בית פורומים אידישע געדאנק

רא"ט חזר'ט איבער ר' מתתי' סאלאמאן'ס דרשה ביים יט"ל דינער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/5/2012 07:48 לינק ישיר 
רא"ט חזר'ט איבער ר' מתתי' סאלאמאן'ס דרשה ביים יט"ל דינער

היינט איז פארגעקומען א דינער פאר די אהרונישע מוסדות אין ארץ ישראל, די אהרונים האבן געשפירט אז זייער ציבור איז שרעקליך דעפרעסט זייט די קעמפס מיטן כינוס כלל ישראל אינאיינעם, האבן זיי אנגעדרייט די קעלבער אז מ'גייט רעדן דברים העומדים על הפרק. ‎​
 
די גרויסע אהרונים האבן שוין געוויסט צו דערציילן אז ס'קומט א דרשה פון זייער מנהיג וואס די וועלט האט נאכנישט געהערט. זיי האבן פארשפראכן אז דאס גייט זיי זאט מאכן ביז נעקסטע יאר זומער, און אז זיי דארפן מער נישט ווארטן ביז דאנערשטאג אז שמואל ווידער זאל זיי פעמפערן, נאר ר' אהרן זעלבסט גייט מאכן דעם דזשאב. ‎​
 
למעשה האט ער זיי ביטער אויסגעשפילט, און פון דברים העומדים על הפרק איז געווארן סתם א רעדע נאכגעזאגט פון רב סאלאמאן'ס דרשה וועגן גיוס בני הישיבות...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 19:22 לינק ישיר 

אזוי? רבי אהרן האט נאכגעזאגט סאלאמאן'ס דרשה? נישט מער און נישט ווייניגער, רא"ט חזר'ט איבער ר' מתתי' סאלאמאן'ס דרשה ביים יט"ל דינער   רבי אהרן האט אויך נישט געטראפן קיין גרעסערן פראבלעם אין צה''ל ווי ביטול תורה? נעבעך נעבעך, נאך אנברענגען שעות ארוכות מיט ביטול תורה אויפן גרעסטן מאס, יונגע 13 יעריגע בחורים'לעך אוועק געשלעפט פון די גמרא'ס זיי געפענט די אויגן, מיט שיינע גרויסע פלאקאטן LETS GO METZ און נאך אנדערע תמונות תועבה, האבן זיי -כדי צופרידן שטעלן די פאר קנאים- מוחה געווען אויף דעם טרפה'נעם צה''ל, און מיט וואס? מיט ביטול תורה...,

און כדי צו פארענטפערן דעם מנעץ זיין א חרב חדה אין הייליגן ויואל משה, שרייען זיי אז כ''ק אדמו''ר מהר''א מסאטמאר שליט''א האט אויך געזאגט אקאראט די זעלבע ווי הרב סאלאמאן, געלעכטער, די ברענגסט א געלעכטער ביים ציבור, די האסט א פנים ווי יענער וואס קען נעבעך נישט זינגען און יעדער ניגון זעט ביי עם אויס אקאראט די זעלבע, רבי אהרן האט אראפ געלייגט די גזירה פון גיוס בני הישיבות בטוב טעם ודעת, ער האט ארויס געברענגט וואס צה''ל מיינט, די זימה וזוהמה וואס דארט גייט פאר, ער האט געהאקט אין טיש, (ענטשולדיגט! אין שטענדער) היתכן די וועלט איז שטיל, ארץ ישראל האט געדארפט נזדזע ווערן ת' פרסה על ת' פרסה, דאס איז א גזירת כלי' רח''ל אויף רבבות בני הישיבות, מען האט קלאר געקענט זען א חילוק פון א קנאי צו איינעם וואס איז נעבעך אנגעזאפט מיט ציונות,

איי,  איז דארט געווען א געלעגענהייט אויסצושרייען דאס וויי געשריי אקעגן די גזרה פון גיוס בני הישיבות וואס איז מיט קיין שמץ נישט קיין קלענערער אומגליק פון אינטערנעט, אדרבה ואדרבה, אבער דאס איז ציונות, און פון א ציוני קען מען נישט ערווארטן מער, און מיט די ציונים האט עטץ ענק מחבר געווען, מיינסט טאקע אז דער הייליגער דברי יואל וואלט אויך געזעצן אין סיטי פיעלד סטעדיום זיך צו הערן צו הרב סאלאמאן און וואקסמאן?, נאר צו טראכטן אזוי איז דער גרעסטער בזיון פארן הייליגן דברי יואל זי''ע, אבער היינט ביי די זאליס פאר אביסל פאליטיק איז אלעס מותר.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 20:01 לינק ישיר 

איך וועל דיך נישט ארויסנעמען פון דיינע אהרונישע פאנטאזיעס, אבער דאך רופט עס אויס א ברייט געלעכטער ביי שלומי אמוני ישראל ווען מ'ווייסט אז מ'שטייט יעצט אינמיטן א שווערע מערכה מיט די אינטערנעט וואס איז נוגע ללבו פון החרדים לדבר השם, און ר' אהרן האט נישט געטראפן עפעס וויכטיגער'ס צו רעדן וועגן גיוס בני הישיבות וואס איז בכלל נישט נוגע יעצט, ווייל סוכ"ס איז נאכנישט דא קיין שום גזירה צו פאקטיש שיקן בחורים אין מיליטער, בשעת ווען דער אינטערנעט פראבלעם שטייט און איז מכלה טובים ורעים יעדן איינציגסטן טאג!
 
און אז מ'רעדט שוין פון "אויפרודערן א וועלט", אפשר זאגסטו מיר וועכע וועלט מ'רודערט? חוץ בחדרי חרדים א קעפל נייעס אז אהרן האט גערעדט וועגן דעם ענין, דאכט זיך אז די "וועלט" רודערט נאך בכלל נישט. די וועלט רודערט אויף עפעס אנדערש, און דאס איז דער אונטערנעט. האט ר' אהרן אויף דעם עפעס צו זאגן?
 
אודאי איז דער גיוס בני הישיבות א גזירה וואס מ'וועט זיך מיט די צייט דארפן ספראווען, און הרב סאלאמאן האט דאס ערוווענט ביים כינוס אז מ'דארף די גזירה אפשרייען. טא וואס האט ר' אהרן גערעדט אנדערש פון סאלאמאן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 20:15 לינק ישיר 

הדא דכתיב, ווער עס פארשטייט, פארשטייט! און ווער עס פארשטייט נישט, וועט נישט פארשטיין!, טאקע ביי די שווערע ביטערע מערכה פון אינטערנעט איז געווען דאס פאסיגסטע פלאץ אויסצושרייען קבל הארץ ומלואה די ביטערע גזרה פון גיוס בני הישיבות, און מען האט דאס אזוי באגראבן אינטערן ראג, גערעדט דערפון פחות פחות מד' אמות, נאר אזוי יוצא צו זיין, די פארדרייטע זאליס פארשטייען אלץ פארקערט, ביי אינטערנעט דארף מען נישט קיין דרשות, מען דארף טון צו דערזאך, מאכן תקנות, און שטרענגע תקנות אזוי ווי ביי אונז, יעדער ווייסט אז אינטערנעט איז שעדליך, מען האט געהאפט פאר עפעס רעזאלטאטן, אבער מען איז אהיים געגאנגען כלעומת שבאו, מיט גארנישט אין די האנט, אבער ביי גיוס בני ישיבות וואס איז בכלל נישט בידינו, מיר קענען גארנישט טון דערצו, נאר שרייען און אויפרודערן די וועלט, איז דאך געווען די בעסטע געלעגענהייט אויסצושרייען דאס וויי געשריי, אקעגן די גזרה, אבער שא שטיל, מען טאר נישט וויי טון פאר די ציונים, זיי קענען נאך ברוגז ווערן אויפן נועם המידות, און די גאנצע האראוואניע וועט חלילה גיין לטמיון,  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 20:21 לינק ישיר 

אהא, הייסט מ'דארף ווארטן ביז די גזירה וועט שוין פאקטיש זיין אין קראפט צו קענען אנהייבן צו רעדן דערפון.. אויך נישט פארן ערהאלטן א פערזענליכן באשטעטוגונג פון געלעכטער....

א זייטיגע קשיא, אויב איז די פראבלעם פון גיוס בני ישיבות  בכלל נישט נוגע יעצט, וואס עפעס האט הרב סאלאמאן געפונען פאר ווייכטיג עס צו דערמאנען דוקא ביים כינוס פון די אינטערנעט, וואס דאס איז דער פראבלעם פונעם דור, און פארדעם איז מען צוזאמגעקומען?? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:04 לינק ישיר 

די קושיא פון מהר "א שרייט ביזן הימל


דא לויפט מען מאכן מחאות יעדן דריטן טאג

צוליב וואס איינער חלומט זיך אז ער זעהט עצמות און קברים

און מען דרייט ארום דעם ציבור און מען פארפירט פאר גארנישט



און ווען עס קומט צו א גזירה פון גיוס בני ישיבות

וואס ביז אייניגע וואכן דארף ארויסקומען די גזירה

און עס איז שא שטיל



וואס טראכטן יעצט די ראשי המדינה און די ועדה ?

אויב נישט אז זיי קענען טוהן וואס זיי ווילן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:17 לינק ישיר 

אישור, פארדריי ביטע נישט די שמועס צו קברים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:25 לינק ישיר 

פריש, פארדריי ביטע נישט דעם שמועס צו שמועס פארדרייעכטס..!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:26 לינק ישיר 

גערעכט




די קושיא פון מהר "א שרייט ביזן הימל

עס קומט א גזירה פון גיוס בני ישיבות

וואס ביז אייניגע וואכן דארף ארויסקומען די גזירה

און עס איז שא שטיל



וואס טראכטן יעצט די ראשי המדינה און די ועדה ?

אויב נישט אז זיי קענען טוהן וואס זיי ווילן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2012 13:05 לינק ישיר 



הסאטמרער: "רוצים לגייס רבבות למקום זוהמה"

האדמו"ר מסאטמר, מתייחס לוועדת פלסנר • בדינר לטובת מוסדותיו, הוא מתריע: "איך זה שגזירה קשה מרחפת על עם ישראל, וארץ ישראל לא מזדעזעת" • ההקלטה - בפנים

משה כהן, בחדרים חרדים 08:00 24/05/2012
הדפס שלח לחבר0

לצפייה בתמונות מוגדלות לחץ כאן

"גזירה נוראה מרחפת על הציבור החרדי", במילים הללו מתייחס לראשונה האדמו"ר מסאטמר, רבי אהרון טייטלבוים, לנושא ביטול חוק טל. 

בדינר השנתי לטובת מוסדות סאטמר בישראל בווילאמסבורג, התייחס האדמו"ר ל'גזירה האיומה על עם ישראל'. 

תחילה סיפר האדמו"ר שלפני כחמישים שנה הוא היה בביתו של דודו בעל ה'דברי יואל' מסאטמר, והאדמו"ר התאונן שיש בישראל שר החינוך שבידו לסגור ברגע את תלמודי התורה, יש שר הבריאות היכול ברגע אחד לצוות על ניתוחי כל המתים, ויש שר הבטחון שיכול ברגע לגייס את כל בחורי הישיבות. 

הוא אמר אז שעוד יגיע הזמן ששרי הציונים ירצו, ואזי נער לא יוכל ללמוד בתלמוד תורה, כל הבחורים יגוייסו ולאחר מותם כולם ינותחו. "במשך שנים רבות", אומר האדמו"ר טענו באוזניו, שהנה איש אינו מגייס בחורי ישיבות". 

אחר כך הסביר האדמו"ר מה בדיוק קורה עכשיו, וכיצד הוקמה ועדת חוק טל לפני חמש שנים: "היום יש ועדה חדשה שאת שמה איני זוכר", אמר, "קם מלך חדש שהתחדשו גזירותיו, והסעיף הראשון על סדר היום בוועדה הוא שצריך לגייס את בחורי ישיבות. הסעיף השני הינו שחמש מאות בחורים בשנה אינו מפיק וצריך אלף בחורים לשנה. זה אומר בעצם לגייס את כל בחורי הישיבות. יש 60 אלף יהודים חרדים לומדי תורה בלי עין הרע. ואת כולם רוצים לגייס לצבא", אמר. 

האדמו"ר שאל, "גזירה מרחפת על כל לומדי תורה ליטאים, ספרדים, אשכנזים. איני מבין איך זה שגזירה כה קשה מרחפת על עם ישראל, וארץ ישראל לא מזועזעת ת"ק פרסה על ת"ק פרסה. 

"חורבן הדת עקירת כל התורה כולה תלוי בבעלי הבחירה, מינים ואפיקורסים, מינים ופורקי עול, ללא שום זיקה ליהדות, שהם יחליטו. שנים רבות שלא איימה גזירה כה קשה על עם ישראל". 

"היודעים אתם מה פירושו", שאל האדמו"ר, "לקחת בחורים לצבא טמא, צבא טרף, אבי אבות הטומאה מלא זימה, מלא זוהמה, כגרועים שבאומות. זה צה"ל. 

"צריך להתפלל להקב"ה על אחינו בני ישראל. שהקב"ה ששמר על עם ישראל לאורך הגלות - ירחם על כלל ישראל"

 

 

 



http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41151  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רא"ט חזר'ט איבער ר' מתתי' סאלאמאן'ס דרשה ביים יט"ל דינער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext