בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אטעם הגון אויף אטלית מיט צוויי עטרות?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/7/2004 23:57 לינק ישיר 
אטעם הגון אויף אטלית מיט צוויי עטרות?

איך זיך א טעם הגון אויף דעם מנהג ביי די שיינע אידען צו גיין צוויי עטרות אויפ'ן טלית

מיין טעם איז:
איינס איז מעיד אויפן צווייטן

קיים זה מה שכתוב בזה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/7/2004 01:25 לינק ישיר 

אפשר לייגען עס די חברה וואס האבען א ספק ווי דער ראש איז.?

אזא חומרא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2004 01:37 לינק ישיר 

לקיים מה שנאמר "להחזיר עטרה ליושנה"

נתגלתה העטרה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2004 01:56 לינק ישיר 

אין ירושלים רופט מען אזא איינעם
דער אינטענעטער רעבע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/7/2004 03:10 לינק ישיר 

די זעלבע טעם זיי גייען מיט א בלויע שרייעדיגע כאלאט,
און די זעלבע טעם זיי גייען מיט זייד אויף די הענט און גענאק,
און די זעלבע טעם זיי גייען מיט געפערפערטע הויזען.

און די זעלבע טעם זיי פרעסען געלט פין עולם אויף פערזעהנליכע געברויכען,
און די זעלבע טעם זיי טוהען אלץ וואס זיי טוהען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2004 03:33 לינק ישיר 

בארא פארקער שיינע פשט'ל אבער פאלש

דער טעם שטייט אין מטה אפרים (איך געדענק נישט יעצט דעם ארט)

אזוי ווי דער טעם פון דער עטרה איז פאר א היכר וועלעכע חלק פונעם טלית קערט פארן קאפ ווייל מעלין בקודש

אבער וויבאלד דער אר"י ז"ל זאגט אז מ'קען יא אנטוהן דעם טלית פארקערט אין דער טלית בעדארף נישט קיין היכר, גייט מען טאקע אין לובאוויטש נישט מיט קיין שום עטרה כפי האריז"ל,

דער מטה אפרים גיט א פשרה א מ'זאהל לייגען א היכר אויך אין מיטן פונעם טלית אין רוב טליתים האבען א לאנגע סחורה אין מיטען

'זילבער' איז לנוי דאס הייסט סיי אויבען אדער אין מיטן מאכט מען פון זילבער פאר זה אלי ואנוהו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2004 07:31 לינק ישיר 

יוסי


1)דער טעם פון איין עטרה איז אלץ היכר צוליעב מעלין בקודש
2)מדארף נישט קיין היכר לויט'ן אריז"ל ווייל סנישט שייך מעלין בקודש
3)לייגט מען די עטרה אינדערמיט ווי ס'נישט קיין היכר


די ביזט אוחד את החבל נישט בשני ראשים נאר בשלושה ראשים
לויט דיין מהלך וועט מען דארפן באלד דריי עטרות

באראפארקער

לויט דיין אהבת השיינע יידען האב איך געמיינט אז דו וועסט ענטפערן אז

לכתחלה האט ער געמיינט ער וועט נוצען דעם קאפ און לערנען
איז ער געגנגען נאר אויפן קאפ

דערווייל איז ער א שיינער איד וואס לעבט א טאג פון לופט געשעפטן.

וסופו וועט מען אים קעטשן און ער וועט נוצען דעם זיצער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/7/2004 17:34 לינק ישיר 

יושב ראש
יושב בסתר
מלך יושב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2004 23:32 לינק ישיר 

באטשי

איך האב דיר נאר נאך געזאגט וואס איך געדענק פון דעם ספר מטה אפרים (איך האב נאך נישט געהאט די מעגליכקייט נאך צוקוקען)

אבער איך האלט אז עס איז פשוט

מ'דארף טאקע נישט מאכן א היכר אבער פארט אפילו די וואס לייגען נישט קיין היכר ניצען אלע מאהל א ווייסע לאווענט פון דער אנדערע זייט פונעם טלית פארן שווייס פונעם קאפ.

רוב לייגען א שטיקל סחורה אלס אז דער טלית זאל מען אהןטוהן אויף דער זעלבער פלאץ פארן קאפ.

מאכט מען 'כאילו' א היכר אויף א היכר אויך אין מוטין פונעם טלית כדי צו ווייזען אז דער אויבישטער 'היכר' איז לאו דוקא..

אין אויב דער טלית וועט ווערען אויסגעריבען קען דער עקרת הבית פון פישפיק לאדאני איבער דרייען דעם טלית אין דער מאן דער וואסער-טרעגער קען קומען פסח אין קלויז אין איינרעדען דעם שוסטער אז ער האט א נייעם טלית

וויבאלד מ'האט דאך געמאכט דעם היכר פון ביפאר איז דאס איבער דרייען נישט קיין 'ירידה'

אזוי ליגט מיר אין זכרון




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2004 00:18 לינק ישיר 

שמעתי הטעם כיװן דעיקר שװיות של הטלית היא העטרה וכדי שלא יהיה נחשב לבגד של הראש דפטור מן ציצת משימין עטרה גם על הגב שלא במקום הראש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2004 06:01 לינק ישיר 

יוחי און גרין,
באטשי האט געפרעגט פארוואס "שיינע אידען" לייגען אן עטרה סמוך צום תחתון, פרעגט זיי פארוואס און קיינער וועט נישט וויסען צו זאגען ענקערע טעמים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2004 06:49 לינק ישיר 

יוסי718

יא היכר, נישט היכר
מעיק אפ יור מיינד

ווי איז דער מטה אפרים?
האסט מורא עס ארויס צו נעמען אינמיטן זומער?
ער וועט דיר פארשלאגן דעם אפעטיט פון וואקעישן?


JOEGREEN

1) עיקר טלית איז עטרה וואס איז פטור פון ציצית!
2)לייגט מען נאך איין עטרה איז עס חייב בציצית?


תלמוד בבלי מסכת סוכה דף לו:
מעשה באנשי ירושלים שהיו אוגדין את לולביהן בגימוניות של זהב וכו הרבה

טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף

הסבר דבריך

באראפארקער

ראה תשובת יויגרין הנ"ל הענין השיינע יידען שעיקר הטלית הוא בעבור הכסף, ותמצא מרגוע לנפשך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2004 19:18 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא איז דער מקור:

איך וויל נאר איין זאך אונמערקען אז דאס אז נישט נאר בנש"ק'לעך גייען אזוי, אין עס מיינט נישט אז דאס איז אללע מאהל אזוי געוועהן.

דער גאנצער סיסטעם פון די מלבושים איז א נייע.

למשל א פעלץ איז געוועהן א מלביש פאר אלע וואס עס איז זיי קאלט געוועהן. דאס אז היינט שעמט זיך א בעלאבוס צו גיין מיט א פעלץ אפילו אין די גרעסטע פרעסט איז א משוגעת שאין כדוגמתה..

דאס זעלבע וועגען שטיוועל איך גיי נישט אין ווייסע זאקען ממילא מיינע בני בית זענען שיר נישט אראפ פון זין ווען איך האב געמאלדן אז איך וויל קויפען שטיוועל.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/7/2004 05:14 לינק ישיר 

יוסי טייערער

שקויעך גדול
תנוח דעתך שהנחת את דעתי.
יעצט פארשטיי איך בעסער

נישט מוועט מיינען דער עיקר איז די עטרה נאר מוועט מיינען העיקר לכסות הראש.

אבער עדיין אנו צריכין להסבר. וואס ארט דעם לבוש אז מוועט אזוי מיינען. איז דען א כסוי הראש נישט חייב בציצית אויב סהאט ארבע כנפות?

ומה שנוגע לבנשקעס. זיי גייען אזוי ווייל

1) זיי קענען עס אפאדערן
2) דער חיצוניות מיינט ביי זיי מעהר ווי ביי נארמאלע אידען - וולפענ"ד הטעם כי הם בעצם לא משפיעים רק מקבלים כמו אשה, ולכן שמים דגש חזק על הכלים המקיפים וד"ל...


וועגן א פעלץ אין לעדערנע בוטסעס מיין איך אז ווען די באנשקעס האבן עס אנגעטוהן זומער האבן נארמאלע יידען עס אויס געטוהן אפילו ווינטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/7/2004 05:27 לינק ישיר 

עס דא פארשידענע חסידות ווי די ברעסלאווער זענען מקפיד
דירעקט נישט צו גיין מיט א עטרה
אין עס איז דא ביי זיי א ווארט
אז מען דארף זיך אליינס מעטר זיין די נשמה אין נישטדעם חצוניות
געהערט פין מיין שוואגער א ברעסלאווער וואס איך האב עם געפרעגט פארוואס ער גייט נישט מיט קיין עטרה אין פארוואס דער שווער האט עם ע געגעבן ווייניגער פין זיינע אנדערע איידימער האט ער מיר געזאגט דעם ווארט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/7/2004 05:39 לינק ישיר 

עקשטיין

איך קען א בעל תשובה וואס שאקלט נישט קיין לולב
" מדארף זיך אליין שאקלען נישט דעם לולב"

טראכט אביסל וועסטו קענען נוצן דעם לאגיק אויף צו פטר'ן זיך מכל המצוות שבתורה.

תפילין : מדארף זיך אליין אנקניפן נישט דו תפילין
פדיון פטר חמור: מדארף זיל אליין אויסלייזן נישט דעם חמור

דו כאפסט דעהם גאנג.

סאיז דאך א מצוה פון זה קלי ואנוהו?

וואס דארף ער א זילבערנעם לייכטער?

"מדארף זיך אליין אנצונדען אויף שבת נישט די לעכט"

יידען זענען א פאלק פון מצוות מעשיות, אשר קדשנו במצוותיו. נישט ווי להבדיל ריפורמער און גויים אז אלעס איז דאס הארץ. (יא- אויך ציונים "אני יהודי בלב")

חזק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אטעם הגון אויף אטלית מיט צוויי עטרות?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext