| נשלח ב-21/5/2012 00:45 |
|
| |
ויהי ממחרת
עס איז מאנטאג אינדערפריע, מ'האלט שוין נאכן כינוס, מ'האט שוין תהילים געזאגט אויף הרב אלישיב, מ'האט שוין בארומט הרב שטיינמאן, מ'האט שוין געהערט דברות קודש מאת הגה"צ לוחם מלחמת ה' צדיק וישר החסיד המרומם מזקני תלמידי רבינו ז"ל נאך פון קראלע פסח קראהן שליט"א, מ'האט שוין זיך צוזאמגעזעצט מיט מזרחי און אגודה און אוודאי די ערליכע אידן פון פייוו טאונס, מ'האט זיך שוין צוזאמגעזעצט מיט די מחללי שבתות בפרהסיה אין ווילי (די עירוב טראגער), מ'האט שוין אנגעלערנט דעם אהרנ'ן, מ'איז שוין געווארן די נועם המידות, מ'האט זיך שוין צוקריגט מיט די אייגענע מחותנים און דיינים, מ'האט זיך שוין באזכיעט, מ'האט שוין געראטעוועט מוסדות חסד לאברהם, מ'האט שוין געגעבן פאר 13 יעריגע בחורים טיקעטס וועלכע האט בילדער פון נשים נוכריות אויף די צווייטע זייט מיט א קיופאן פאר ווידיאס און געימס, מ'האט שוין געהערט די דרשות אויף אלע 70 שפראכן, ר מאטאלע האט זיך שוין פאטאגראפירט, דער עולם איז שוין אנציקט געווארן פון די ריזיגע אדווערטייזמענטס פון קהילה הקדושה באדווייזער און מוסדות הקדושים פאקס ניוז, אינגלעך מיט ישיבה קטנה בחורים האבן שוין פינטקלעך געהערט וואס מ'טאר נישט טוהן בפירוט הדיק היטב, שוין באליידיגט אלע רבי'לעך אאון ראשי הישיבות וועלכע זענען נישט געזין אינעם סאמע אויבן אן ווי די טעלעוויזיע האט א גוטן בליק, און יעדער ווייסט שוין באמת אז הגז"ל איז דער סאטמארע רבי אין די גאנצע וועלט.
וואס איז יעצט? מ'האלט שוין א טאג שפעטער, ממש אן עולם הפוך ראיתי. דער עולם האט געמאכט א גרויסע מדורת אש און מער נישט דא קיין טעלעפאנען, די עולם דרייט זיך מיט טייפרייטערס אין טאש, די ביזנעס לייט וועלכע האבן קוראדש האבן א ביפער. עי.טי. ענד טי. האט אריינגעשטעלט די פאבליק טעלעפאנען אין יעדע ווינקעל פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, פלעטבוש, פייוו טאונס, ועוד. די בענק קראכן נישט קענען נאכקומען די פארלאנג פון קוואדערס. די טעלעגראמען קאמפעניס זענען צוריק אין ביזנעס, מר. צוקערבערג האט זיך גע'גט מחמת עגמת נפש, גוגל האט זיך פארמאכט, דער עולם קויפט די גרויסע באקס קאמפיוטערס צוריק מיט די שווארץ און ווייסע סקרינס, דער עולם שיקט מעסעדשעס מיט פייגלעך, ועד כלל ישראל ערלויבט צו ניצן נאר כשר'ע פייגלעך, און נעבעך נאר די אפגעריסענע ארוינים האבן אזא מין כלי וואס הייסט טעלעפאן און א קאפיוטער, או ןב"ה כי לא השבית לנו גואל, און דער אייבערשטער האט אונז געפירט אזא מנהיג אמת ווי הגה"צ אדמו"ר מזענטא שליט"א, ואחיו הקטן הגז"ל שליט"א.
כי לך טוב להודות
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 01:00 |
|
| |
ריפל, דו ריפלסט ארויס פון דער נאזס לעכער... אפאר וואכן צוריק האסטו געשריגן אז דו פארשטייסט נישט פארוואס מ'טאר נישט גיין געדענק וואס דו האסט געשריבן אין פורום כל העולם כולו, איבער דער החלטה פון דיין רעבארען יעצט ווייזטו קלאר ארויס דיין ווייטאג אינאיינעם מיט דיין נארישע טיפשות שאין כדוגמתו...
keap on ווייז וואספארא שוטים דיין רעבארען האט
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 01:01 |
|
| |
| ריפל כתב: |  | מר. צוקערבערג האט זיך גע'גט מחמת עגמת נפש,
|
|
דא האב איך אויפגעגעבן! אזא יונגערמאן ווי צוקערבערג זאל דערלייגן שלום בית? ווי האט מען דערפון נישט געקלערט גלייך פון אנהייב.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 01:22 |
|
| |
א דערמאנונג צו מיינע ברודער זלוינים: אזוי ווי איך בין זיכער אז נאכן כינוס וועסטו מער נישט ארויפקומען דא אויפן אינטערנעט, דעריבער קוק איבער דיין לעצטע תגובה, ווייל אזוי וועט מען דיר געדענקן. מאך זיכער אז עס איז לפי כבודך ורצונך אז דיין זכרון וועט אזוי זיין, ווען איך וועל ווייזן פאר מיינע אייניקלעך אז אזוי האט אויסגעזעהן ביז יאר תשע"ב ווען א זאלי האט נאך געשריבן אויף אינטערנעט. זכר לאינטרנט כזלי, כן עשה חסיד מהרז"ל שהיה רוצה לכתוב נגד הרב אהרן טייטלבוים, היה מתיישב על כסאו ומדליק את מחשבתו, וכותב דברים ללא טעם ורוח, והיה כורך שטותים בשקרים ואוכלם כדי לקבל פרס בהסיבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 07:06 |
|
| |
קראך אוועק ריפל מיט דיינע חבירים
אלעס איז דורך ווי געפלאנט ב"ה דורך די ערליכע עסקנים בפקודת כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 07:08 |
|
| |
איז די ענגלישע דרשות געווען געפלאנט?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 07:10 |
|
| |
איז די באדווייזער און פאקס ניוז געווען געפלאנט?
און תכלית, וואס איז יעצט אנדערש פון 8 שעה צוריק פארן וואוסן אז הגז"ל האט אן אהבה מסתרת פאר באדווייזער?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 07:18 |
|
| |
ס'האט מיר אויסגעקוקט אז די האק אפ איז שוין געווען מיטן פילטער.. ס'האט דאך אזאנס געזייגט..
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 17:19 |
|
| |
| ריפל כתב: |  | עס איז מאנטאג אינדערפריע, מ'האלט שוין נאכן כינוס, מ'האט שוין תהילים געזאגט אויף הרב אלישיב, מ'האט שוין בארומט הרב שטיינמאן, מ'האט שוין געהערט דברות קודש מאת הגה"צ לוחם מלחמת ה' צדיק וישר החסיד המרומם מזקני תלמידי רבינו ז"ל נאך פון קראלע פסח קראהן שליט"א, מ'האט שוין זיך צוזאמגעזעצט מיט מזרחי און אגודה און אוודאי די ערליכע אידן פון פייוו טאונס, מ'האט זיך שוין צוזאמגעזעצט מיט די מחללי שבתות בפרהסיה אין ווילי (די עירוב טראגער), מ'האט שוין אנגעלערנט דעם אהרנ'ן, מ'איז שוין געווארן די נועם המידות, מ'האט זיך שוין צוקריגט מיט די אייגענע מחותנים און דיינים, מ'האט זיך שוין באזכיעט, מ'האט שוין געראטעוועט מוסדות חסד לאברהם, מ'האט שוין געגעבן פאר 13 יעריגע בחורים טיקעטס וועלכע האט בילדער פון נשים נוכריות אויף די צווייטע זייט מיט א קיופאן פאר ווידיאס און געימס, מ'האט שוין געהערט די דרשות אויף אלע 70 שפראכן, ר מאטאלע האט זיך שוין פאטאגראפירט, דער עולם איז שוין אנציקט געווארן פון די ריזיגע אדווערטייזמענטס פון קהילה הקדושה באדווייזער און מוסדות הקדושים פאקס ניוז, אינגלעך מיט ישיבה קטנה בחורים האבן שוין פינטקלעך געהערט וואס מ'טאר נישט טוהן בפירוט הדיק היטב, שוין באליידיגט אלע רבי'לעך אאון ראשי הישיבות וועלכע זענען נישט געזין אינעם סאמע אויבן אן ווי די טעלעוויזיע האט א גוטן בליק, און יעדער ווייסט שוין באמת אז הגז"ל איז דער סאטמארע רבי אין די גאנצע וועלט.
וואס איז יעצט? מ'האלט שוין א טאג שפעטער, ממש אן עולם הפוך ראיתי. דער עולם האט געמאכט א גרויסע מדורת אש און מער נישט דא קיין טעלעפאנען, די עולם דרייט זיך מיט טייפרייטערס אין טאש, די ביזנעס לייט וועלכע האבן קוראדש האבן א ביפער. עי.טי. ענד טי. האט אריינגעשטעלט די פאבליק טעלעפאנען אין יעדע ווינקעל פון וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואד, פלעטבוש, פייוו טאונס, ועוד. די בענק קראכן נישט קענען נאכקומען די פארלאנג פון קוואדערס. די טעלעגראמען קאמפעניס זענען צוריק אין ביזנעס, מר. צוקערבערג האט זיך גע'גט מחמת עגמת נפש, גוגל האט זיך פארמאכט, דער עולם קויפט די גרויסע באקס קאמפיוטערס צוריק מיט די שווארץ און ווייסע סקרינס, דער עולם שיקט מעסעדשעס מיט פייגלעך, ועד כלל ישראל ערלויבט צו ניצן נאר כשר'ע פייגלעך, און נעבעך נאר די אפגעריסענע ארוינים האבן אזא מין כלי וואס הייסט טעלעפאן און א קאפיוטער, או ןב"ה כי לא השבית לנו גואל, און דער אייבערשטער האט אונז געפירט אזא מנהיג אמת ווי הגה"צ אדמו"ר מזענטא שליט"א, ואחיו הקטן הגז"ל שליט"א.
כי לך טוב להודות
|
|
אוי ריפעלע דעקעלע איך האף אז דו האסט גענומען דיינע פילן ווייל עס קוקט אויס ווי דו האלסט פאר א צוזאמענבראך רח''ל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 18:55 |
|
| |
ריפל, יישר כח פאר דיין אנגעווייטיגטע תגובה, מ'זעהט וויאוזי ענק האבען נעבעך געוואלט אז ס'זאל אויסזעהן, כדי ענק צו מאכען שפירען אבעסעל בעסער נאך ענקער מיאוסען דורעכפאל, וואס ענק זענען געבליבען אויסגעשפילט פון אלע עהרליכע יודען, ענק האבען זיך געשטעלט אויף איין טיקעט צוזאמען מיט נחום רז"ב און אלטער משה, און נאך וואס ענק זעעהן די מעכטיגע הצלחה פון נעכטען, די עהרליכע מהלך ווי ס'האט זיך געפירט, פונקט ווי דער רועה נאמן מרן רבינו שליט"א האט זיך אויסגענומען מיט די עסקנים פון די מעמד, דאס מאכט דיך נאך מער פלאצען, ענק האבען געהאפט פאר עפעס א דורעכפאל, אבער לדאבונכם, ולשמחת לב כל ישראל איז אלעס געגאנגען מיט א מוראדיגע הצלחה למעלה מן המשוער פון אלע זייטען!
דיין תגובה רעדט פאר זיך, איך קען נאר צולייגען "איי פיל יאר פעין"!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 18:58 |
|
| |
| גינגריטש כתב: |  | ריפל, יישר כח פאר דיין אנגעווייטיגטע תגובה, מ'זעהט וויאוזי ענק האבען נעבעך געוואלט אז ס'זאל אויסזעהן, כדי ענק צו מאכען שפירען אבעסעל בעסער נאך ענקער מיאוסען דורעכפאל, וואס ענק זענען געבליבען אויסגעשפילט פון אלע עהרליכע יודען, ענק האבען זיך געשטעלט אויף איין טיקעט צוזאמען מיט נחום רז"ב און אלטער משה, און נאך וואס ענק זעעהן די מעכטיגע הצלחה פון נעכטען, די עהרליכע מהלך ווי ס'האט זיך געפירט, פונקט ווי דער רועה נאמן מרן רבינו שליט"א האט זיך אויסגענומען מיט די עסקנים פון די מעמד, דאס מאכט דיך נאך מער פלאצען, ענק האבען געהאפט פאר עפעס א דורעכפאל, אבער לדאבונכם, ולשמחת לב כל ישראל איז אלעס געגאנגען מיט א מוראדיגע הצלחה למעלה מן המשוער פון אלע זייטען!
דיין תגובה רעדט פאר זיך, איך קען נאר צולייגען "איי פיל יאר פעין"! |
|
איך האלט אז ביים סיום הש"ס וועט זיין מער מענטשן. און די וואס וועלן נישט גיין, וועלן זיין "נאך מער" אויסגעשפילט.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 19:13 |
|
| |
ועל כגון דא נאמר "ווער ס'פארשטייט פארשטייט..."
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2012 19:26 |
|
| |
לאנצוט, לויט דיין רבין מעגסטו שוין גיין צם דף היומי און ארויך צו די בחירות!
|
|
|
|
|