בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

א ש"ץ וואס גאלט זיך אין די דריי וואכן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/7/2004 22:41 לינק ישיר 
א ש"ץ וואס גאלט זיך אין די דריי וואכן

איך האב געדאוונט נעכטן אין א חסידיש ביהמ"ד.

דער עמוד איז געשטאנען ליידיג אין געווארט אויך א בעלן,
האט זיך מרחם געוועהן אויף איהם א ייד איינגעהילט אין א גרויסן טלית מיט א ברייטע עטרה (אויפ'ן קאפ) און אנגעהויבן ברכות.

פאר ר' ישמעאל אומר האט ער זיך אויס געדרייט צום עולם כמנהגינו, און גענומען אינווענטארי פון זיינע פאסאשזירן. אז דער טלית איז אראפ פון קאפ איז דאך נתגלה העטרה, איז נתגלה געווארען די צורה פון אונזער חזן. אז ס'האט אוועקגעשיינט. דאס הייסט פשוט געגלאנצט. וכל כך למה? וויל ער האט זיך ערשט יעצט אפגעשעווט באשעווער אשר הם שוברים. און ער האט אויס געזעהן ווי שבט לוי נאך די תנופה פון משה רבנו אין פרשת במדבר. אפילו נישט קיין שתי שערות אויפ די גאנצע קרקפתא פאר א זכר. מהאט ממש געקענט מחדש זיין די לבנה אויף איהם.

וויל איך אייך נאכאמאהל דערמאנען דעם דאטום: ד' אב.

מען האט געמאכט א שטילע שישקע מיט נגון פון היתכן, נאר מהאט פארשטאנען אז ער איז אוודאי אחיוב.

אונזער חזן איז אריין געפארען און ר' ישמעאל אומר. און ביז אפאהר מינוט איז ער אדורך בשלום אלע מכשולות פן דעם כלל ופרט וכלל וכלל ופרט צריך לפרט והמסתעף, אין ער איז אנגעקומען צו מזל ביז צו די שני כתובים המכחישים זה את זה, און ס'געקומען דער כתוב השלישי יכריע ביניהם יהי רצון ...וכשנים קדמוניות, און בלייבט שטיל....ער זוכט א יאלד צו זאגן קדיש.

"אה אינו חיוב?"

פארשטייט איר מיך רבותי, דער חברה'מאן איז אינגאנצן נישט קיין חיוב, און מיר האבן זיך געכאפט אויף אונזער בראך, מיר זענען דא געבליבן שטעקען אין א הייליג חסידיש ביהמ"ד מיט א געגאליעטע געמבע פאר א חזן אין נאך דער צו אין די ניין טעג.

די שישקע האט זיך נאכ אמאהל אנגעהויבן פון אנפאנג, איינער האט געוויזן אויף זיין אייגענער בארד, דער אנדערער אויף די באק, דער דריטער האט שארפהייט געמאכט מיט די פינגער א סימן פון א שערל אויף די בארד, וכדי להוציא הספק מליבן של ציבור האט ער מיט די פינגער געמאכט אזוי ווי ער שערט טאקע. און אזוי האט דער עולם געוואונקען ביז ס'האט זיך געטראפן א שייגעץ וואס האט אויסגערעט אין די רשי"ס תפילין. נו? היתכן? נגד הלכה? מאכט ער אויף לשון קודש.

ביי ברוך שאמר האט זיך שוין איינער מורה היתר געוועהן צו זאגען אויף ספק יידיש ספק לה"ק " א חוצפה א העזה" אבער ס'נאך אלץ געוועהן שטילערהייט. כדי נישט צו פארשעמן דעם חזן דנן.

מהאט אזוי געשישקעט און געברומט און געבורטשעט אבער לכלל מחאה איז קיינער נישט טנגעקומען, אין ביני לביני האט מען אויך אריין געכאפט אווארט דאווענען אין
למעשה האט דער ש"ץ אנגעצויגען ביז נאך תחנון,

דאמאלטס האט איינער פון די לוחמים מלחמת ה' זיך אנגענומען מיט עזות דקדושה און געמאלדן אז ער איז אליין א חיוב אויף קדיש תתקבל.

נאכן דאווענען ביים תיקון - ווען דער יעניגער איז שוין אהיים - איז געווארן א וויכוחא רבא צו מען האט אים געדארפט אוועק שיקן אדער נישט.

די צדדים פון די איבעיא

א) מ'טאר נישט פארשעמען קיין שום מענטש, בפרט ווען סהענגט נישט קיין טאוול פון אזא תקנה

ב) אז ער שערט זיך אין די דריי וואכן טוט ער כנגד ההלכה טאהר מען אים נישט צו לאזן צום עמוד, מדארף נישט קיין טאוולען, דער שו"ע איז גענוג א טאוול. און וועגן פארשעמען? פארקערט ער פארשעמט אונז.

וויל איך אייך בעטען טייערע חברי הפארום, נעמט ביטע אראפ פון אייערער טייערע צייט, אין צווישען דיסקוסיעס פון דעם דיינא דמתא הרה"ג באראש אין דעם חדר בילדונג פון
ק"ק נתני------------------------------------א

ביטע מאכט אייך צייט זיך מזדקק זיין לשאלתי הפעוטה.

וואס איז אייער מיינונג? האט מען געדארפט מוחה זיין אדער שווייגן. און וואס וואלט איהר געטוהן ווען ח"ו עס פאסירט אין אייער מנין?

ובזה אשים קנצי למלין. ושוכט"ס

תוקן על ידי - baachi - 22/07/2004 22:53:43



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/7/2004 01:12 לינק ישיר 

וואס טוט זיך מיט דיין אהבת ישראל....??

אזוי אפצוחוזק'ן פון א איד וואס דאווענט ערב ובוקר וצהרים אזש מיט מנין, און אזש גאר פאר'ן עמוד...

אוי וויי וויי, ווען דער בארדיטשובער באגעגענט דיר יעצט וואלט ער דיר זיכער אראפגעלאזט אזא הילכיגן פראסק צום געדענקן....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/7/2004 19:12 לינק ישיר 

ער איז א מומר לדבר אחד?!?!, עובר אויף א סעיף אוין שולחן ערוך אין שפעטער לויפט ער ארום מיט א שמייכל אין פיהלט זיך גיט דערויף, זיין גלאטן פרצוף איז וויכטיגער ביי עהם וויש שריפת בית אלקינו, שפעטער ווערט ער מיך א פרומער און ער דאווענט פארן עמוד מיט א ברייטן עטרה אויפן קאפ!?!?
פארשטייט זיך אז מען טאהר עם נישט מבייש זיין אבער מען דארף עהם געבן צופארשטיין אז לא תקיפו פאת ראשכם איז טאקע נאר א דאורייתא נא קען מען אפשר מקיל זיין נישט שערן די בארד אין די דריי וואכן ווערט טאקע נישט דערמאנט אין שו"ע ווייל מען טאהר עס נישט אפשערן איז מן הסתם איז מותר, אבער עס האנדעלט זיך דא פון א מנהג א "מנהג" דאס איז דאך וואס די ברייטע עטרה באדייט, 'תורה' ניין, 'שו"ע' ניין, 'מנהג' אויף דעם וועלן זיי עובר זיין על כל התורה כולה צוזאמען מיטן שו"ע אבי צו קענען מקיים זיין די מנהג (פארשטייט זיך נאר בפרהסיא, זיכער צו מאכן אז יעדער זעהט), אט פאר די סיבה וואלט מען איהם געדארפט פארטרייבן פון עמוד, ער איז דאך דיי שליח ציבור.
זאג - וואלסט געפארן אין אן עראפלאהן וואס די פיילאט ברעכט אפיציעל די הלכות פון הלכות פיילאט, וואלסטו געפארן אין א טעקסי ווען די ווייסט אז די דרייווער קוקט נישט אין שפיגל און פארט דורך רויט נאו פראבלעם. וועהן וואלט געֿאפפערט א ליפט וואלסטו אפגעזאגט, אדער וחואלסטו געפארן מיט איהם ווייל די וויסט איהם נישט פארשעמען... ....איך נישט!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2004 14:04 לינק ישיר 

אין חכמה ואין עצה ....

פארן עמוד האט ער נישט גטאהרט דאווענען. א סאך אחרונים שרייבען וועגען דעם...איך האב געהערט א מעשה אז ר' נתן געשטעטנער אב"ד קרית אגודת ישראל האט זיך אמאהל אויסגעשפרייט זיין גוף מיטן טלית איבער דער ס"ת אין נישט געלאזט א ראזירטער (גע'גאלט' איז אסור מין התורה אלע מאהל) עולה זיין אין די 3 וואכען..

ווער עס איז חושד אויף מבייש זיין האט דאך געקענט זאגען אז ער האט א זיידענס א יארצייט (מותר לשנות מפני דרכי שלום) אין בעטען איהם אז ער זאהל אפטרעטען.

לכשעצמי. איך וואלט פשוט צוגעגאנגן אין געזאגט אז עס פאסט נישט צי דאוואנען מיט א רעזירטע בארד ביטע טרעט אפ.

אין קטיגור נעשה סניגור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2004 14:40 לינק ישיר 

אפשר איז ער א קאנסער פאציענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2004 07:20 לינק ישיר 

טראכטענדיג וועגן ענדע-צדיק'ס ענטפער, בין איך געקומען צו די מסקנה אז דאס איז זייער מעגליך.

ליידער איז היינט דא צווישן עולם מער ווי מען ווייסט רחמנא לצלן,

ובפרט, אז געווענליך א איד וואס גאלט זיך אין די דריי וואכן, גייט "נישט" מיט קיין "ברייטע" עטרה. אלזא איך האב זייער מורא אז "באטשי" וואס איז באקאנט מיט זיין גרויס אהבת ישראל אפילו פאר די בג"צ פון מדינת ישמעאל אויף וועם ער לאזט נישט רעדן קיין לשון הרע איז אבער נעבעך נכשל געווארן מיט'ן בארעדן און מצער זיין א "עכטן" אנגעליטענער איד.

חכמים הזהרו....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2004 08:27 לינק ישיר 

דער דאזיקער אשכול וואס איז נוגע כמעט יעדען איינעם

האט

648 ציפיות און 5 תגובות

דער אשכול פון

"שרעקליכע מכות שבת צופרי אין ירשלים"

האט

3059 ציפיות און 48 תגובות

איר מיינט אז דאס האט צוטוהן מיט די טיפקייט פון די חברי הפארום?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2004 17:21 לינק ישיר 

אונגערישער באטשי {ירידת הדורות}

ניין יענער אשכול איז מער נוגע פאר כמה סיבות.

1 און אונזערע שולען גייען נישט צו קיין בעל תפילות וואס גאלען זיך.
2 אפילו יא האט דאך דא קיינער נישט געוויסט פאראויס, אין שפעטער נאך קדיש עס איז אונזער באבע'ס עסק.
3 אפילו ווען מען ווייסט יא וואס איז מיט המלבין פני חבירו ברבים ממש.? {א מנין אידען}
4 פון מכות האט יעדער מורה ממילא אז מען זעט דאס ווארט מכות כאפט יעדעם דעם קדחת און מען קוקט אריין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2004 13:15 לינק ישיר 

נא!
קען מען מאכן א שיקל לומדות, וואלט פון אונטער די ברייטן עטרה ארויסגישטעקט א שיינעם טשופיק וואלט מען געדארפט פארשיקן. ומכלל הן אתה שומע לאו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2004 01:02 לינק ישיר 

shia550

לויט ווי איך ווייס לאזט מען צו אינדערוואכן אחיוב אהן א בארד אין רוב חסידישע בתי מדרשים

די עיקר קפידא איז ווען איינער שערט זיך קעגן די הלכה ד.ה. אין די דריי וואכן, ספירה אדער חוה"מ.

שבת אין יו"ט איז דער טעם ווייל איינער פון די מעלות פון א בעל תפילה איז זקנו מגודל.

כאטש סאיז דא נאך א פאהר מעלות פון א חזן און אויף זיי איז מען נישט אזוי מקפיד.

איך מיין די מעלה פון קולו ערב, און פון מרוצה לקהל, זעהר ווייניג זענען מקפיד אויף דעהם,
רוב זענען אבער מעורב בדעת - (נישט עם הבריות)

אקיצער אויף די בארד איז מען מקפיד שבת אין יו"ט.

איך גלייב נישט צו מ'קען על פי הלכה מונע זיין אחיוב אינדערוואכן פון עמוד אויב ער שערט זיך אויף איין אופן המותר.

יעצט איז די שאלה צו דער איסור- תקנה - מנהג איז מתיר הלבנת פנים ברבים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2004 05:03 לינק ישיר 

הלבנת פנים איז נישט קיין ענין צום שאלה דא.


לויט דער הלכה קען אפילו 'איין' מתפלל מוחה זיין אז דער בעל תפלה איז נישט מרוצה פאר איהם.

היינט פירט מען זיך נישט אזוי אבער אין פרינציפ אויב איינער קען מוחה זיין קען מען נישט טענה'ן הלבנת פנים.

דער חילוק פון וואכען אין שבת איז פשוט נישט ריכטיג איך גלייב נישט אז עס האט געקענט א מגולח דאווענען פארן עמוד אין דער וואכען מיט דער מנין פון סאטמאר רבי זצ"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2004 06:49 לינק ישיר 

איך גלייב נישט אז א מגולח קען דאווענען פארן עמוד אין רוב חסידישע בתי מדרשים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2004 08:05 לינק ישיר 

אן אינטרעסאנטע מעשה איז אמאל געווען מיט א מגולח, בערוב ימיו פון הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל, ווען דער רבי האט שוין געוואוינט אין קרית יואל, פון וועלכן מ'קען האבן א שטיקעלע בליק איבער דעם רבי'נס געוואלדיגע הימלישע פקחות און דרכי ההנהגה בקודש וויאזוי זיך אומצוגיין מיט א יעדן איד.

עס איז געווען א ליטווישער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן זיך געזעגענען מיט א קוויטל אין קרית יואל. אזוי ווי ס'איז געווען א לאנגע רייע פון אסאך אידן האט זיך דאס געזעגענען פארצויגן און מען האט געדארפט ווארטן זייער לאנג. יענער איד איז פונקט געווען אין יאר נאך זיין טאטן און ער האט אנגעהויבן ווערן נערוועז ווייל ער האט געדארפט דאווענען מנחה פארן עמוד.

ער האט געטראכט צו דאווענען ביים רבי'נס מנין, אבער פרעגנדיג דארט ביי די שטוב מענטשן און משמשים האט מען אים געזאגט אז ער קען נישט דא דאווענען וויבאלד ער שערט זיך די בארד, און ביים רבי'נס מנין קען נישט דאווענען פארן עמוד א מגולח.

יענער איז געווען אין א שטארקע פארלעגנהייט. ס'איז נאך געווען אין די בראשית יארן פון קרית יואל, אזוי שפעט וואלט ער שוין אין ערגעץ נישט געטראפן קיין מנין און ער האט נישט וואו צו פארן. ער וויל זיך נאך אויך פראווען מיט א קוויטל ביים צדיק הדור און דא ווידער מוז ער אויך דאווענען פארן עמוד זייענדיג אין יאר נאך זיין טאטן. וויאזוי וועט ער דאס באווייזן?

ער האט פרובירט זיך איינבעטן ביי די גבאים. מען האט נישט געוואוסט ווי צו טאן, מעג מען אים אפזאגן און וואס וועט דער רבי דערצו זאגן. אינמיטן עפנט זיך די טיר און די געטליכע צורה פון הייליגן רבי'ן זי"ע באווייזט זיך. דער רבי קומט ארויס דאווענען מנחה.

דער רבי גיט א פרעג הרה"ח ר' מאיר דייטש וואס גייט פאר. ער האט באמערקט א געזעמל וואו מען איז עפעס העפטיג דן. ר' מאיר פאראינטרעסירט זיך און דערציילט דעם רבי'ן וואס דא גייט פאר. א איד וואס שערט זיך די בארד איז אין יאר נאך זיין טאטן, ער וויל דאווענען פארן עמוד אבער דא איז מען אין א שווערע פארלעגנהייט, מ'וויל אים נישט לאזן וויבאלד ער איז א מגולח.

דער רבי זי"ע איז שוין דעמאלט געווען שטארק שוואך, כידוע, אבער דער מח איז אים נאך געווען קלאר און שארף. רופט זיך דער רבי אן תיכף ומיד מיט א שמייכל און מיט זיינע לעכטיגע פינקלדיגע אויגן: נו, זאל ער זיך מקבל זיין מכאן ולהבא צו גיין מיט א בארד!...

מען האט יענעם צוגערופן צום רבי'ן און דער רבי זאגט אים איבער די זעלבע זאך, מיט א הייליגן שמייכל און ווארעמע ליבליכקייט.

יענער איד האט תיכף אנגענומען דעם רבי'נס בקשה און צוגעזאגט צו טראגן פון היינט און ווייטער א בארד, און ער איז געווען דעם רבי'נס בעל תפילה.

יענער איז געבליבן גיין מיט א בארד ביז צום היינטיגן טאג, אלעס א דאנק דעם כח הקדושה והחכמה פון רבי'ן זי"ע, וועלכער האט אזוי כלאחר-יד מיט א שמייכל און א גלייכווערטל מדריך געווען אידן בדרך ישראל סבא.

זכותו הגדול פון הרה"ק מסאטמאר זצוקללה"ה יגן עלינו ועל כל ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2004 10:59 לינק ישיר 

קרן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2004 19:57 לינק ישיר 

קרן א זייער שיינע מעשה

אבער נישט אין אלע חסיד'שע קלויזען קענען מגולחים נישט דאווענען פארן עמוד

לובאוויטש (חאטש אז זיי האלטן אז ראזירען איז א חשש דאורייתא) גור, וויזניץ (חוץ ר' מאטעלע שליט"א)באבוב...ועוד. מעג מען דאווענען אהן א בארד.

איך בין איינמאהל געוועהן אין לובאוויטש הושענה רבה ביינאכט ביים תהילים אין פארן עמוד האט געזאגט תהילים דער באקאנטער שרייבער ניסן גארדאן און ער האט זיך ראזירט. עס איז מיר דעמאלס געוועהן א פלא אבער מ'האט מיר געזאגט אז ער האט געהאט אויף דעם א חזקה.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2004 20:58 לינק ישיר 

יוסי
מכלל די פיר קרייזען וואס די האסט דא אויסגערעכט קען מען פארשטיין אז אין רוב חסידישע קרייזען גייט א מגולח נישט צו דעם ברעטל?

למשל סאטמאר,סקווער,בעלז,פאפא,צאנז,סלאנים,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > א ש"ץ וואס גאלט זיך אין די דריי וואכן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext