בית פורומים אידישע געדאנק

סך הכל פון כנסי' לשם שמים "הצלת הדורות"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/5/2012 08:41 לינק ישיר 
סך הכל פון כנסי' לשם שמים "הצלת הדורות"

דער כינוס למעלה מששים אלף מישראל למען כבוד שמו יתברך, וואס אידן זענען האבן זיך מתאסף געווען לקבל עול מלכותו ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה, מאכן גדרים וסייגים זיך דערווייטערן פון שערי טומאה, איז געווען בלי ספק א גרויסער כבוד שמים,

ווייל אז אלע משתתפים האבן אוועקגעקוקט זייער באקוועמליכקייט בגשמיות וברוחניות, אן קיין פארטייאישע חשבונות בלויז ווייל מען וויל נתעורר ווערן בחובת השעה, דאס אליין איז דער גרעסטער כבוד שמים,

אלע רבי'ס און רבנים זענען געקומען אן דעם וואס זיי האבן באקומען א כיבוד און ניטאמאל דעם שענסטן פלאץ, און טראץ דעם וואס זיי זענען אלע געווען זייער אומבאקוועם מיט די סקרינס און מיט די ענגלישע רעדעס, לתועלת הענין האבן זיך אלע אנגעשטרענגט זיך משתתף צו זיין,

אלע ליטווישע רבנים וואס האבן נישט באקומען קיין שום כיבוד, און האבן געוויסט אז מ'וועט נישט רעדן פון זייערע גדולים צוליב ציונות, און האבן געוויסט אז סקולענער רבי קען רעדן לאנג אן צו פארשטיין וואס ער רעדט, און זיי האבן זיך אלע אנגעשטרענגט זיך משתתף זיין לתועלת הענין,

אלע חסידישע אידן וואס האבן באטראפן די גרויסע מערהייט פון כינוס, האבן זיך משתתף געווען טראץ וואס זייערע רבי'ס האבן גארנישט באקומען, און טראץ וואס די ליטווישע האבן זיך נישט אויפגעפירט ווי ערוואקסענע מענטשן און האבן געקלאטשט און געזינגען, און טראץ וואס מ'האט געגעבן מער דרשות פאר די ליטוואקעס און זייער אסאך ענגלישע רעדעס, האבן זיי אלעס מקבל געווען באהבה לתועלת הענין,

אלע פון די ליטווישע קרייזן, וועלכע האבן געוויסט אז דער פסק פון פוסק הדור, איז נישט רב אלישב און נישט רב שטיינמאן און נישט רב קנייווסקי, נאר רב ואזנער פון בני ברק, האבן זיי דאס מקבל געווען אלס קבל את האמת ממי שאמרו, זיי האבן געוויסט אז א בריוו פון זייערע גדולים איז בבל יראה ובל ימצא צוליב די קנאים, אבער האבן אלעס מקבל געווען באהבה לתועלת הענין,

אלע פון די אגודיסטישע קרייזן וואס האבן געוויסט אז הרב דן סגל מיט הרב מתתי' סאלאמאן האבן געמוזט צוזאגן אז זיי וועלן נישט דערמאנען קיין גדולי ישראל וואס האבן געחתמ'ט אויף בחירות, נישט נאר די היינטיגע גדולים, נאר אפילו נישט הרב שך דער גרעסטער מנהיג פון ליטווישן לאגער, און די זעלבע מיט די חסידישע רבי'ס פון די חותמים אויף בחירות, ווי גור בעלזא וויזניץ,

אדמורים ראשי ישיבות ורבנים, פון די גאנצע וועלט האבן זיך מטריח געווען, להחזקת המעמד לשם שמים, ווייל זייער אנווענזהייט געט צי לתועלת הענין,

צדיקים ואדמורים וואס זענען מורא'דיג מקפיד אויף ווידיא, ווי דער וויזניצער רבי סקולענער רבי און פאפא רבי, וואס זענען זיך קיינמאל נישט משתתף אויף א מקום ווי עס איז דא ווידיא, האבן זיך מתיר נדר געווען לתועלת הענין,

גרויסע רבי'ס ווי אדמו"ר מסקווירא וואס איז נישט משתתף ביי קיין שום כינוס אדער מסיבה, האט זיך מטריח געווען, דער פשעווארסקער רבי וואס פארט קיינמאל נישט זונטאג פון שטוב, ובכלל זייער מוגבל פון פארן אויף מסיבות, איז געקומען צו פארן, דער וויזניצער רבי וואס צוליב חולשת גופו איז נישט משתתף די לעצטע יארן ביי קיין שום מסיבות חוץ שמחות משפחתית, האט זיך מיט מסירות נפש אנגעשטרענגט,

אלע אידן האבן אוועקגעקוקט אויף זייער רוחניות מיטן פארקוקען אויפן כבוד פון זייערע גדולים,און מיט מבטל זיין ישיבות וואס פאסירט קיינמאל נישט אין ליטווישע ישיבות, אנדערע אידן האבן מוותר געווען אויפן לשון וואס מ'האט גערעדט, ווייל זיי האפן אז עס וועט העלפן להצלות הדורות, ערליכע אידן זענען נישט דורש לכבוד עצמו ווען עס קומט עת לעשות לה'.

חוץ די פורשים מן הציבור וואס נאר אני ואפסי איז דער תועלת הענין, און נאר כבוד ושררה איז מען מקבל באהבה,

 

 



תוקן על ידי שארטקאט ב- 22/05/2012 08:44:05





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2012 08:57 לינק ישיר 

שטארקע נקודות ארויסגעברענגט! ‎​
 
א אמת'ער קידוש השם אין פולן זין פון ווארט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 09:09 לינק ישיר 

טראץ וואס מהאט נישט דערמאנט פון ליטווישע גדולים
דזשיבא רב האט דערמאנט די רבי זי"ע מ'סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 17:22 לינק ישיר 

רב סאלאמאן האט נישט דערמאנט א ווארט פון ר' אהרן קאטלער זצ"ל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 20:45 לינק ישיר 

לדעתי איז דער מסיבה געווען א קידוש ה' אז רבבות אלפי ישראל האבן זיך צוגעשטעלט, אבער די מארגנים האבן געמאכט א חילול ה' מיטן צושטעלן א שוואכן פראגראם שוואכע דרשנים און שוואכע רעזעלוציעס,

עס האט געהאט א פנים פון סקולענע בטלנות מיט ליטווישע גאוותנות, קיין הענט קיין פיס, קיין נארמאלע דרשנים קיין נארמאלע סדר היום קיין נארמאלער אויווען אן, קיין נארמאלער באשלוסן,

איך גלייב אז רוב אידן זענען אהיים מיט גוטע החלטות און ווי איך הער האבן אסאך ארויסגעווארפן די כלים פון שטוב, און ארויפגלייגט פילטערס אויף די טעלפאן'ס אבער מ'האט צונאר געלייגט טויזנטער ערליכע אידן וואס זענען געקומען מיט האפענונג פון בעסערע החלטות,

דער סך הכל איז, די סקולענע זענען גוט צו קוועטשן מיט די ניגונים, די ליטוואקעס זענען גוט צו קוועטשן סברות און דרייען מיטן פינגער, אבער מארגן זיין א סוסקסעספולער רייכער עצרת זענען זיי נישט געאייגענט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 20:46 לינק ישיר 

האלסט אין איין איבער זאגן "לתועלת הענין", ווי גלייך דאס איז געווען דער "תועלת" פארן אינטערנעט "ענין", דאס זיך מתחבר זיין מיט אלע פרעמדע, נאר דאס איז געווען די איינציגסטע עצה מיט וואס כלל ישראל איז פארבליבן, אזש גרויסע אדמורים ורבנים האבן מוותר געווען אויף זייער כבוד, גרויסע אדמורים האבן זיך מתיר נדר געווען פון חומרות וואס זיי האבן געהאט, אלעס ווייל זיי האבן פארשטאנען אז ס'נישט דא קיין אנדערע ברירה נאר זיך צאמזעצן מיט יודן פון אלע שיכטן אין קרייזן וואס זענען ווייט פון אינזער השקפה, יודן וואס זענען כופרים באלוקי ישראל (כלשון רביה"ק הדבר"י זי"ע אז ווער ס'זאגט הלל ה' אייר איז א כופר), יודן וואס זענען מחללי שבתות (עירב טראגערס), נאר אזוי קען מען אויסרייסן דעם פראבלעם.. למעשה איז מען געגאנגען, מ'האט געטרעטן אויפן חת"ס זי"ע, אויפן דברי חיים זי"ע, און......... גארנישט! גארנישט האט זיך נישט געטוישטת מ'האלט שוין ביים ויהי ממחרת און ס'איז בבחינות "אלעס בלייבט ביים אלטען".. גארנישט האט זיך נישט געטוישט! ס'איז געבליבן אז יעדע קהילה זאל זיך מאכן תקנות פאר זיך.. א זאך וואס האדמו"ר מהר"א שליט"א האט שוין געטון, און ער טוט, פרעגט זיך די קשיא, האט דאס טאקע אויסגעפעלט אז סאטמארע יודן זאלן גיין אויף אזא פלאץ? האט זיך טאקע אויסגעפעלט אז די גרויסע אדמורים ורבנים זאלן זיך מתיר נדר זיין אויף זאכן וואס ביי זיי איז חזיר טריף??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:07 לינק ישיר 

קוים אריבער 24 שעה פון רוהיגע און אביסל מער ערצויגענע סארט שפראך דא און מיר זענען שוין ווידער פארשאלטן געווארן מיט אזא פגע ווי 2לדעתי.

כמנהג האהרוינים ריקן זיין אריין אין א תגובה א זייטיגע נקודה און ווען מען ענטפערט זיי אפ ענטפערט מען בדרך כלל אויפן ענין פון אשכול און מען כאפט זיך נישט אז יענער האט אריינגעווארפן א פלאקן. דאס איז זייער מהלך פון וואשן מוחות. אדער פראבירן זיי סתם צו פארפירן די שמועס צו אנדערע ענינים.

כלפי מה דברים אמורים?

לדעתי שרייבט אז מען איז זיך צוזאמענגעקומען מיט אידן וואס זאגן הלל ה' אייר און די רבי האט זיי אנגערופן כופרים.

סתם א שקר אויסגעזויגן פון פינגער, קיין איינער פון די רבנים דארט געהערן נישט צו די קרייז וואס זאגט הלל ה' אייר! אלע רבנים דארט זענען קעגן די ראיון הציונות! דעריבער איז קיין שום פראבלעם מטעם קנאות זיך צו שטעלן צוזאמען מיט זיי אויף צו מאכן א החלטה אז יעדער יחיד וועט פאלגן זיין רב בנוגע די אינטערנעט.

די אנדערע שטותים וועגן ענגליש איז שוין געווארן איבערגעקייט 150 מאל, ווער ס'וויל וויסן דעם אמת ווייסט שוין, דאס איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל איז א טאקטיק פון די אהרוינים כאילו מ'האט זיי נאך קיינמאן נישט אפגענפערט און די קלאץ קשיא לעבט נאך. מ'האט שוין אפגעפרעגט די לעכערליכע קשיא (קוק זיך אום אין די אנדערע אשכולות) און ס'איז איבריג זיך יעצט נאכמאל זיך אריינצולאזן דערין.

ואחרי ככלות הכל פראבירט ער צו פארדרייען די שמועס צו "עירוב".


תוקן על ידי פריש ב- 22/05/2012 21:08:02




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:11 לינק ישיר 

פריש ביטע זיין קלאר

האט מען דא עפעס עפעס עטוואס פארקוקט ?

דאס זענט איר דאך מודה

איר האלט נאר אז עס איז לתועלת הענין


האט מהר "א רעכט צו זאגן אז דאס איז נישט מעלה ומוריד

און מען קען מאכן אסיפות און תקנות

אן קיין ענגלישע ווידיא כינוסים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:14 לינק ישיר 

מען האט גארנישט פארקוקט!

פארדריי ביטע נישט די שמועס צו ענגליש = מ'האט שוין דעם נושא אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:22 לינק ישיר 

געשאלטען און געשאלטען אין גארנישט געענטפערט.. כ'האב געפרעגט זייער א פשוטע קשיא, די תירוץ פארן גיין צום כינוס איז געווען אז אפילו מגייט רעדן ענגליש, דאך איז עס "עת לעשות לה'" ווייל סאיז ממש נישטא קיין אנדערע ברירה.. איז נאכן זען אז ביים כינוס האט מען גארנישט אויפגעטון, נאר דעם "ויחן שם ישראל - כאיש אחד בלב אחד" פרעגט זיך די קשיא, האט דאס טאקע אויסגעפעלט אז סאטמארע יודן זאלן גיין אויף אזא פלאץ? האט זיך טאקע אויסגעפעלט אז די גרויסע אדמורים ורבנים זאלן זיך מתיר נדר זיין אויף זאכן וואס ביי זיי איז חזיר טריף?? 
קיין תירוץ אויף די קשיא האסטו נישט מילא גרייפסטו מיך אן פערזענליך... כ'האב געמיינט אז זייט תשנ"ט מעג יעדער האבן א אייגענע מיינונג?... 

דעם שקר אז קיין איינער פון די ליטווישע רבנים אדער סתם מענטשן זענען נישט פון די קרייז וועלעכע זאגט הלל ה' אייר, קענסטו פארקויפן אין ראדני ביי א גענעראל פארזאמלונג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:22 לינק ישיר 

אייערע רבנים האבן אויך געזאגט אז מען פארקוקט

נאר מען מוז עס טוהן

ווייל עס איז שעת שמד



מהר "א האט געזאגט יא עס איז א שעת שמד

און די וועג ארויס פון די פראבלעם

איז נישט צו מאכן א כינוס פון אלע שיכטן

און רעדן ענגליש



ווידיא ווייס איך נישט צו די רבנים האבן געוויסט אז עס גייט זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:29 לינק ישיר 

איך האלט אז די ארונים האבן געהאט די קעיק און עס געגעסען אויך

עס שטעלט זיך ארויס אז די ארונים זענען פונקט אזוי מיטגעכאפט געווארן מיטן התעוררת צו מקבל זיין פרישע קבלות, אפי' זיי זענען געבליבן אונדערהיים, אן דעם וואס זיי האבן געבראכן דעם חומת ההתבדלות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:47 לינק ישיר 

ווייטער פארדריין די נושא צו ענגליש, ערלעדיגט איך וועל זיך לאזן.

עס האט קיינער קיינמאל נישט געזאגט אז דא איז דא א היתר פון שעת השמד, עס איז לכתחילה נישט געווען א פראבלעם מיט ענגליש אז מען זאל דארפן אנקומען צו שעת השמד.

אמת אונזערע רבנים האבן געוואלט מען זאל רעדן בלויז אידיש, אונזערע רבנים זענען איינגעגאנגען מען זאל רעדן ענגליש צוליב די טויזענטער וואס פארשטייען נישט קיין אידיש.

אבער א איסור אויף ענגליש? מאן דכר שמיה? עס איז געבוירן געווארן אין די עמהאראצישער מוח פון רעבארן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:50 לינק ישיר 

מיינע הענט ציטערן

איך האף איר שרייבט סתם דאמירן בעלמא



נישט אלעס וואס מהר "א זאגט אסור

מעג ווערן מותר

איך פארשטיי נישט און איך גלייב נישט

וואס גייט פאר ביי ענק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 21:56 לינק ישיר 

נישט אלעס וואס רעבארן זאגט אסור איז מותר! זעכער נישט!

נאר וואס דען? ווען רעבארן באשאפט א איסור וועלן מיר אלע מאל לאכן דערפון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2012 22:03 לינק ישיר 

חומת התבדלות קומט בכלל נישט אריין, ווייל אויב דער סאטמאר רבי זצ"ל איז געווען גוט צו מאכן א כינוס כללי לחזק חמות הדת אינאיינעם מיט מאדערענע קרייזן, און האט געוואלט אז די רבנים פון מאדערענע קרייזן זאל האלטן דרשות, טראץ זייער שטארקע שטיצע פאר מדינת ישראל, איז א כל שכן אז דער יעצטיגער כינוס זיכער סאך מער כשר,

לדעתי איז דער בעסטער סוקסעס פונעם אווענט געווען דער פראטעסט אקעגן ציונים,
ס'האט נישט גערעדט קיין איין ציוני, און יעדער האט געוויסט אז מ'האט עטליכע גוטער רעדנער נישט געואלט נעמען צוליב ציוניזם
ס'האט נישט געהאט קיין שום חלק ונחלה מיט אגודת ישראל אדער אנדערע פארטייען וועלכע זענען שותפים אין די מלכות המינית
ס'האבן עטליכע דרשנים גערעדט וועגן די מלחמה קעגן ציונות, און אפילו סאלאמן וואס האט דערמאנט א ווארט פון גר"א קאטלער, האט ער געזאגט אז דאס ווארט האט ר' אהרן געזאגט ביי עצרת מחאה אין ירושלים להגן על קדושת ירושלים, ס'איז געווען זייער בולט אז עס טאר נישט דערמאנט ווערן קיין גדולי ישראל וואס זענען אגודיסטיש אדער פארטייאיש געשטימט, און אפילו ר' מתתי' סאלאמאן און ר' דן סגל האבן נישט דערמאנט מ'זאל מתפלל זיין אויף רב אלישב אדער נאכגעזאגט א פסק פון גר"ח קניבסקי אז אינטערנעט איז ביהרג ואל יעבור און נישט דערמאנט קיין שטינמאן, נאר אדרבה סאלאמאן האט גערעד קעגן די גזירה פון גיוס בני ישיבות, וואס שטינמאן האלט אז מען דארף מפשר זיין מיט די ממשלה איבער דעם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > סך הכל פון כנסי' לשם שמים "הצלת הדורות"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext