בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

לייענערע רעאגירן אויף צייטונגען דברים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/7/2004 20:30 לינק ישיר 
לייענערע רעאגירן אויף צייטונגען דברים

אין די וואכעדיגע צייטונג איז ווערט אראפצוברענגען גאר א מאדנעם פאראדוקס, וואס שטעלט זיך קעגן די אפיציעלע שטעלע פון דעם אידישן שטירמער.

אינעם ארטיקל פון הרב י.מ.סופר "צוה ה' ליעקב" שרייבט ער איבער אנטיסעמיטיזם וואס שטייגט איבעראל, ברענגט ער צו לדוגמה, אז קרית יואל ווערט געפלאגט פון א וויסטע אנטיסעמיטיזם פון די ארומיגע גוים, און אז מ'דארף רחמי שמים, ווייל זיי קענען נישט צוקוקן ווי דער "כן ירבה וכן יפרוץ" ווערט מקוים אין זייער בעקיארד.

ווידער אברהם פרידמאן אין א באזונדערע נייעס, שרייבט אז אפילו דער רעקארד וואס איז אלץ געווען אנטיסעמיטיש קעגן קרית יואל, רופט יעצט פאר א דייאלאג מיט קרית יואל. דער רעדאקטאר פונעם רעקארד רופט אלע גוים מ'זאל נישט לאזן פארקומען וואס ס'האט פאסירט אין אייראפ אין 38'...

עס איז א אומדערהערטע חוצפה פון די נייעס באריכט זיך צו שטעלן אויף די זייט פון דער בלאט... אז קרית יואל אונטער אטאקע... היתכן אברהם פרידמאן פאלגט נישט די ווילדע שטירמער ליניע פון פראפרעסער דייטש און זיינע שרייבערלעך...

איצט וועט שוין דער איד האבן נאך 6 בריונים ארטיקלעך, צו אפצואווישן אויך פון די טינופות.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2004 22:55 לינק ישיר 

ערשטענס "די צייטונג" שרייבט עס איז דא אנטעסימיזם און קרית יואל, ער שרייבט אבער נישט די "אלע" סיבות דערוועגן, נאר איינס, "דער איד" שרייבט אויך צוגאב די פוסטע בלבולים פון די ארומיגע גויים, אויך די "שמן למדורה" וואס די הנהגת הווילעדזש און קרית יואל לייגן צו, א ווייטאגליכער פאקט וואס "די צייטונג" קען נישט באריכטן, זיך דארפענדיג קענען אויסהאלטן פון די העד'ס פון אלע ביידע צדדים.

עס איז טאקע זייער פרייליך צו הערן אז בחסדי השי"ת האט דער העצערישער וויליעדזש קאמפיין פאר די עקזיסטענץ פון די קרית יואל'ער וואסער, נישט משפיע אויף אלע גויים, און עס איז דא ארדענטליכע גויים וואס פארשטייען די צוועקן פון קרית יואל זייער ריכטיג, און זענע נישט געווארן אריינגעשלעפט און די אומזינסטיגע שנאה וואס די וויליעדזש האבן געגאסן און די ניוז-פעיפער'ס, צוזאמען מיט ארומיגע גויים.

פונקט פארקערט, דאס אז איינע פון די גויים האבן גערופן צו א דיאלאג מיט די אידישע שכינים, מיט'ן ציל נישט צו אנקומען צו אזא לאגע ווי אייראפע 38, ווייזט קלאר אז די לאגע איז זייער ערענסט און אנגעצויגן, און יעדע אומאויסגערעכענטע סטעטימענט אדער פרעסע-רעליס קען צו ברענגן צו די ארגסטע.

און די וויליעדזש פירער בלייבן ווייטער די זעלבע באנדיטן און נידעריגע יונגען, מיט'ן אריינפירן קרית יואל און אירע איינוואוינער און א רייץ מיט די גויים.

און די ארטיקל פון דער איד" באקומט מיט די "צייטונג" ארטיקלעך, א שטערעקער זינען, דאס ווייזט גאר אויף ווי גערעכט דער "עדיטאריאל" און "דער איד" איז געווען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2004 23:12 לינק ישיר 

אויף זייט 12 ווען ער שרייבט דעם יארצייט פין דעוויס ווערט עפעס אויף אן אינטרסאנטען אויפן דערמאנט ווי שארפאטען גייו אויפטרעטען נאר אין א זאל אין וויליאמסבורג
זיין זעצער י ל פ א פארברענטער ארוני האט נישט גקענט
שרייבן א נייעס פין די גואישע נייעס אומביאקטיוו אין ארויס שרייבן אז עס וועט פארקומען אין ראז קעסטעל א שיינע דרשה פינעם וויסטען אנטעסימיט (נישט חארינער) שארפאטען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2004 23:24 לינק ישיר 

יא.. גערעכט..
די נייעס באריכט האלט ווי דו...

איך הער אז סעגעדין טוט זיך אויף איבעראל אז פנחס יאקאבאוויטש איז אויף זיין זייט!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2004 19:51 לינק ישיר 

דער בלאט האט א אייזערנע ארטיקל וועגין פראפעסער דייטש'ס טענה, היתכן מ' זאגט פאר די פרעסע אז אונז האמיר אסאך קינדער קע"ה, די ראי' פון ר' לייבוש ע"ה איז אין להשיב.

דער איד איז טרוקען, אן קיין שןם אינטעסאנטקייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/7/2004 01:02 לינק ישיר 

דו פארענטפערסט נאך סעגעדין.

דער ווילידזש האט ביי דעם וואסער פראיאקט געארבעט ווי אידישע שתדלנים פון אלע צייטן.

מיט חכמה.
מיט עקספיריענס
מיט פארזיכטיגקייט
און מיט אסאך סייעתא דשמיא.

נישט דער ווילידזש און נישט דער ווילידזש ווארטזאגער, גדלי' סעגעדין האט געזאגט איין איבריג ווארט. זיי האבן נישט באשולדיגט באהען מיט אנטיסעמטיזם, כאטשיג ער האט קלאר גערעדט אנטיסעמיטיש - אלעס כדי צו פארשטילן די זאך.

וואס זאל מען אבער טאן, אז זאלי'ס אלייענס איז ארומגענומען מיט לא יבוא'ניקעס און סאדיסטן וועלכע וועלן אריינגיסן סם אין זייער אייגן טעפל, אבי יענער זאל אויך אויס'פגר'ן.

די אלייענס זענען געגאנגען אונטערהעצן די גוים, אויפרייצן די שכנים און האבן געצאלט געלט פאר זייערע לאויערס און פארטרעטער, סאסמאן און מעקלאגלין, וועלכע זענען ביידע אויף די אלייענס פעיראלל, אלעס כדי צו מאכן א שרעקליכן שטורעם קעגן קרית יואל - און ווען די צוויי באצאלטע אדיוטאנטן האבן שוין געמאכט א גוטן שטורעם, קען מען פריש קומען שרייען:

סעגעדין... איז הערצעל!
סעגעדין איז כעלעם!
סעגעדין איז א אומבאלומפערט!
סעגעדין האט זיך גערייצט מיט די די שכנים ווייל...

ער גייט זיי נישט קיין וואסער - כאילו ווען ער וויל געבן קען ער!
ער זאגט אז קרית יואל האט גרויסע משפחות - כאילו עס איז א סוד פאר גאנץ בראד!

סעגעדין האט באוויזן אויסצושוויצן מיט יודל כהנא און מענדל שווימער די אלע יארן - און ער האט עס דורכגעלעבט! וועט ער אי"ה ווייטער קענען אנגיין מיט זיין געניטשאפט און טיכטיגער עסקנות למען הכלל והפרט - ומלאך רע בע"כ יענה אמן - אפילו פנחס יאקאבאוויטש איז שוין מודה אז מ'דארף א פייפליין ! וואס א דערגרייכונג!

סעגעדין איז א WINNER!
טאקע נישט אזא גיבור חיל ווי יאקאבאוויטש, אבער גענוג שטארק צו בלייבן אין ווילידזש און דערלעבן א נקמה אין אלע זיינע שונאים!






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > לייענערע רעאגירן אויף צייטונגען דברים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext