל ישראל אומ-התבדלות יודן, האסטו נישט קיין פראבלעם, די פראבלעם איז (דארף ווען...) נאר אז מ'טאר נישט גיין אויף א"י.
*
נעכטן האט געוויזן אז אהרנ'ס פערדעריי איז נישט נאר נאיוו נאר דענדזשערעס טיפשות וואס פאטשט אין פנים אז ס'ציפּט!
*
און ניין! מיך קען מען מיט קיין בילד פון א קאמפיוטער בודקעלע אויפן דעקל פון בלאט אפקויפן!...

אפשר דיך בארואיגט עס א ביסל.
אבער יעדער וואס איז ארויס פון אהרנ'ס מח-וואשעריי קויפט עס נישט!
ענק האבן די זעלבע פראבלעמען ווי גאנץ כלל ישראל, זעלבע נסיונות, זעלבע שוואכע חברה וואס פאלן אוועק פון קרית יואל'ע ישיבה וואס האט שוין ליידער פראצודירט צענדליגע מחחלי שבתות! קיין איינס וועגן התבדלות!
יונגעלייט מיט בלעבעריס מיט אלע עקלדיגע פיקטשערס וואס מ'שיקט זיך ארומ (נאר צו "זעהן" וועלכע מיידל איז לעצט אפגעפארן...) 
ביזנעסעס אהן קיין פילטערס. אויפגעטוען האט דערוויל א הויקער-מיט-א-שניפסל!

די חילוק איז איינס: אז ענקער מנהיג איז אנדערש. פינטל די רעסט איז אלעס די זעלבע ליידער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/5/2012 23:07 לינק ישיר 

ס'איז א גרויסע חילוק פון רעבארן און זיינע שונאים
ער ווייסט פינקטליך או ןצו גיט וואס אינטערנעט איז. והא ראי' זיין איינס-פון-צעהן פליטת פה "מ'קען זעהן אויף די כלי!" און ער ווייסט וואס טיט זיך אין זיין ישיבה גדולה נעבעך.

משא"כ זיינע שונאים זענען נאיוו און טיען נישט אין חינוך, זענען זייער וואילע יודן אבער ווייסן נישט וואס טיט זיך, ווען איינע פון זיי האט ווען א ישיבה גדולה ווייסט ער ווען שוין כאטש עפפעס. (שאפראן איז אויך נאר ישיבה קטנה)

און ווי די טשאטע רב האט זיך אויסגעדריקט: "מילא די אינטערנעט אבער וואס קומט עס צו איין ראי' אסורה אין סיטיפיעלד....." 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/5/2012 23:12 לינק ישיר 

נאר איין רב האט געזאגט אז ער דארף מאכן תשובת המשקל, פאר'ן נישט טאן ביז היינט וועגן די מגיפה פון אונטערנעט. און איך מיין אז דו וועסט ווער יענער איז. סאו אין ענגליש זאגט מען SHUT UP !




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 23:19 לינק ישיר 

טיפיקל ארוני.
ער האט גערעדט פאר יעדן, פאר אלע קהילות.
וכלשונו "מיר זענען געזיצן און געטיען מיט אלע מיני עסקנים צענדליגע מאל למעשה איז מען קיינמאל נישט אנגעקומען אז מ'זאל קענען זאגן ס'איז א עולם התיקון, למעשה פאקט איז יעצט די ערשטע מאל וואס ס'איז געווארן א ערנסטע פעסטע גרופע עסקנים וואס האבן ארלעדיגט וכו'"

אהרן האט גארנישט מער געטיען ווי א אנדערער אויף אינטערנעט .פינטל.

יעדע רב רבי אויף די וועלט האט גערעדט דערפון ביי יעדע דרשה. איינער מער איינער ווייניגער.
כמעט יעדער האט שוין געמאכט אייגענע אסיפת חינוך וועגן אינטערנעט.
(לדוג' תיכף נאך סוכות האט  מהר"ייי געמאכט און 2 3 טאג דערויף האט רעבארן געמאכט)

דאס איז געווען נאר ווי א באנדאזש אויף א 10 אינטשיג וואונד וואס ווארפט בליט, יעצט וויל מען מאכן סטיטשעס און איינמאל פאר אלעמאל פארנייען דעם וואונד. 
הלואי רבוש"ע 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/5/2012 23:24 לינק ישיר 

שיעור פארגעסן:
יא רעבארן איז די איינציגסטע רב וואס שטעלט צו קאמפיוטערס געפילטערט, פאר כולל יונגעלייט.וואס טוט עס אויף וויסט השי"ת. אפשר מ'זאל האבן שרייבערס פאר כל עולם כולו....
ער איז די קופיוטער-בודקעס-רבי.

און וויליאמסבורג איז דא געניג און נאך אזעלכע לאקעישענס: פרינט אן בראדוועי, icomuter, ס'עפנט זיך יעצט א נייע נעבן גלויבערס אפעטייזינג.
 Now What?  i



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/5/2012 23:28 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
ערפינדן אמעריקע (!)
 אפשר מעג מען יעצט אויך גיין צום כותל. ווייל קיינער פון זיי איז נישט געווארן קיין פורק עול וועגן הרב שטיינמאן שליט"א.

מ'מעג טאקע שוין גיין צום כותל. עס איז דאך שוין נשתכח תורת רבינו יואל, סאטמאר איז שוין נישט סאטמאר, ציונית עקסעסטירט שוין נישט (זיי זענען סתם תינוק שנשבה'ס).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 23:28 לינק ישיר 

אקעי מ'גייט זיצן 1 נאכט מיט די טשופיקעס

NOW WHAT? i



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 00:26 לינק ישיר 

סטראבערי כתב:
יעצט וויל מען מאכן סטיטשעס און איינמאל פאר אלעמאל פארנייען דעם וואונד. 
הלואי רבוש"ע 

דו טראכסט פאר איין רגע אז א' במדבר ווערט די אינטערנעט אויס פראבלעם פאר כלל ישראל?
-
-דו טראכסט אז איך גלייב דיר אפילו אז דו האלסט אזוי פאר איין סעקונדע.
-
מ'דארף מאכן יעדע וואך אן אסיפה איבער דעם צרעת נושנת. אן אסיפה אין סיטי פיעלד איז א גוטע אטראקציע און א גוטע פלאטפארמע. קיין טראפ נישט מער.

אבער צו לינדערן דעם פראבלעם איז עס פונקט אזויפיל ווערד וויפיל יעדע אסיפה וואס מ'מאכט איבער דעם.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 00:43 לינק ישיר 

לאנצוט


דו טראכסט איין רגע אז ווען דיין רבי איז מסביר אין א דרשה דעם אינטערנעט מיט אלע קליפערלעך העלפט עס מעביר זיין דעם אינטערנעט, אדער גאר אריינברענגען ביי אזעלכע מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין אנונג דערין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 00:47 לינק ישיר 

מ'דארף רעדן און רעדן און רעדן.
מ'דארף  טאן און טאן און טאן. מיר קענען נאר טאן וויפיל מיר קענען.

מיר קענען היינט נישט מעניש זיין. אבער רעדן און פארפירן דארף מען כסדר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מעסער אין התבדלות נעכטן ב'קאנטינעטאל פאטשט אהרונים!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext