בית פורומים אידישע געדאנק

באבוב 48 שיקט פאשקאווילען קעגען איחוד הקהילות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/5/2012 15:11 לינק ישיר 
באבוב 48 שיקט פאשקאווילען קעגען איחוד הקהילות

"מהנעשה והנשמע מאחורי הפרגוד ביי באבוב קהילות אין איחוד הקהילות לטוהר המחנה"

די גאנצע שטאט איז אויף מיט די גרויסע אינטערנעט אסיפה יעדער רעדט דערפון ווי מען גייט אין ווי מען שטייט
עס איז געוועהן א גאנצע געשעניש איבער סאטמאר ארונים זלונים מי ומי ההולכים
יעדער וויל וויסען וואס איז פארגעקומען ציווישען ביידע באבוב'ס אין איחוד קהילות
אפאר שירות דא מיט די פרטים הדבר וואס איז פארגעקומען מאחורי הפרגוד behind the scenes

די עסקנים פון איחוד הקהילות האבען וואכען זיך געמיטשעט אין געזען אז די אסיפה איז אין א קריטישע מצב
האבען זיי מחליט געוועהן אז מען דארף אריין שליפען אלע חסידישע אדמורי"ם פון אלע גרויסע חסידות'ן
איינער פון די ערשטע זענען זיי אריין צו אדמו"ר רב"צ מבאבוב אין אדורך געשמיסט די פלענער פון די אסיפה
מען האט געבעטען רב"צ אינטער צי חתמנ'ן אויף צי קול קורא האט ער נישט געוואלט אין אנגהויבן מיט תירוצים
די טאטע אהער די טאטע אהין די טאטע (מהר"ש מבאבוב זצ"ל) האט קיינמאל נישט אינער געשריבען קיין
קול קורא אין ממילא וויל ער נישט אינטער שרייבען האט ער געשיקט צום דיין חיים יענקל טויבער זאל אינטער שרייבען. האבען די עסקנים געפרעגט די מהר"ש האט יא אינטער געשריבען אויף קרן הצלה הצלה קול קורא?
האט רב"צ געזאגט ער איז זיך נוהג נישט צי חתמנ'ן אויף קול קורא'ס אין זיין דיין קען אינטער חתמנ'ן פאר עם
פונקט ווי די סקווערער רבי האט געשיקט זיין דיין צו חתמנ'ן די קול קורא בשליחות קודש.

דערנאך האבען די עסקנים געבעטען אויב מקען האבען די זכיה אז רב"צ זאל זיך משתתך זיין ביי דעם מעמוד
כינוס כלל ישראל. האט משב"ק מ.ציטראנענבוים מסביר געוועהן נאר אויף תנאי אז מ'רופט נאר איין באבוב רב"צ צום כינוס דעמאלטס איז דא וואס צי רעדען . אבער אויב רופט מען דעם אנדערען צד אדמו"ר רמ"ד קען מען פארגעסען אז רב"צ זאל זיך באטייליגען דעם כינוס ווייל רב"צ קען נישט זיין אינטער איין דאך מיט רמ"ד.
אין די צוויייטע תנאי אז מען טאר נישט שרייבען די נאמען "באבוב" אויף רמ"ד.

די עסקנים האבען גאזאגט אז מ'קען זיך נישט מישען אין פאליטיק. מען קען נישט רופען איינער יא און איינער נישט מען דארף איינליידענען ביידע באבובער רבי'ס. אבער אויף די צוויטע תנאי וועלען זיי מסכים זיין נישט צי שרייבען באבוב אויף די קול קורא אויב רב"צ וועט אינטער שרייבען. האט ער געזאגט מ'וועט עס איבער טראכטען.

דערנאך זענען די עסקנים געגאנגען צו אדמור רמ"ד מבאבוב אין ער האט זיי אויף גענומען בכבוד גדול אין ווען זיי האבען געבעטען ער זאל אינטער חתמנ'ן האט ער געזאגט אז ער איז גרייט צי העלפען וואס ער קען טוהן למען להצלת כלל ישראל אין גראד געגעבען זיין חתימה אן קיין תנאים וכו...

די רבנים פון איחוד געזעהן אז די טיקעטס פארקויפן זיך נישט גענוג אין מקען נישט אנפילען סיטי פיעלד אפילו מיט געבען בחינם טיקעטס פאר אלע ישיבות איבער ניו יארק. האבען זיי מחליט געוועהן אז מען דארף ברענגען ביידע סאטמאר צום אסיפה אזוי וועט מען האבען אסאך פלייש אין אנפילען די סיעטס. זענען די רבנים פון איחוד קהילות (אדמור מסקולען אדמור מוויען רב סאלאמון רב קוטלער) אראפ געפארען צי קרית יואל צי מהר"א מ'סאטמאר צי באקומען א חתומה אויפן קול קורא אין ער זאל שוקען זיינע חסידים צום כינוס
מהר"א האט זיך געטענעט מיט זיי אין געמאכט פון די רבנים לצינות אין געהייסען רופען חב"ד צום כינוס טאמער נישט גייט ער נישט בעצם האט עם געבאדערט מי בראש וכו..

די רבנים האבען געזעהן מען קען עם נישט איבער רעדען האבען זיי מחליט געוועהן צי גיין צום צד שני אין געגאנגען אויף א באזוך צי מהרז"ל מ'סאטמאר אין וומסבג קודם זענען געוועהן אדמורים מסקולען אין וויען אין שפעטער באנאכט איז געוועהן די ר"י רב קוטלער אין רב סאלאמון אין מהאט דן געוועהן מיט אפאר תנאים אז די כינוס דארף זיין כשיטת סאטמאר מיט קנאיות אין ציונית וכו.. אין מהרז"ל האט מסכים געוועהן האט ער ארויס געגבען א אייגענע
קול קורא מיט בד"ץ סאטמאר. אין באלד דערנאך האבען טיקעטס אנגעהויבען זיך צי פארקויפען ווי וואסער...

א טאג שפעטער האבען די רבנים מחליט געוועהן מען גייט אריבער גיין אויף א באזוך צי אדמו"ר רב"צ מ'באבוב אין עם איבער רעדען צי חתמנ'ן די קול קורא אין משתתף זיין ביים כינוס. די עסקנים זענען אריבער געגאנגען די 48 מאכען אן אפוינטמענט ביים רב האט רב"צ זיי געזאגט ער האט זיך בארעכענט ער גייט נישט געבען קיין חתימה אין ער קומט נישט צום כינוס. האבען זיי געפרעגט פארוואס??
האט רב"צ געזאגט "איך וויל נישט זיצען ביי סקולענער רבי'ס הכתרה 4 שעה"...
אין אפאר שעה שפעטער האט רב"צ געהויבען פוס אין אנטלאפען קיין מאנסי ווייל ער האט נישט געוואלט אז די סקולענער רבי אין רב סאלאמון האבען זאלען קומען אויף א באזוך. ער איז געבליבען אין מאנסי א גאנצע וואך אין געבליבען אויף שבת אין צירוק געקומען קיין בארא פארק אויף ל"ג בעומר. ביז דעמעלסט האט ער זיך באהאלטען ווי א גנב ביי בראכפעלד'ס הוז אין מאנסי...

אין אנהייב האבען די איחוד עסקנים געמיינט אז סע איז נאך דא מיט וועם צי רעדן אין 48 אין פראבירט די מערסטע
וואס זיי קענען צי ברענגען ביידע באבוב'ס צום טיש אין זיי האבען ארויס געגבען די ערשטע קול קורא מיט חתימה'ס פון אלע רבנים ואדמורים נאר זייער נעמען אליינס אין נישט געשריבען אינטער דעם וועלעכער חסידות כדי נישט צי שרייבען "באבוב" אין אזוי וועט רב"צ געבען זיין חתימה. אבער נאך וואס זיי האבען געזעהן ווי רב"צ שפילט זיך ארום מיט זיי האבען זיי געזעהן אז סע איז נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש אין ארויס געגעבען א צווייטע קול קורא מיט די נעמען פון אלע אדמורים אין ביי רמ"ד האבען זיי געשריבען אדמור מ'באבוב אין ביי חיים יענקל דומ"ץ באבוב.
אין סהאט אויס געזעהן ווי חיים יענקל איז גאר דעם דיין ביי רמ"ד אין בית המדרש....

דא איז די ערשטע קול קורא אן די נאמען "באבוב"

קול קורא - ארה''ב



דא איז די צוויטע קול קורא מיט נאמען "באבוב" געדריקט אין הצלת הדורות צייטונג






די אנשי ביתו פון רב"צ זענען אריין אין א כעס אין מחליט געווהען אז מגייט קעמפען איחוד קהילות עד הסוף!
דערנאך זענען זיי געוואר געווארען אז איחוד הקילות האט געדריקט א צייטונג "הצלת הדורות" אין געשריבען אין דעם דברות קודש פון אדמור מבאבוב (רמ"ד) וואס ער האט געזאגט פאר די עסקנים פאר איחוד קהילות בנגוע די
כינוס כלל ישראל אין אויף אריין געלייגט די קול קורא מיטן נאמען באבוב אינטער רמ"ד חתימה.


דא איז א ווידיא פון די דברות קודש

 


די אנשי רב"צ האבען גערופען נחמיה גאטליב פון איחוד קהילות אין עם געסטראשט מיט שווערע טעראר אז די צייטונג טאר נישט ווערען ארויס געשיקט אויפן פאוסט ווייל חסידי 48 זאלען נישט זעהן אזא טריפה צייטונג...
נאך שווערער פרעשור האט גאטליב מחליט געוועהן די צייטונג נישט ארוס צי שוקען אויך פאוסט. די עסקנים פון איחוד קהילות האבען גענומען דעם טראק פון צייטונגען אין פארשפרייט איבער גאנץ ניו יארק אין אלע בתי מדרשים דאס איז געוועהן נאך א נידערלאגע פון צד 48 אז זייער טעראר איז נישט געלאנגען.

עס איז ארום געגאנגען א ווערטעל אז קודם האט רב"צ נישט געוואלט גיין צום כינוס וויל ער וויל נישט גיין צים סקולענער'ס הכתרה. אבער נאך די צייטאנג איז ארויס געקומען וויל ער נישט גיין צי רמ"ד הכתרה...


דא איז א קאפי פון די בלעטעל וועגען באבוב קהילה אין די הצלת הדורות צייטונג


אקוציר אנשי רב"צ זענען אריין און א פאנוק מאוד זיי זענען געווארען ווילד ווי א פארסאמטע מייז
האבען זיך די חכמים ונבונים כת ש"צ גימפל ועוד געזעצט א מיטינג וואס גייט מען טוהן מסדר צי זיין איחוד הקהילות
האבען זיי מחליט געוועהן אז זיי גייען איבער שפילען זייער טאקטיק פון 7 יאר צירוק ווען זיי האבען ארויס געשוקט א פאוסט קארד פאר גאנץ בארא פארק פון בית המדרש החדש קארטשין... אין זיי האבען שנעל גערופען ינער דרוקער אין געלאזט דריקען פאשקאווילען פאוסט קארדס פאר גאנץ בארא פארק מיט די לעטער העד פון איחוד קהילות א אנשאדילגונג בריוו פאר זיך אריין מישען אין באבוב מחלוקה אין שרייבען באבוב אויפן קול קורא...

אויך האבען זיי גערופען "לוח הציבור" אין אריין געלייגט א עד (AD) פון איחוד הקהילות דעם פאשקאוויל
אבער אזוי ווי לוח הציבור האט באקומען דעם אימעיל פון די עד האט עס זיי באלד נישט געשמעקט אין זיי האבען אנגעהויבען חושד צי זיין עס איז אזא שטיקעל פון די זלונים האבען געמאכט די וואך מיט ארונים אין אריין געלייגט א עד אין די צייטונג פון די נייע "אינדיג'ס בעקעריי"... בחינם "קוקוש קעיק"....
עיין כאן: http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2959303
האט לוח הציבור גערופן די אפיס פון איחוד קהילות אין געפרעגט צי זיי האבען אריין געלייגט די עד?
האבען זיי געזאגט ניין אין מזאל עס בשום פנים אויפן נישט אריין דרוקען!!

דא איז די קאץ ארויס פון זאק אין מען איז געוואר געווארען די שטיק פון צד 48 איז איחוד קהילות גראד געלאזט מעלדן פאר צד 45 וואס דא איז פארגעקומען אין אזוי האט מען גראד פארשפרייט פרייטאג איבעראל וואס עס איז געשעהן אין אזוי שבת ווען עס איז אנגעקומען די פאוסט קארד האט יעדער גראד געוויסט אז עס איז א פאשקאוויל
אויך האט 48 נישט געכאפט ביי די אדרעס פון פאוסט קארד האבען זיי געשריבען די אדרעס פון זייער אפיס 42x13 נישט וויסענדיג אז אלע מעילינג פון איחוד הקהילות קומט פון א אדרעס פון לעיקוואד ווי זייער הויפט אפיס איז...

די עולם אין 48 זענען זייער אנגעווייטוגט פון די גאנצע פרשה פונקט ווי די ארונים אין שבת ביי שלש סעודת איז שוין געוועהן למכה מצרים בבכוריהם נאך וואס אנשי 48 האבען באקומען שבת נאכמיטוג די פאוסט קארד אין די מעיל זענען אפאר מענטשען געווארען אויפגערעגט אין געשריגען אז די גבאים פון רב"צ גייען מיטן קאפ אריין אין וואנט!!!

דא קען מען זעהן די פאשקאוויל פאוסט קארד צד 48 האט געשוקט אין פאוסט אין נאמען פון איחוד הקהילות





אנשטאטס פארעכטען זייער טעות גראבען זיי זייער גרוב טופער אין טופער "בור כרה ויכפריהו" מען מאכט פון די קהילה די שטאטס נער מען ווייזט פאר די גאנצע וועלט ווי שטארק עס טיט וויי די קול קורא. אין באבוב 48 בלייבט א פורש מן הציבור אויסגעשלאסען פון כלל ישראל. זיי פרעגען למה נגרע? פארוואס קענען נישט אנשי 48 זיין אויך א חלק פון כלל ישראל  אין פון די אנדערע זייט צד 45 איז גאר פון די חלק כלל ישראל אין רמ"ד וועט זיצען מיט אלע גדולי ישראל ביים כינוס אויפן אויבן אן צענטער.

עס איז ארום גאנגען א ווערטעל אז פון היינט אין ווייטער ווען איינער פרעגט איינער וועלעכער באבוב ביזסטו?
וועט מען עם ענטפערען פון כלל ישראל...

עס איז דא א שמועה אז נאך די פסק בית דין וועט ארויסקומען אין צד 48 וועט פארלירען די דין תורה אין די נאמען באבוב וועלען זיי ארום שוקען א פאוסט קארד צי קאנץ בארא פארק מיט די לעטער העד פון בי"ד: אז די פסק האבען זיי נישט ארויס געגעבען אין זיי אנשאלדיגן זיך....

היינט האט צד 48 געלאזט קלאר שטעלען זייער מיינונג איבער די כינוס אין געמאלדען אז סדר הישיבה וועט אנגיין כרגיל קיינער טאר נישט פעלען פון מתיבתה אין כולל איז ביז 6 אין אויב איינער וועט פעילען וועט ער נישט ווערען באצאלט שמירת הזמנים...

איינער איז געגאנגען פרעגען רב"צ פארוואס קען נישט די כולל זיין אפציעל פארמאכט היינט אין די עולם זאל גיין צום כינוס די דיין חיים יענקל האט דאך אינטער געשרבען די קול קורא מ'זאל גיין?
האט רב"צ געענפערט דיי דיין האט נאר אינטער געשריבען "מפני דרכו שלום"!



דא איז די פאוסט קארד 48 האט בטועת געשריבען די אדרעס פון אפיס 42x13 אין נישט לעיקוואד אפיס...







תוקן על ידי רב_יונה ב- 20/05/2012 15:24:13




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 15:34 לינק ישיר 

רבי יונה, אהרן טייטלבוים איז פונקט אזא בעבי ווי בנציון האלבערשטאם..
און טאקע קוקן זיי ביידע אויס דער זעלבע לוזער'ס אלעמאל....

זיי נישט קיין תולה קללתו באחרים, ווייל קודם פארעכט דיין רבי'נס פראבלעמען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 17:25 לינק ישיר 

יישר כח "רב יונה" (דאכט זיך אז ער האט נישט קיין שייכות מיט "רבי יונה") זייער אינפארמאטיוו און באלערנט.

אויב עס איז אמת, ווייזט דאס שטארק אויף די נידריגקייט פון אונזער דור, ווי בעד שאלת מי בראש איז מען גרייט צו אונטערהאקן עסקנים וואס מיינען לשם שמים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 22:57 לינק ישיר 
גילו דעת פון איחוד הקהילות





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 02:24 לינק ישיר 

דאס האט רב"צ נישט געקענט ציקוקען ווי רמ"ד מבאבוב זיצט אויפן אויבען נאן אויפן רעכטען זייט פון הרה"ק מסקולען שליט"א. בשעת די דברות קודש פון סקולען פאר 25 מינוט האבען אנשי 48 געדארפט צימאכען די אויגען נישט קוקען אויף די סקרינס...

The Skulener Rebbe



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 13:29 לינק ישיר 

פרייטאג זענען צוויי בחורים פון מתיבתא אין 48 געגאנגען צום אפיס פון איחוד הקהילות אין געבעטען טיקעטס צי פארקויפען פאר די 48 בחורים וואס ווילען גיין אין נישט בלייבען ווי לוזערס אינדערהיים...
איחוד האט זיי געזאגט זייער שיין אז ענק וועקען זיך יעצט אויף צי גיין... אבער קיין טיקעטס צי סיטי פיעלד איז שוין גארנישט געבליבען ווען ענקער רבי שטעלט זיך צי ווי אלע רביס וואלטען 48 באקומען א סעקשען ווי אלע קהילות אין כלל ישראל אבער היות ענק האבען געשפילט געיםס איז נאר דא צי ארטער אש סטעדיאם. אין למעשה די אנשי 48 וואס האבען עובר געווען אין געגאנגען זענען געזעצען מפוזר ומפורד בין העמים צישפרייט איבעראל.
אנשי 45 זענען געזעצען ציזאמען באחדות באגודה אחת אין סעקשען 106 נאך סקווער אין וויזניץ סעקשען.

בלית ברירה האבען זיי גענומען וואס מ'געבט זיי ווי איידער בלייבען אינדערהיים ווי ארונים אין וואטשען די כינוס כלל ישראל לייוו אויף די אינטער-נעט... פרייטאג פארמיטוג האבען זיי אויס פארקויפט ווי וואסער אלע 100 טיקעטס אין מתיבתא. די הנהלה איז געוואר געווארען דערפון אין זיי זענען געווארען זייער בייז!
זיי האבען געסראשעט די 2 בחורים אז זיי וועלען פליען פון מתיבתא פאר די חוצפה פון פארקויפען טיקעטס צי אזא טמאנע סטעדיאם צי א אסיפת שמד רח"ל...

אין 48 איז ארום געגאנגען א ווערטעל אז די ראש ישיבה האט געוואלט ארויס ווארפען די 2 בחורים פארן פארקויפען די טיקעטס צום סטעדיאם האט ער זיי אריין גערופען אין אפיס אין אנגעשריגען!!! האבען די בחורים געזאגט אז די טיקעטס זענען פאר מאנטיג צי די METS GAME האט די ר"י זיי איבער געבעטען אז זיי קענען בלייבן אין ישיבה... 

אקוציר די גבאים פון רב"צ זענען געוואר געווארען דעפון שבת אין זיי האבען געשומפט אין ג'כעסט אויף די מעשה אין מוצאי שבת האבען זיי געמאכט אן מיטינג ביי רב"צ הויז מיט די ר"י ברוך אברהם הורוביץ אין זיי האבען עם קלאר געמאכט אז קיין שום בחור טאר נישט גיין!!
אומר ועושה צום באפעל זונטאג האט די ראש ישיבה ברוך אברהם הורוביץ גערופען א גענעראל פארזאמלינגאין מתיבתה אין געהאלטען א שטרענגע דרשה ברבים אין ער האט געזאגט "קיין איין בחור טאר נישט פעלען סדר הישיבה זונטאג קיינער טאר נישט גיין צים כינוס כלל ישראל נישט אין סיטי פעילד נישט אין ארטער אש סטעדיאם השמר והזהר אין אונשין אלא עם כן מזהירין אויב א בחור וועט זיך דערוואגען צי גיין וועט מען עם ארויס ווארפען פון ישיבה אויף אייביג! דאס איז די פקידת קודש פון כ"ק אדמור שליט"א רב"צ מבאבוב אין מען טאר נישט פרעגען קיין קשיות". עכ"ל


דער זעלבער ראש ישיבה וואס האט ג'אסרט צי גיין ער גאר אליינס האט זיך משתתף געוועהן אין סיטי פעילד ממש סעלפיש איך יא אבער די נישט דא איז א בילד פון די ר"י ביים כינוס די ערשטע איופן רעכטע זייט:




עס איז געווארען א איבער קערעניש אין מתיבתה אלע בחורים האבען געוואלט צירוק זייער געלט פאר די טיקעטס...
אבער די געלט איז שוין געוועהן דעליווערט צי איחוד הקהילות אפיס איוף פריייטאג אין סע שוין געוועהן צי שפעיט די אפיס איז פארמאכט די עולם פארט שוין קיין קווינס. וואס טיט מען דא?? כסף מנלן???
צירוק גייט א קאזע... די געלט באקומען זיי נישט צירוק. האבען זיי פארקויפט א נייע ספין אז איחוד האט גערופען 48 זונטאג אין אנשילדוגט אויף די קול קורא אין גע'אופערט פאר 48 א טויזענט טיקעטס ציום כינוס וואס זיי האבען אוועק געלייגט פאר זיי אויב זיי ווילען נאך קומען ציום אסיפה אין איחוד האט מודיע געוועהען אז זיי האבען ארויס געשיקט פאוסט קארדס פאר גאנץ בארא פארק... ווען די פאקט איז איחוד עסקנים זענען זייער בייז אויף דיפאשקאווילען וואס 48 האט ארויס געשיקט אין זיי געבען איבער אז מ'קוקט אויף די פאוסט קאדס איז עס געשוקט מיט פאסטעל קאוד 924 דאס איז נישט די קאוד וואס אלע איחוד מעיל קומט זיי ניצען גאר א אנדערע קאוד נאמבער. די 924 קאוד איז די זעלבער קאוד וואס 48 האט געניצט 7 יאר צירוק ווען זיי האבען ארויס געשוקט קארטשין פאוסט קארדס פאר גאנץ בארא פארק. הזייוף הגדול... 

מאנטאג האבען די בחורים אין מתיבתא געזאגט: יעצט פארשטייט מען שוין די 
פקידת קודש פון אדמור רב"צ ער האט געהאט גאר א ווייטער בליק ער האט נישט געוואלט די בחורים זאלען נכשל ווערען זעהן אדמור רמ"ד אויף די סקרינס 25 מינוט בשעת האדמור מסקולען האט גערעדט... 

  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 17:23 לינק ישיר 

Nebech. The 2 losser rabas r'm"d and r'z"l got very ecsited forbthe kinus so ppl will see they are also rabas..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 18:45 לינק ישיר 

גערעכט טאקע. די געווינער זענען ר' אהרן טייטלבוים מיט ר' בנציון האלבערשטאם וועלכע האבן געוויזן אז זיי זענען עכטע רבי'ס מיט בעבישע פאליטיקס, און כבוד שמים גייט זיי בכלל נישט אן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 18:50 לינק ישיר 

די כח הדמיון והשקר פין ר' מרדכי דוד'ס מענטשן דארף זיך גארנישט שעמען פין די זאליס
עס קאסט א שמייכל ביי די ליינער וואס זענען נישט פארטעמפט
באקען מעשיות איז היינט זייער א שוואכע געווער
היידפארק לאזט יעדן טייפן וואס מען וויל

עס בלייבט נאר איבער צו הערן די געבעקסן אין דברי בזיון קעגן מונקאטשער רבי, ראש ישיבה שערי יושר אין אלע אנדערע רבנים (ובתוכם די שענסטע פין די זאלי רבנים וואס האלטן זיך פאר נאנטע תלמידים צום רבין' ז''ל) וואס זענען נישט געגאנגען


תוקן על ידי היראים ב- 22/05/2012 19:38:22





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2012 18:55 לינק ישיר 

בלייבט נאר איבער צו הערן א ליסטע פון "אלע אנדערע רבנים" וואס זענען נישט געגאנגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 22:10 לינק ישיר 

Meila r'm"d the whole reason he was supporting the kinus strongly was only so people should know that he is bobov too..... But after all he was supporting a good thing and didn't do anything wrong, but r'z"l was ready to throw away the satmar shita to show the world that he's also satmar raba. A bisha and charpa



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2012 12:54 לינק ישיר 


הרה"ח מו"ה ב.צ. וואלצער שליט"א פין באבוו איז געשטאנען אין פראטעסטירט ציזאמען מיט די מכשיפה דעברה פעלדמאן וועלעכער האט ארויס געגעבען א בוך פול מיט אפיקורסיס נאיוף אין מינות קעגען אידישקייט אין די צוויי זענען אינדרויסען פון סיטי פעילד געשטאנען אין פראטעסטירט בשליחות נח"ש ראזענבערג קעגען די מעמוד הצלת הדורות כינוס כלל ישראל 


 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2012 16:57 לינק ישיר 

Slonimer, I feel your pain, double pain..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2012 18:51 לינק ישיר 

פון וועלעכער  באבוב איז ער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > באבוב 48 שיקט פאשקאווילען קעגען איחוד הקהילות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext