הונדערטער ביי ניקלעשבורג'ר רבי שליט"א
צענדליגער האבן זיך משתתף געווען ביים דאווענען במחיצת ר' מיכל'ע פון ניקלעשבורג מאנסי שליט"א, דאס דאווענען און טיש פירן זענען פארגעקומען אינעם אפריון זאל אין ירושלים עיה"ק.
ביים טיש פרייטיג צונאכטס איז געווען ארום 400-500 חסידים וסתם אנשי ירושלים, ס'האט געדונערט די שירי שבת אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א.
שבת ביים קידוש האבן זיך אויך באטייליגט צענדליגער מענטשן מיט צוהאלטן די תורה און שבת'דיגע ניגונים, דע רבי שליט"א האט ארום גערעדט די ענין פון צו זיין אין ירושלים די הייליגע שטאט, און געברענגט פארשידענע שיינע מעשיות פון ירושלים עיה"ק.
ביי שלוש סעודות האט מען ממש נישט געקענט אריינגיין אינעם זאל אזוי פיל מענטשן זענען געווען דארט, די עולם האט ממש מיט געוויינט ביי תורה זאגן, די רבי שליט"א האט גערעדט ווען דברים העומדים על הפרק.
די ניקלעשבורגער רבי שליט"א וועט וויילן אין ארץ ישראל פאר א אפאר טעג צוליב א שמחה אין די משפ'.
=====
אזוי אויך איז דאהי הרב בעריש מייזליש שליט"א סאטמאר רב פון בארא פארק.
איך האב בילדער פונעם שלש סעודות אין אפריון זאל, די ערשטע געלעגנהייט וואס כ'וועל האבן וועל איך עס ארויפלייגן אי"ה.
 |
|
|