בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ליינער מיינונגען איבער בוש & קערי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/9/2004 19:43 לינק ישיר 
ליינער מיינונגען איבער בוש & קערי

אראפגענומען פונעם וואוט אשכול.

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1096977

Ziskeit שרייבט
ווען די רעפובליקענס וואלטן גענומען דזשאן מעקעין, רודי דזשוליאני, דזשארדזש פאטאקי אדער ארנאלד שווארצענעגער פאר זייער קאנדידאט וואלט איך געוואוט פאר דעם רעפובליקאנער קאנדידאט.

ווען די דעמאקראטן וואלטן גענומען דזשאן עדווארדס, ביל קלינטאן אדער הילערי קלינטאן וואלט איך זיכער געוואוט פאר דעם דעמאקראטישן קאנדידאט.

אזוי האבן מיר יעצט אן אויסוואל צווישן דעם אידיאט בוש און דעם אומבאחנטן קערי, און דעריבער בין איך שטארק אנדעסיידעט.

איין זאך קען איך ענק זאגן אז ווען איך ליין די אויסלענדישע פעיפערס און איך זע וויאזוי זיי לאכן פון אונז אמעריקאנער אז מיר זענען נישט קלוג, ווייל מיר האבן אויסגעפיקט א נארישן מענטש אלס אונזער פרעזידענט, ווער איך מער נוטה צו וואוטן פאר דעם ערשטן מענטש וואס קען אים ארויסזען פון די ווייט האוז, אויב יענער איז נאר א קאפיטשקע קלוגער פון אים.
==
געזען אויף א באמפער סטיקער:

!!!Somewhere in Texas, A Village is Missing its Idiot

קוקטס נאר וויאזוי דער אידיאט קען נישט האלטן זיין שירעם גראד


=====

געזעגענען שרייבט
מיט'ן גאנצן רעספעקט פאר אונזער פרעזידענט בוש, איז אבער מיין מיינונג אז פאר די אינטערעסן פון חרדי'שע אידן איז וויכטיג צו שטימען פאר קערי.

פרעזידענט בוש האט זיך ארויסגעשטעלט אלס איינער וואס האט אינזין די קעשענע פון די מיליאנערן, און קימערט זיך גאנץ ווייניג צי די ארימעלייט וועלן נישט האבן וואס צו עסן אדער א דאך איבער'ן קאפ.

איך וועל נישט אריינגיין אין די אויסלענדישע פאליטיק, וואס איז שוין באקאנט אז ער האט אנגעמאכט א "מעס" מיט די מלחמה אין איראק. אבער אונז אידן איז דאס וויכטיגסטע אז אמעריקע זאל בלייבן א "פריי" לאנד מיט סאציאלע סערוויסעס פאר יעדן אונטערדרוקטער וואס לעכצט מאך פרייהייט.

וואו וואלטן מיר היינט געווען ווען נישט די אלע סערוויסעס וואס אונזערע זיידעס און טאטעס האבן באקומען נאך די מלחמה???

און לאמיר זיך נישט לאזן פארנארן פון די וואס ווילן אונז איינרעדן אז די קאנסערוואטיווע אנשויאונגען זענען גוט פאר אונז. עס איז נישטא נאך אזויפיל "אינטעליגענטע" אנטיסעמיטן ווי ביי די קאנסערוואטיווע און אפילו ביי די מעסיגערע רעפובליקאנער!!!!

די ליבעראלע זענען מעגליך אויך נישט קיין אידן ליבהאבער, אבער וויבאלד זיי זארגן זיך פאר די מינאריטי מוזן זיי אינזין האבן אויך דעם איד.
=====

זיידיאנטשי שרייבט
זיסקייט כקען קוים ווארטן וויאזוי דיינע אויסלענדישע פעיפערס וועלן חוזק מאכן פון דיין חכם

געזעגענען די רעדסט פונקט ווי די אגודיסטן וואס שרייען אלעמאל אז אן די מדינהס געלטער וואלט די תורה נישט געקענט עקזעסטירן


=====

Ziskeit שרייבט
זיידיאנטשי, קערי איז נישט מיין מענטש, איך האב אים קיינמאל נישט געגליכן און איך ווייס נאכנישט אויב כ'וועל וואוטן פאר אים (אדער אפשר פאר באנדאריק אדער נעידער), אבער ער איז ווייט פון א נאר. ער איז געווען פון די אויסגעצייכנסטע סטודענטן אין יעיל און איז געווען א שיפס-קאמאנדיר אין וויעטנאם וואס כ'גלייב אז מען האט נישט געגעבן אזא דזשאב פאר נאראנים.

ווי יעדער ווייסט איז בוש געווען א נאר און שרעקליכער שלימזל אלס יונגערמאן. ער איז געווען א סי סטודענט אין קאלעדזש און האט זיך געחברט מיט שלעכטע חברים מיט וועלכע ער האט געשיכורט ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן. אין ביזנעס האט ער נישט מצליח געווען ביז די סאודי אראביער האבן אנגעפאנגען צו אינוועסטן אין אים ווייל זיי האבן זיך געוואלט חנפ'ענען צו זיין פאטער.

בוש קען נישט ארויסזאגן דאס ווארט "נוקלעאר". (ער רופט עס נוקילער ווי באקאנט) און ער פירט אונז אין מלחמה ווייל סאדאם האט נוקלעארע וואפן. ווי קען איך טראסטן אזא משוגענעם ביי די מאכט?
==
איינער האט מיר צוגעשיקט די פאלגנדע מעסעדזש אויף אי-מעיל און געבעטן עס צו פאוסטן:

Let's discuss the history of the candidate

Did you know that During his failed 1978 Congressional bid, George W. Bush ran an advertisement that claimed that he served in the Air Force. He lied, he never served in the Air Force!

Did you know that Bush was arrested for driving drunk.

Did you know that Bush sold his company stock a day before it went bankrupt, a very big crime (Martha Stewart).

Did you know that First lady Laura ran over her boyfriend and killed him, while fleeing the scene.

Did you know that the guy who admitted Bush in the Texas guard said that Bush the father asked him to admit the son and give him a higher rank.

Did you know that Bush was absent from duty for a whole year.

Did you know that when he came back he abruptly ended his military career, we don't know if he was thrown out because he never released his discharge papers.

Did you know that the father called Yale and bagged them to admit the son, he entered under the Legacy program.

Did you know that Bush had big business with the Saudi and Bin Laden families.

Did you know that Bush was sued for sexual harassment, when all of a sudden his accuser died.

Did you know that Bush said he went to the National guard to avoid going to war.

Did you know that the Bush family got rich from their business with the Nazis ?

Everything is true. If you don't believe it visit this site for links to all the claims
http://libnews.blogspot.com/2004/08/current-issues-doesnt-matter.html

=====

זיידיאנטשי שרייבט
זיסקייט טייערער, כווייס נישט צו די ווילסט ערנסט וויסן אדער שרייבסט סתם
אין קורצן וועל איך דיר אבער ענטפערן כדלהלן

בוש און קערי זענען ביידע פאליטיקאנטען, וועגן זייער פערזענליכע חכמה אדער פעאיגקייטן מאכט קיין סך נישט אויס מקען עס דרייען אהער און אהין (בוש איז אויך געווען אין יעיל און הארווארד ווי אויך א סוקסעספולער גאווערנאר איו טעקסאס 8 יאר - א רעקארד, טשורטשיל האט נאך געטרינקען אין די עלטערע יארן אזויפיל ווי בוש אין זיינע יונגע און דאך געווען פון די אויסגעצייכענסטע וועלט פירער, און לאמיר נישט רעדן פון קלינטאן מיט זיינע תאוות אבער האט געקענט פירן מיט א געלונגענעם קאבינעט) די עיקר איז אז זיי זאלן האבן ארום זיך געלונגענע ערנסטע עקספיריענס מענטשן און צו דעם איז הכל מודים אז בוש האט דאס

זיין קעקעצן איז נישט מעלה אדער מוריד (נאר פאר די לצים איז דאס סחורה), וואס מאכט יא א חילוק אז מיט בוש ווייסט מען כאטש ווי משטייט מיט אים ער זאגט וואס ער האלט צו סגעפעלט דיר יא צו נישט אזוי קען מען כאטש וויסן צו מזאל מסכים זיין מיט אים אדער מחלק זיין וואס פארדעם זענען טאקע אזויפיל מענטשן אויסגעשפראכען קעגן אים ווייל ער דעקלערט קלאר זיין מיינונג און מענטשן וואס האלטן אנדערש פראטעסטירן

מיט קערי קען מען קיינמאל נישט וויסן ווייל ער זאגט וואס מוויל הערן, ער זוכט יעדן צו געפעלן און טוישט זיין מיינונג כסדר און כוייס נאך נישט עד היום וואס ער האלט וועגן דעם וואנט אין ארץ ישראל אדער וואס פונקטליך ער האט אויפגעטאן אין זיינע 15+ יאר אלץ פאליטישאן, יעדן שני וחמישי האט ער א נייע מיינונג אזא איינעם קען מען דאך זיכער נישט טראסטן

יעדע פאליטישן זאגט אלעס צו פאר די וואלן, סאיז הוילע שטותים, א גרויס חלק פון די זאכן קען ער אפילו נישט טוישן (די עקאנעמיע למשל) און דאס איבריגע פארגעסט ער ווי נאר ער נעמט איבער די לייצעס, סאיז א מציאות, נו קען מען דאך שוין בלייבן מיטן איצטיגן וואס איז נישט אזוי געפערליך אפילו לשיטת קערי
=====

מקוה_איד שרייבט
רבותי! זייטס נישט קיין נארנים, דא אין נו יארק איז נישטא קיין שום שאנס אז בוש זאל עס מאכן, סיז ארויסגעווארפן די צייט צו גיין שטימען, ווען ס'וואלט ווען געווען א קלאוס רעיס וואלט איך געוואוט פאר בוש (איך האב נישט קיין סעקשן 8).

פארוואס? איך בין מודה, איך גלייך זייער נישט בוש, פונקט פארקערט איך האלט אז די מלחמה אין איראק איז א געפערליכע צרה, אין ווער ווייסט צו מעט זיך אמאל ארויס זעהן דערפון, נאר וואס דען, דער קערי איז א "פליפ פלאפ" ער האט נישט קיין שום קאנוויקשען, היינט זאגט ער אזוי מארגו אזי, בקיצור ער וועפט אויף כח.

נאכמער, ער איז פונקט אזוי שולדיג אונעם חורבן אין איראק, ער האט געהאט א ברירה צו שטימען קעגן די מלחמה אין די סענאט. נאכדעם וואס יעדער זעהט אז די מלחמה גייט נישט אזוי איי איי איי, קומט ער ווי א חכם מיט טענה'ס, קודם זאל ער זיך פארענטפערן, נאכדעם זאל ער פרעגן קשיא'ס אויף בוש.

אויך האלט איך אז אויב בוש פארלירט וועט עס זיין א געפערליכע פאטש פאר די עצם "וואר עגענסט טעראר", און איך פארגין נישט די שונאים פון אמעריקע די נקמה און הנאה...

אלענספאל, ווי כאב פריער געזאגט, דא אין נו יארק איז די רעיס אווער, אין סיז נישט מעלה ומוריד.

עכ"ז, אויב כעל האבן צייט וועל איך מסתמא וואוטן פאר נעידער, פשוט פאר עטענשען.

איינער ווייסט צו נעידער גייט זיין אויף די בעללעטס אין נו יארק?

בקיצור, "נייטעראל", געב א וואוט פאר נעידער...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2004 20:34 לינק ישיר 

איך זע נישט אז פאר אחינו כל בית ישראל זאל זין א נפקא מינה ווער איז פרעזידענט.

פון די רעפובליקאנער טעקס רידאקשענס האט א מיטל פארדינער ביז טויזענט דאלער נישט קיין ביג דיל.

אין פון די דעמאקראטישע פראגראמען איז אויך מער נוגע די סטעיט אין סיטי וואס זיי טיילען דאס געלט לויט זייער פארשטאנד.

תוקן על ידי - עפשטיין - 06/09/2004 21:06:47



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2004 20:46 לינק ישיר 

המשך פון פריערדיגן אשכול


נייטעראל שרייבט
באקומען אין אימעיל.

איך האלט אז COMMENTS איז יא אינטערעסאנט ווייל אזוי קען מען מאכען א דעסיזען פאר וועמען צו וואטען, אבער בעט דעם עולם נישט שרייבען באליידנגען אין קללות אויף איינעם וואס האלט אנדערש ווי עיהם
וואס זאגגסטו?

איך זאג, גרעכט איז גערעכט, אבער ביטע זיך האלטן צו די אישוס.

LETS ROLL
=====

Ziskeit שרייבט
איך בין היינט געזיצן אויף די אינטערנעט און דורכשטודירט ביידע קאנדידאטן און זייערע אישוס. איך בין שוין געקומען צו די מסקנא פאר וועמען איך גיי וואוטן: קערי, חוץ זיין אומבאחנקייט איז ער א ישועה פאר אונז אידן אין אמעריקע צוליב זיינע סאציאלע אישוס (אמת טאקע אז פאר די אידן אין ארץ ישראל איז בוש בעסער אבער איך האב נישט איינגעטיילט פאר די איזראעליס פאר וועמען זיי זאלן וואוטן זאלן זיי מיר נישט איינטיילן פאר וועמען איך זאל וואוטן.)

===

רבותי, איך מוז מודה זיין איין זאך, בוש האט א קנאקעדיגע ריעלעקשאן טיעם. זיי האבן געמאכט אזא גוטע דזשאב אז אפילו אסאך פון אונז דא אויף היידפארק האבן אנגעפאנגען צו גלייבן די בוש קאמפיינ'ס אטאקעס אויף קערי, אז ער איז א פליפ פלאפער.

ביז היינט האט מען געוואוסט אז די אטאקעס פון איין פרעזידענט קאמפיין אויפ'ן אנדערן איז געצילט צו קאנווינסן די משוגעים און אומגעלערנטע מענטשן פון די דרום און מידוועסט אמעריקאנער סטעיטס, וועלכע גלייבן יעדן ליגנט וואס מען רעדט זיי איין. כאב נישט געוואוסט אז היימישע יונגעלייט לאזן זיך אויך פארדרייען א קאפ.

ווען מען ציילט אפ וויפיל פליפ פלאפס בוש האט געהאט זעט מען אז ס'איז סאך מער ווי קערי'ס. איך שטוין וויאזוי עטס פרובירטס עס צו פארגעסן, אדער אפשר מאכט עטס ענק נאר וויאזוי עטס האטס עס פארגעסן.

איך וועל ענק "דערמאנען" נאר עטליכע:

בוש: די מלחמה אין איראק קען נישט געווינען ווערן
בוש: די מלחמה אין איראק קען יא געווינען ווערן
(דאס איז געווען פאריגע וואך. עט ליעסט דאס וואלט עטס געמעגט געדענקען. שעמטס ענק)

בוש האט געהאקט קעגן קאמפיין פינאנץ רעפארם און דערנאך האט ער געשטיצט קאמפיין פינאנץ רעפארם.

בוש איז געווען קעגן גרינדן א האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט און דערנאך האט ער געשטיצט א האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט און געשריגן אז די דעמאקראטן לאזן נישט גרינדן די דעפארטמענט.

בוש איז געווען קעגן גרינדן א 9-11 קאמישאן און פלוצלינג האט ער געטוישט זיין מיינונג און עס יא געשטיצט.

בוש איז געווען קעגן אן אינוועסטיגעישאן וואו עס איז פארשוואונדן געווארן די איראקער דאבעליו-עם-די און דערנאך האט ער געטוישט זיין מיינונג און עס יא געשטיצט.

בוש איז קעגן אריינמישן אמעריקע אין די מיטל מזרח קאנפליקט און דאן מישט ער אריין אמעריקע און פרובירט צו מאכן שלום צווישן די פאלעסטינער און מדינת ישראל

בוש איז קעגן בויען א קאאלישאן צו גיין אין מלחמה קעגן איראק און דאן טוישט ער זיין מיינונג און ער שטיצט יא נעישאן בילדינג

בוש: סטעיטס דארפן דיסיידן צי געי מערידזש זאל זיין ליגעל אדער נישט
בוש: מען דארף באשטעטיגן א קאנסטיטושאנעל אמעמדמענט קעגן געי מערידזש

בוש: די וויכטיגסטע זאך פון די מלחמה איז צו כאפן אסאמא בין לאדין
בוש: אסאמא בין לאדין איז נישט קיין אישו. איך ווייס נישט וואו ער איז און ס'אינטערסירט מיך נישט

בוש האט געזאגט אז ער וועט נישט גיין אין מלחמה אויב די יו-ען סעקיוריטי קאונסיל וועט נישט באשטעטיגן די מלחמה און דערנאך פייפט ער זיך אן און גייט אין מלחמה אן פארלאנגען פון די סעקיוריטי קאונסיל צו וואוטן פאר דעם

בוש זאגט אז ער איז פאר פרי טרעיד און דאן לייגט ער ארויף הויכע טאריפס אויף שטאל און דאן נעמט ער צוריק אראפ די הויכע טאריפס פון די שטאל

בוש: איך וועל נישט פארהאנדלען מיט נארט קארעא
בוש: איך וועל פארהאנדלען מיט נארט קארעא

===

Carl Rove At his Best

זיי האבן עס געמאכט מיט מייקל דוקאקיס, דזשאן מעקעין און על גאור און יעצט מאכן זיי עס מיט דזשאן קערי און זיי זענען מצליח.

ווער געדענקט נאך זייער מעשה מיט על גאור אז ער האט געזאגט אז ער האט אויסגעטראפן די אינטערנעט. א שקר מוחלט, ער האט עס קיינמאל אין זיין לעבן נישט געהאט געזאגט, כאטש ער איז באמת געווען דער סענאטאר וואס האט
פארגעשלאגן דעם ביל אז די מיליטער זאל ארויסגעבן די סודות פונעם אינטערנעט (ווי באקאנט האט דאס מיליטער שוין אינטערנעט פאר דרייסיג-פערציג יאר) אז דער המון עם זאל קענען געניסן דערפון.

ליינט די פאלגנדע ארטיקלען און שטוינט:

http://dir.salon.com/tech/col/rose/2000/10/05/gore_internet/index.html

Actually, the vice president never claimed to have done so -- but he did help the Net along. Some people would rather forget that.

Gore never claimed to have "invented" the Internet. What he said was: "During my service in the United States Congress I took the initiative in creating the Internet."


ליינט דא וויאזוי א דאנק על גאור זיצן מיר יעצט אויף די אינטערנעט און געבן זיך דא אויס אויף היידפארק:


=====

rotzer שרייבט
Ziskeit

עס זעהט מיר אויס ווי דער בעל קרי האט אייך פארשפראָכן א פאזיצע אין זיין אדמינאסטראציע.
=====

Ziskeit שרייבט
:Carl Rove At His Best

דזשאן מעקעין האט אינדערהיים אן אדאפטירטן שווארצן קינד וואס ער האט אויפגעצויגן ווי זיין אייגענעם. וואס האט קארל ראוו געטאן אים אומצוברענגען אין די פאולס. ליינט און שטוינט:

די בוש קאמפיין האט ארומגערופן די קאנסערוואטיווע וויילער און זיי פארציילט אז מעקעין האט אן אומלעגיטימע שווארצע קינד פון א שווארצע פרוי. די רעזולטאט: מעקעין האט פארלוירן די פריימערי

Bush's campaign strategists, including Karl Rove, devised a push poll against John McCain. South Carolina voters were asked ''Would you be more likely or less likely to vote for John McCain for president if you knew he had fathered an illegitimate black child?''. They had no interest in the actual percentages in the poll, the goal was to suggest that he had. This was particularly vicious since McCain was campaining with his adopted Bangladeshi daughter. The sight of the little dark skinned girl made the seed planted earlier grow and John McCain lost South Carolina, effectively ending his run for the presidency.

=====

זיידיאנטשי שרייבט
זיסקייט די האסט שוין נישט קיין תקנה א דעמאקראט ביסטו און פאר קערי וועסטו וואטען נישט קיין חילוק וואס די אישוס זענען, סזעט אויס ווי די האסט עפעס א האס קעגן בוש פערזענליך (אפשר האסטו א זון אין איראק?) חוץ פון דעם וואס די ביסט מחליט לויט אויסלענדישע פעיפערס און דורך זיצן אויפן אינטערנעט כלשונך

האסט פריער געשריבן חילוקים און טענות וואס די זעסט צווישן קערי און בוש, כמיין כהאב דיר געענטפערט לגופו של ענין אבער אנשטאט זיך וויסענדיג מאכן שרייבסטו יעצט סתם נארישקייטן

אויב די זאכן וואס די דערמאנסט דא מיינט ביי דיר פליפ פלאפ, דעמאלס לאמיר דיר דא "דערמאנען" א גאנץ פרישער פליפ פלאפ פון איינעם וועם די קענסט גיט:

זיסקייט: האבן מיר יעצט אן אויסוואל צווישן דעם אידיאט בוש און דעם אומבאחנטן קערי, און דעריבער בין איך שטארק אנדעסיידעט. (5/9/2004 20:37)
זיסקייט: איך בין געקומען צו די מסקנא פאר וועמען איך גיי וואוטן: קערי, קערי איז א ישועה פאר אונז אידן אין אמעריקע צוליב זיינע סאציאלע אישוס. (6/9/2004 5:00)


און לאז דיך אפ פון קארל ראוו, ביזט דאך אליין מודה אז ער פירט א קאמפיין צען מאל בעסער ווי קעריס קאמפיין חברה (וואס ער האט שוין געטוישט איינמאל און ער וויל שוין ווייטער טוישען) איז דאך בוש גארנישט אזא נער און פארשטייט וועם צו שטעלן אין שפיץ וואס זאל פירן זיין קאמפיין...
=====

Ziskeit שרייבט
זיידיאנטשי דו ביזט גוט

איך האב געלאכט פון דיין דזשאוק איבער די אינטערעסאנטע סתירה וואס דו האסט געטראפן אין מיינע ווערטער.

דהיינו: קודם בין איך געווען אנדיסיידעט און דערנאך בין איך געווארן דיסיידעט.

(אגב, האסט זיך אויסגעלערנט פון קארל ראוו צו פארדרייען ווערטער: איך האב געזאגט: "איך בין שוין געקומען צו די מסקנא פאר וועמען איך גיי וואוטן: קערי, חוץ זיין אומבאחנקייט איז ער א ישועה פאר אונז אידן אין אמעריקע צוליב זיינע סאציאלע אישוס".)

ביי אונז פוילישע וואלט מען אזא לץ ווי דו אראפגעטריבן פון טיש מיט בושות אבער ביי ענק אונגארישע איז עס ווארשיינליך גענוג א גוטער וויץ.

אדרבא, פרוביר אפצואווענדן מיינע ווערטער. איך בין גרייט צו דיבעיטן יעדן איינעם. איך האב דורכשטודירט די אישו פון אנפאנג ביז צום סוף און איך בין זיכער אז איך קען דיר ענטפערן אויף יעדע פון דיינע פראגן.

נ.ב. איבער מיר פערזענליך: איך בין רעגיסטרירט אלס אינדעפענדענט. מיין הויפט פאליטישע אישו איז און איז אלעמאל געווען אנטי-קאראפשען. אין 00' האב איך קודם געשטיצט דזשאן מעקעין, דער דעמאלטיגער אנטי-קאראפשען קאנדידאט. איך האב אים געשיקט א טשעק מיט די (דעמאלטסדיגע) מאקסימום פון 1,000 דאלאר. ווען ער האט פארלוירן די פריימערי דורך די טעראר אטאקעס פון קארל ראוו בין איך געווארן שטארק אנטוישט אין בוש. עווענשולי האב איך געוואוט פאר ראלף נעידער, דער איינציגסטער אנטי-קאראפשען קאנדידאט וואס איז איבערגעבליבן אינעם פארמעסט.

היי-יאר ווייסט שוין יעדער איינער אז א וואוט פאר נעידער איז פאקטיש א וואוט פאר בוש, און דעריבער שטיי איך יעצט ווייט פון אים.
=====

געזעגענען שרייבט
ווער געדענקט נישט אין 95' ווען דער היימישער עולם איז געווען משוגע עקסייטעד פאר די רעפובליקאנער, וועלכע האבן טאקע איינגענומען די ביידע קאנגרעס הייזער אין וואשינגטאן אן דעמאלט האט זיך אנגעהויבן די גרעסטע רעדאקשענס אין די סאציאלע פראגראמען פון וועלכע אחב"י געניסן און דארפן צוקומען.

עס זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז דער אלגעמיינער ציבור קען זיך דורכקומען מיט די מאגערע אינקאם, אן די פראגראמען.

און מען זאל זיך ארויסהאקן פון קאפ אז מט די רעפובליקאנער וועט מען ווערן רייך. אויב ביסטו איצט א מיליאנער וועסטו טאקע ווערן רייכער, אבער אויסער דעם בלייבט אלעס ביים אלטן.

החכם עיניו בראשו!
=====

Ziskeit שרייבט
ווער איז וויכטיגער ביל געיטס אדער זיסקייט?

יעדע וואך קוק איך זיך צו וויאזוי פון מיין מאגערע וועידזש גייט נאך אראפ א גרויסע סכום געלט פאר פעיראל טעקס. דאס ביסל געלט וואס בלייבט איבער איז קוים גענוג פאר ברויט און וואסער.

די איינציגסטע וואס זאגן צו א פעיראל טעקס קאט זענען די דעמאקראטן. די רעפובליקאנער זאגן אז פאר מיר קומט זיך נישט קיין גרעסערע טעקס קאט, און איך דארף צופרידן זיין מיט די פאר הונדערט דאלאר וואס זיי האבן צוגעלייגט צו מיין טעקס ריטוירן סוף יאר.

פאר ביל געיטס און זיינס גלייכן געבן זיי צענדליגער מיליאנען דאלארן אין טעקס קאטס, וואס די דאזיגע ביליאנערן דארפן אפילו נישט האבן. זיי לייגן עס תיכף אריין אין באנק און עס ווערט נישט באנוצט. פאר מיר און מיינס גלייכן וואלט נאך אפאר הונדערט דאלאר יעדן חודש אויסגעמאכט א געוואלד.

אויב איר זענט א מיליאנער און איר שטימט פאר בוש האב איך נישט קיין שום טענות צו אייך אבער אויב איר זענט מידל-אינקאם אזוי ווי מיר אדער לאו-אינקאם און איר וואוט פאר בוש האט איר אריינגעשטאכן א מעסער אין מיר און אין טויזנטער אנדערע אידן אחב"י.
=====

mechel19 שרייבט
ס'געפעלט מיר, אונזערע היימישע יונגעלייט וואס ווילן אזוי קערי'ן ווייל ער זאגט צו פראגראמען, עס דערמאנט מיך אין דעם יונגערמאן וואס איז אריין קיין נ"י יוניווערסיטי האספיטאל צו מאכן עפעס א פרעסידזשער אין זיין מויל, מען האט עהם אריין גענומען, אין עס איז געשעהן א פאטאלער טעות מען האט אויפגעטוישט די טשארט פון א אנדערן פאציענט און מען האט עהם ארויס גענומען אלע ציין פון מויל אויבן און אינטען, (א מעשה שהי') נו יעדער האט עהם געזאגט אז יעצט גייט ער ווערן א עושר ער וועט קלאגן די שפיטאל און מאכן מליאנען, האט דער אינגערמאן גיענטפערט אז ער וויל נישט קלאגן דעם שפיטאל ווייל ער וועט דעמאלטס פארלירן מעדיקעיד מיט פוד-סטעמטס... דאס זעלבע זאך דא, עס איז קלאר אז דער עולם איז ליידער געוואינט צו לעבן פון פראגראמען אלעס איז פוד סטעמטס און מעדיקעיד איי ווער געדענקט נישט די אינפלאציע ביי פרעזידענט קארטער פון 23 פראצענט מען האט זיך נישט געקענט ערלויבן צו קויפן גארנישט, יעדער איז מודה אז דער אכטער האט אנגעמאכט א חורבן עצום מיט די הויעכע רענט, שטאטס מען זאל זיך אויף בויען א נורמאלע דזשאב און לעבן אויסגערעכנט און פראבירן ווערן א עושר, מאכט מען זיכער אז מען זאל בלייבן א באקוועמער ארימאן, פרעזידענט בוש וויל העלפן דעם עולם ווערן עשירים, קערי וויל די ארימעלייט זאלן בלייבן ארעם, THE CHOICE IS CLEAR, בוש פאר MORE YEARS 4



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2004 21:31 לינק ישיר 

אלס בחור בין איך געווען רעגיסטרירט אלס רעפובליקאנער. אבער אלס יונגערמאן האב איך אנגעהויבן וואויטן בעיקר פאר דעמאקראטן.

דער מציאות איז אז רוב היימישע אידן האבן גרעסערע משפחות און מען איז אנגעוויזן אויף שטאטישע הילף, און אפילו די מיטל קלאס פארדינער צווישן אידן, זענען להבדיל אין אסאך א שווערען פינאנציעלן מצב, ווי מיטל קלאס גוים מיט איינס אדער צוויי קינדער וואס גיין אין פובליק סקול וכו'.

דערפאר האלט איך אז אלס חסידישער איד דארף מען שטיצען די דעמאקראטן, וועלכע זענען אסאך בעסער געאייגנט פאר אונזערע אינטערסן.

ס'איז דא נאך א אישו וואס איך וויל באמת נישט צו שטארק אויסשמועסן, דאס איז זשאן עשקראפטס מיט לאו אינפארסמענט וואס זוכן צו צומאלן וואס מער קליינע בירגער פאר קליינע עבירה'לעך וואס אין כמעט אלע דעמאקראטישע לענדער איבער די וועלט וועט מען צאלן א קנס פון אפאר טויזנט דאלער, אבער זיי וועלן דיך איינשפארן פאר לאנגע יארן תפיסה. ועל זה דוה לבינו וואס דער מצב איז געווארן זייער ביטער אין די לעצטע יארן פאר חסידישע אידן. איך רעד נישט פון קיין ווייאלענט קרימינאלן וועלכע זענען שעדליך צו זיין אויף די גאס, איך רעד פון ווייט קאלער קריים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2004 21:45 לינק ישיר 

אמת די היימישע מיטל קלאס פארדינער זענען להבדיל אין אסאך א שווערען פינאנציעלן מצב ווי להבדיל דער גוי, אבער דער דעמאקראט האט נישט קיין אינטרעס צו העלפען פאר דעם מיטל קלאס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2004 21:54 לינק ישיר 

די היימישע "מיטל קלאס" זענען באמת "ארעמע", וואס פאר די האט ער יא אן אינטרעס צו העלפן.
א יונגערמאן וואס פארדינט 1000$ א וואך, מיט 6 קינדער קיעה"ר, איז א ארימאן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2004 21:58 לינק ישיר 

ריאליסטיש איז ער א ארימאן,
טעכניש לויטן אמעריקאנער געזעץ איז ער א מיטל קלאס בירגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2004 22:49 לינק ישיר 

עפל דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט.

הער אויס אלע דרשות פון דזשאן קערי, על גאור און ביל קלינטאן. זיי רעדן נאר פון מידל-אינקאם מענטשן. זיי רעדן קיינמאל נישט פון לאו-אינקאם.

איך באקום נישט קיין שום פראגראם פון די רעגירונג ווייל איך בין אויף די בוקס (אזוי ווי אלע אנדערע ארבעטערס אין בי. ענד עיטש.), אבער בוש גיט מיר נאר א פּיצעלע טעקס קאט ווייל סייווי געב איך נישט קיין געלט פאר זיין קאמפיין.

דזשאן קערי פארשפרעכט מיר צו געבן אזא טעקס קאט אז איך זאל אפילו נישט וועלן מקנא זיין מיינע לאו-אינקאם (רעפובליקאנער) פריינט וועלכע סאקן פון די גאווערמענט יעדע איינציגסטע פראגראם וואס זיי קענען נאר.

אונטער דזשאן קערי'ס טעקס קאט פלאן וועלן היימישע אידן וועלן ארויפגיין אויף די בוקס און אויפגעבן זייער סעקשאן 8 און וועלפעיר, ווייל זיי וועלן מאכן סאך מער געלט פון דעם טעקס קאט ווי פון די פראגראמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/9/2004 22:59 לינק ישיר 

איז די פראגע פאר אונזערע אידן איז א רעפובליקנער אדעמיניסטראציע גוט
1) אין זיכערהייט קעגן די ריכטיגע פאברעכער מערדערס אדג

2)אין ביזנעס

3)די רעפאליקאנער דאגמע איז נישט צו מישען די רעגירינג אינעם טאג טעגליכען הלך ילך
--------------------------------------
זענען די דעמאקראטן גוט

1)אין סאשעל אקטיווטיס דהיינו פוד סטעמפס מעדיקעד מעדיקעיר(דאס איז א גרויסע איש ווייל אלע אונזערע עלטערען זענען אין די 40-60 עידזש וואס ביז אפאר יאר וועט יעדער פין אונז זיין אנגעוויזען דערויף אפילו די בעה"ב ווייל די אסטראמינישע סכומים פאר העלט קעיר איז אין אלף השישי) סעקשאן 8(דאס הייסט מיליאנען פאר די אידישע באפעלקערונג

2) זיך אריינצושטעקען די נאז אין יעדע זאך

3)צו פארטיידיגען יעדןס רעכט אפגעזען וואס ער האט געטועןוואס דאס האט למעשה געהאפען אסאך איגן וואס זענען געווארען אויף צרות

איך פראוואט בין א רעפובליקאנער אדער איך האלט אויך אז אונזערע אידען קענען נישט אויסהאלטען אן די פראגראמען איז די ריכטיגע שאלה וועם צו שטיצען בוש אדער קערי


1) פון די אידישע ניו יארק, קרית יואל, מאנסי, בארא פארק און וויליאמסבורג, איז דא א געשאצטע 50 טויזנט משפחות, מיט א באפעלקערונג פון 200 טויזנט נפשות כ"י!!! וואס רוב דערפון - גרויסע געבענטשטע משפחות - זענען פון די לאו-אינקאם קאטעגאריע.

2) עס איז דא א געשאצטע צוואנציג טויזנט פאמיליעס וואס זענען אויפ'ן סעקשאן 8 פראגראם,אין אלע אנדרערע סאציעלע פראגראמען און דאס באדייט אז שווערע מיליאנען דרייען זיך דורך פון די שטאט צווישן אידן, זיי צו פארגרינגערן דאס לעבן, און דאס לעבט אויף די אידישע עקאנאמיע, ווייל אז דער ארימאן דארף נישט אויסגעבן ביז צו זיין לעצטע פרוטה פאר רענט, קען ער אויך קויפן עפעס אין הארדווער סטאר וכדומה. אויב מ'וועט אבער אים צונעמען דאס לעצטע טראפ געלט, וועט זיך סטאפן דאס איינקויפן אין אלע געשעפטן.

3) איך שטעל זיך אז יעדער, האט אין זיין משפחה , איינס, צוויי, דריי, פיר אדער פינף און מער פאמיליע-מיטגלידער וואס נעמען אלע פראגראמען סעקשאן 8.מעדיקעד מעדקעיר און אויב וועט מען דאס פון זיי צונעמען וועלן זיי היבש פאלן צו לאסט אויך אויף די מיטל אינקאם פלייצעס. קודם נאר הלוואות, און עווענטועל צדקות אויף א גרויסן פארנעם.

איך האלט אז דעם חלק סעקיוריטי וואס בוש ס גרעסטע באזע איז געבויט אויף דעם איז אפגעפרעגט ביי אונז ווייל אין הכי נמי די פאלנע פאברעכער נעמט מען אראפ פין די גאס ווידעראום האט אבער די רעבפולקאנער באקומען שרעקליכע מאכט
אויך אויף ווייט קאלער קריים וואס דאס איז וואס די גאו פארלייגט זיך דאס מערסטע ביי ארדהדאקסישע אידן אין 99 פראצענט אידן וואס שמאכטען אין די תפיסות זענען פין די סארט(אין פארשטייט זיך אז א איד קען זייער שווער געווינען א דזשורי)אין דער געווער דערצו איז נייער געזעץ פין קענען נאכקוקען ידען איינעם אן קיין שום פרייוואסי וואס דאס האט אויפגעמאכט די טיר פין די גאווערמענט אריין צו קומען אין חסידישע קרייזען וואס זיי האבן זיך אלעמאל אנגעשטויסען אין א וואנט אין יעצט איז אפען נאר מכח דעם בוש עשקראפט טעראר אין אך אין ויי ווען די גאוו וויל איינעם באגראבען איז נישט דא קיין שום כח פין געזעץ וואס קען זיי אפהאלטען פין יענעם צו באגראבען

אין אויף אלע אנדערע אישוס געב איך פאר בוש א מיינוס
אלל דעוועי

דער בלאף פין קאמפעישאנט קאנסערוויטיו איז נאר א מאנטעל פארן צענטער פובלקים


קערי ווייטער פערזעליך טראסט איך מיט גארנישט חוץ אז ער וועט זיך אהער שטעלען אויף דאמעסטיק אישוס מיט אזא סטעף וואס בוש האט אויפן אויסערליכען פראנט
אין דעס וואס ער וויל פארקויפען דעם קאנסערווטיוו דעמאקראט פין די רעפןלקאנער ביים קאנווענשאן האבן דערפין געטריבען ליצנות אין אויב ער איבערצייגט אז מען קען טראסטען מיט אזא צוגאנג אזוי ווי קלינטאן האט עס געמאכט אויך דעם וועג וועט ער עס מאכן



תוקן על ידי - ekstein - 06/09/2004 23:03:37



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2004 23:26 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דאס איז די לעצטע פאול



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2004 23:40 לינק ישיר 

מצורף קובץ

http://www.electionprojection.com/elections2004.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2004 23:48 לינק ישיר 

מצורף קובץ

נאך פינקטליכער
http://www.electoral-vote.com/



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 01:15 לינק ישיר 

זיסער

זיי רעדן? הבטחות?
אהא דאס אינטערסירט אייך?

מיך אינטערסירט תכלית, אין דעמאקראטען טוען נאר פאר ארימעלייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2004 02:19 לינק ישיר 

עפל. די רעפובליקאנער טוען פאר מידל-אינקאם מענטשן?

אפשר פרובירסטו צו פארגעסן וויפיל געפעכטן עס זענען פארגעקומען אין קאנגרעס און סענאט וויבאלד די דעמאקראטן האבן פארלאנגט מען זאל געבן א גרעסערע טעקס קאט פאר מידל-אינקאם און די רעפובליקאנער האבן דוקא געוואלט געבן א גרעסערן טעקס קאט פאר די היי אינקאם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2004 16:23 לינק ישיר 

קען מיר איינער מסביר זיין פון ווי מ'גייט קאטן טעקסעס איך ווייס נישט שוין די לעצטע 5 יאר צאל איך נאך די זעלבע $200 מעשר פאר די רעגירונג יעדע וואך סא איך ווייס נישט פון וואספארא טעקסעס מרעדט דא.
אזויפיל ווייס איך יא אז די רעפוליקאנער פלאנען אינגאנצן אראפצונעמען די אינקאם טעקס אין ארויפלייגן נאר א סעלס טעקס וואס פון דעם האלט איך מוראדיג משא"כ די דעמאקראטן וועלן דאס קיינמאל נישט צולאזן

תוקן על ידי - טאגליכט - 07/09/2004 16:27:56



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2004 05:04 לינק ישיר 

טאגליכט דו מישט אויס הוידל בוידל, און מען זעט קלאר אז דו ווייסט נישט בחייכון.

די 200 דאלאר וואס דו צאלסט יעדע וואך איז פעיראל טעקס, דאס ווילן די רעפובליקאנער נישט שניידן, נאר די דעמאקראטן. זיי האבן געפייט דערפאר אין 01' אבער וויבאלד זיי זענען נישט ביי די מאכט האבן זיי עס נישט געקענט איינפירן על אפי וחמתי.

און יעצט בנוגע אינקאם טעקס, דא רעדסטו שוין געפערליכע שטותים.

רוב היימישע מענטשן צאלן קוים קוים אינקאם טעקס סוף יאר, אדער אינגאנצן נישט קיין אינקאם טעקס, צוליב די אלע קרעדיטס וואס מען באקומט.

אויב שאפט מען אפ די אינקאם טעקס וועט קומען א סעילס טעקס און ביי די סעילס טעקס וועט קיינער פון אונז זיך נישט קענען ארויסדרייען פון צאלן ווי ארים מען איז, יעדער וועט באצאלן אייניג.

דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז א שוך וואס קאסט 100 דאלאר וועט קאסטן 130-140 דאלאר פאר יעדן איינעם אנגעפאנגען פון ביל געיטס און געענדיגט מיט טאגליכט.

יעדע זאך וואס מען קויפט וועט טייערער ווערן מיט דרייסיג-פערציג פראצענט, אריינגערעכנט קארס און הייזער.

יעדער ארימער יונגערמאן וואס באצאלט איצט אינגאנצן נישט קיין טעקסעס וועט דארפן באצאלן שווערע טויזנטער דאלאר יעדע יאר אין טעקסעס.

די עשירים וועלן זיך שפארן מיליאנען דאלארן אין טעקסעס און אונז ארימעלייט וועלן צובאקומען טויזנטער דאלארן אין פרישע טעקסעס.

נעקסטיים טראכט פאר דו רעדסט!

און FOR YOUR KNOWLEDGE, דיין פלאן ווערט נישט געשטיצט דורך די רעפובליקאנער. עס איז אויפגעברענגט געווארן דורך עטליכע רעפובליקאנער אבער רוב רעפובליקאנער האבן עס באלד אוועקגעמאכט פשוט ווייל זיי ווילן נישט פארלירן די וואלן. דו האסט נישט געהערט אז בוש אדער אן אנדערער רעפובליקאנער זאלן אפילו רעדן דערפון ביי זייער קאנווענשאן.

נעקסטיים פאר דו פאנגסט אן צו רעדן פון עפעס גיי ארויף אויפ'ן אינטערנעט און קוק צי וואס דו זאגסט איז אויסגעהאלטן לויט'ן מציאות, און צי ס'איז בכלל פאר דיין טובה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ליינער מיינונגען איבער בוש & קערי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext