הרבני הנגיד תלמיד חכם ויראת שמים תומך תורה ביד רחבה הר"ר משה חיים הכהן רובין ז"ל
נפטר בשיבה טובה א' דשבועות תשע"ב לפ"ק והובא לקבורה ב' דיו"ט ושם חלקת מחוקק ספין בחלקת החדש דקהל יטב לב ד'סאטמאר בקרית יואל
במעמד רוב בניו ובני משפחתו
שבט תשע"ב לערנט יעדן טאג אין קרעסטירער ביה"מ אין פלארידא
אוי ווי נעמט מען אזא טייערן איד ווי ר' משה חיים ע"ה מיט איבער 50 יאהר צוריק ווען די סאטמערע אידן האבן נאכנישט געהאט קיין כולל אינגעלייט, האבן די געציילטע ערליכע אידן מתמידים געהארעוועט על המחי' א האלבן טאג און די איבריגע צייט ארויף געקומען אין די ישיבה אויף 550 בעדפארד העכר'ן בית מדרש לערנען. ובתוכם ר' משה חיים וואס האט אסאך שעות רצופות געלערנט דארט אויבן צווישן די בחורים און האט נישט געהאלטן און נישט געבלאזן פון זיך.
געארבעט שווער כמה שעות ביי די עופות און די איבריגע צייט געהארעוועט אויף אביי ורבא.
אוי מי יתן לנו תמירתו.
נשלח ב-29/5/2012 22:52
ר' משה חיים איז געווען א טייערער איד, א געוואלדיגער מתמיד, א געוואלדיגער תומך תורה, א גרויסער בעל צדקה, א שאד אז ער האט נעבעך נישט געהאט די זכי' צו ליגן אין איין בית החיים מיט רבינו הקוה''ט זי''ע וואס ער איז געווען אזוי דבוק אין עהם, ת.נ.צ.ב.ה.