משוגע משוגע, אבער שכל דארף מען האבן....
אַמאָהל ס'איז געווען איין משׁוּגענער אין ליוּבּאַוויטש, אָבּער וויבּאַלד אַז ער איז געווען נאָר דער איינציקער משׁוּגענער אין שׁטעטל, ער איז געווען אַלעמאָהל אַליין. איין טאָג דער משׁוּגענער האָט בּאַקוּמען אַ בּריוו פֿוּן אַ חבֿר זײַנער אין פּעטערבּוּרג וואוּ ער שרײַבּט אַז אין פּעטערבּוּרג ס'איז דאָ אַ גאַנצע קהילה פֿון משׁוּגעים, אוּן ער קען קוּמען אַהינצוּ.
אַצינד דער ליוּבּאַוויטשער משׁוּגענער האָט געהאַט אַ שווערע פּראָבּלעם. ער האָט טאַקע געוואָלט האָבּן חבֿר'ה, אָבּער ער האָט געהאַט אַ שׁאלה צי מ'מעג לאָזן אַ יידישׁע שׁטעטל אָהן קיין איין משׁוּגענער.
דער משׁוּגענער האָט בּאַשׁלאָסן אַרײַנגיין צוּם רבּי'ן מוהר"שׁ, (כ"ק אדמו"ר שׁמוּאל שׁניאורסאָהן זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע) אוּן פֿרעגן. ווען ער האָט געקוּמען צוּם רבּינ'ס גבּאי, דער גבּאי האָט איהם אוועקגעוואַרפֿט...
לאָזן אַ משׁוּגענער אַרײַן צוּם רבּי'ן..?!
יעדער טאָג דער רבּי פלעגט ארויסגיין מיט זײַן וואָגן אויף אַ שׁפּאַציר אין וואַלד, ווײַל די דאָקטוירים האָבּן איהם אַזוי געהייסן. דער משׁוּגענער האָט דאָס געוואוּסט, אוּן ווען דער רבּי איז געווען אין זײַן וואָגן דער משׁוּגענער האָט אײַנגעשׁפּרוּנגען אויפן רבּינ'ס עגלה. דער בּעל-עגלה האָט געוואָלט ארויסוואַרפֿן דער משׁוּגענער פֿון עגלה, אָבּער דער רבּי האט געזאָגט איהם צוּלאָזן, אוּן דער רבּי האָט געפֿרעגט דער משׁוּגענער וואָס האָט ער געוואָלט. דער משׁוּגענער האָט געפֿרעגט זײַן שׁאלה, אוּן דער רבּי האָט געענטפֿערט אַז מ'טאָר ניט טאַקע לאָזן אַ יידישע שׁטעטל אָהן קיין משׁוּגענער..
ווען דער משׁוּגענער האָט אַראָפּגעגאַנגען פֿוּן עגלה, חסידים האָבּן איהם געכאַפּט, אוּן האָבּן געוואָלט איהם גוּט שׁמײַסן... זיי האָבּן איהם געפֿרעגט וואָס האָט ער געוואָלט פֿוּן רבּי'ן, אוּן ער האָט דערציילן דער גאַנצע מעשׂה. די חסידים האָבּן געפֿרעגט- "אָבּער דוּ בּיסט דאָך אַ משׁוּגענער, פֿוּן וואַנעט ווייסטו אַז מ'דאַרף פֿרעגן דעם רבּי'ן אויף יעדער זאַך?"
דער משׁוּגענער האָט געענטפֿערט-
"משׁוּגע משׁוּגע, אָבּער שׂכל דאַרף מען האָבּן"....
בן הצבי
תוקן על ידי - קרינסקי - 01/09/2004 4:41:04
 |
|
|