בית פורומים אין סאטמאר

מעכטיגער ספרינטער צוגעלייגט צו מהר"א'ס פלאטע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/10/2010 04:47 לינק ישיר 
מעכטיגער ספרינטער צוגעלייגט צו מהר"א'ס פלאטע

האדמו"ר מהר"א האט ערהאלטן פון א חסיד א הערליכער ספרינטער, א ספרינטער איז א איז לאקסוסדיגער ווען און איז הערליך שיין, אויך קען זי אין ווייניגער ווי 2 מינוט פארוואנדלט ווערן אין א אנטי פראטעסט\וויילענס וויהיקל.

דערווייל איז ער דער איינציגסטער רבי וואס האט ערהאלטן אזא הערליכע מתנה פון א חסיד. עס איז צום גלייבן אז יעצט וועלן חסידים פון אנדערע רבי'ס אויך קויפן פאר זייער רבי א ספרינטער און די אלטע קעדילקס וועלן זיין א פארגאנגענהייט, בלויז די רבי'ס וואס פארמאגן נישט באמת רייכע חסידים וועלבן בלייבן מיט קעדילעקס.

א ספרינטער פון דערין


ספרינטער'ס לויפן צווישן 81 און 141 פערדן קראפט געוואנדן לויטן מאדעל. עס זענען פארהאן אסאך סארט ספרינטער'ס. און אסאך פיטשיפקעס וואס מען קען צולייגן. אנגעהויבן פון לייטס און סיירין און גענדיגט ביי סעטעלייט סיסטעמען צו קענען זיין פאבינדן בשעת מען פארט אפילו אויף די מרחקים.

א ספרינטער קען זיין אזוי לאנג ווי א פשוטע 18 פעסענדשער ווען און קען ווערן פארלענגערט ביז דאפלט און נאך מער. אזוי אויך קען א ספרינטער האבן פענסטער נאר ביים פארנט אדער קען די גאנצע לענג ממש ביז'ן סוף זיין בלויז גלאז, פארשטייט זיך אז ווען עס איז בלויז גלאז וועט די גלאז זיין העווילי טינטעד.

פון די סארט וואס מהר"א האט באקומען וועט מען צאלן פאר די ביליגסטע בלויז $40,000 און דאס איז נאך גארנישט, יעצט וועדט זיך וואס מען לייגט אלס אריין דערין, געוואנדן לויט וואס מען לייגט אלס אריין קען די פרייז גיין ביז 500 אלפים און אפילו נאך מער.

איך האב געפרעגט א אהרויני וואס ער זאגט צו דעם נייעם ווען האט ער מיר געזאגט אז אזוי פאסט פאר א רבי מאן מלכי רבנן בפרט אזא גרויסער רבי ווי ר' אהרן. די זכות פארן חסיד וועט אים ווידער ביישטיין, די זכותים פונם רבי'נס פארן צו די וויץ פעלדער און די שחיטה אזוי אויך די כחות וואס די רבי שעפט ווען ער פארט אויף וואקאציע וועט ווערן גערעכענט פארן חסיד. ער זאגט אויך אז ער האפט אז עס וועט זיין אין דעם די געווענטליכע טעל סיסטעם פונם רבי'ן אזוי אז די רבי זאל קענען ענטפערן שאלות אויפן טעלעפוין דאס וועט אסאך דערלייכטערן פאר די חסידים ווייל די רבי פארט אסאך צווישן וויליאמסבורג און קרית יואל.

איך האב געפרעגט א זאלויני וואס ער זאגט צו דעם נייעם ווען האט ער מיר געזאגט אז ער איז נייגעריג אויב ס'וועט זיין דארט א כלי צו קענען זען אויב ס'וועט רעגענען אויפן ווייץ פעלד.

איך האב געפרעגט א בני יואלער וואס ער זאגט צו דעם נייעם ווען האט ער מיר געזאגט אז ער האפט אז ר' אהרן זאל פארן ווי מער.

פאר אונז בלייב נאר צו וואונטשן ער זאל דאס ניצן געזינטערהייט.

א ספרינטער פון דרויסן, דאס איז א פארמאכטע ספרינטער, געוונטליך לאקסוס ספרינטערס וועט די גאנצע וואנט זיין פון גלאז.


תוקן על ידי המחליט ב- 21/10/2010 04:55:43




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2010 15:24 לינק ישיר 

מיין מיינונג ** עס פאסט נישט אז אזא איינער וואס פאררופט אלץ א רבי זאל האבן אזא זאך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 18:19 לינק ישיר 

מיין מיינונג. אז עס פאסט נישט פאר רבי צו האבן אזא אויפרייסערישע קאר ווי א קעדילעק. היינט איז עס שוין אזא נארמאלע זאך אז קיינער כאפט זיך אפילו נישט. פארוואס קען א רבי נישט פארן אין קיין טאיאטא קעמרי?? עס איז זייער א פראקטישע זאך אזא ווען. עס איז פשוט באקוועמער ווייל מען קען זיך רירן. איך האלט אז עס קומט פאר א רבי אזא מין קאר. איך גלויב אז מיט די צייט וועלן עס אלע רביס האבן. אפילו מהרז"ל(מען קען מיינען אז עס איז טריפה...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2010 21:06 לינק ישיר 

מיין מיינונג איז אז חדש אסור מן התורה, וכל המשנה ידו על התחתונה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 21:17 לינק ישיר 

איך פארשטיי א ספרינטער מער ווי א קעדילעק

 

א קעדילעק איז סתם אויפרייסערישקייט, משא"כ ספרינטער איז כאטש באקוועם, און איך זע נאך נישט די אויפרייסערישקייט דערפון

 

דו קענסט פונקט אזוי זאגן אז ס'פאסט נישט פאר א רבי צו פארן אין פירסט קלאס אויפן פליגער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 23:29 לינק ישיר 

גראדע אויפן ספרינטער ווייס איך נישט וואס די זאליס ווילן, עס איז זייער א נארמאלע זאך אז געטרייע חסידים זאלן צושטעלן פאר זייער רבין די באקוועמסטע קאר וואס איז שייך, נאטין ראנג עבאויט איט, איך אליינס באלאנג צו צד רז"ל אין איך זעה נישט וואס איז ראנג דערמיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 23:48 לינק ישיר 

וויזשנצע רבי האט שוין פין לאנג א ספרינטער. אבער ער האט  בעסער ליב זיי קאדילעק. סא ער פארט כמעט נישט מוט זיין ספרינטער.
 
(אפשר קען מהרז"ל עס בארגען!)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 01:24 לינק ישיר 

עס איז נאריש אז עס בכלל א אישו וואסערע קאר א רבי האט. באלד וועט נאך ווערן אן אישו ווען ער בויט איבער זיין הויז. אדער קויפט א נייע הוט/בעקיטשע/גלעזער וועט מען אויך דיסקאסן די קאמפאני איז טריפה די איז כשר...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2010 16:31 לינק ישיר 

פריינדליך, סאיז א טו וועי סטריט, איך בין מודה 100 פראצענט אז דאס איז וועי אווער די ליין, אבער אפשר גיבסטו א קוק וואס ענקערע מענטשן שרייבן, ווי זיי זענען ביזי ממש טאג אין נאכך מיט רז"ל, סוי דאס איז געזאגט געווארן פאר ביידע זייטן, עס איז צייט צו ווערן ערוואקסן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2010 18:15 לינק ישיר 

אויף זיין קאר? אדער אויף זיין פערסאנאליטי? סאיז א גרויסע חילוק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2010 17:29 לינק ישיר 

מאך דיך נישט טעמעוואטע, דו ווייסט זייער גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 16:38 לינק ישיר 

daved321 כתב:
וויזשנצע רבי האט שוין פין לאנג א ספרינטער. אבער ער האט  בעסער ליב זיי קאדילעק. סא ער פארט כמעט נישט מוט זיין ספרינטער.
 
(אפשר קען מהרז"ל עס בארגען!)


לידועה בעלמא: וויזניצע רבי שליט"א האט קיין קעדילעק קיינמאל נישט פארמאגט, ס"ה האט ער א לינקלון טאון קאר און אויך א ספרינטער וואס מען האט אים געקויפט, למעשה ניצט ער ביידע כמעט נישט צוליב דעם וואס ער גייט כמעט נישט ארויס פון שטוב חוץ אין ביהמ"ד וואס ער האט א ספעציעלע בריק פון זיין שטוב...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 22:37 לינק ישיר 

בניברקער כתב:
וויזשנצע רבי האט שוין פין לאנג א ספרינטער. אבער ער האט  בעסער ליב זיי קאדילעק. סא ער פארט כמעט נישט מוט זיין ספרינטער.
 
(אפשר קען מהרז"ל עס בארגען!)

לידועה בעלמא: וויזניצע רבי שליט"א האט קיין קעדילעק קיינמאל נישט פארמאגט, ס"ה האט ער א לינקלון טאון קאר און אויך א ספרינטער וואס מען האט אים געקויפט, למעשה ניצט ער ביידע כמעט נישט צוליב דעם וואס ער גייט כמעט נישט ארויס פון שטוב חוץ אין ביהמ"ד וואס ער האט א ספעציעלע בריק פון זיין שטוב...


ביזט גערעכט!
ער האט א לינקלין!

ביי די וואי, איך האב געהערט פונם גבאי, אז א קעדילאק איז טאקע שענער, אבער א לינקלין איז באקועמער.
 
איינער ווייסט אויב ס'איז אמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2010 07:05 לינק ישיר 

א ליקנקלען איז ברייטערע זיצן און ס'איז דא מער פלאץ פאר די פיס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אין סאטמאר > מעכטיגער ספרינטער צוגעלייגט צו מהר"א'ס פלאטע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext