צוויי אראבישע פירער, ארעסטירט אין אלבאני
די פעדס האבן היינט ארעסטירט צוויי מוסולמענער רעליגיעזע פירער אין אלבאני ניו יארק, אויף די קלאגעס, אז זיי האבן געהאלפן טעראריסטן קויפן מיסיל צו שיסן אויף עראפלאנען.
די צוויי וואס זענען ארעסטירט געווארן איז דער אימאם פון די מעטשעט און נאך א געהילף. למעשה האבן זיי נישט געהאנדעלט מיט קיין שום טעראריסטן. ווייל דער "מכלומר'שטער" טעראריסט איז געווען א עף.בי.איי. אגענט, וואס האט געשפילט אלס טעראריסט, און האט זיך אנגעגעבן אלס אן על-קאידא פארבינדעטער, וואס זוכט צו שאפן א מיסיל אראפצושיסן עראפלאנען.
די צוויי אלבאני מוסולמענער האבן אים אנגעבליך געהאלפן און אויך געדרייט מיט געלטער און מאני לאנדרינג, צו קענען קויפן די מיסיל, וואס איז למעשה קיינמאל נישט געקויפט געווארן.
ווי עס קוקט אויס, איז עס א גוטער געווער פאר בוש איבערהויפט יעצט פאר די וואלן.
|
|