כידוע איז א נייע מעסערעל א סגולה פאר פרנסה, איך קויף א מעסערעל יעדעס יאר פאר ראש השנה ביי א גוישע האדווערד סטאר לעבן ביי געשעפט, עס קאסט גאנצע 50 סענט, וואס די זעלבע מעסער קאסט ערב ראש השנה אין ביהמ"ד 5 דאללער, איך מאך תיכף 4 א האלב דאללער...
נשלח ב-20/9/2004 01:30
היינט פארקויפט איחוד התלמידים דסאטמאר כפרות פאר 6 דאללער ביי בעדפארד אין טעלאר, און ביי ראז קעסטעל פארקינג לאט.
נשלח ב-20/9/2004 01:45
ווייסט איינער פארוואס משה מאנראער האט צוריקגעצויגען פון געבן זיין לאט פאר סאסמאנס כפרות אין מאנרא?
נשלח ב-20/9/2004 04:00
מיל מארט כפרות פאר 6 דאלער אבער די פלייש גייט פאר זיי אין גישעפט
נשלח ב-20/9/2004 16:39
איבער 2000 כפרות איז אויסגעגאנגען דעם זונטאג צום גדלי' ביי מוסדות ויואל משה ד'סאטמאר אין קרית יואל, וואס איז פארגעקומען נעבן ביהמ"ד הגדול דקהל ויואל משה אין קרית יואל.
כאטש עס איז געווען אין פלאן אז די כפרות שלאגן זאל פארקומען ביים בנין בית רחל, האט מען דאס געטוישט אויפ'ן פארלאנג פון א חשוב'ער חבר ההנהלה אז דאס זאל ענדערש פארקומען אין צענטער פון שטאט צוגענגליך פאר יעדן.
די בני יואל האבן אויך נעכטן געשלאגן כפרות, נעבן דעם באדישלער ביהמ"ד אויף געציל בערגער.
נשלח ב-20/9/2004 21:22
2000 כפרות איז אסאך? א משפחה ניצט בערך 7-8 כפרות, דאס מיינט אז בערך 285 משפחות זענן אהין געגאנגען פון 3000 משפחות, ביי די וואלן האבן זיי געהאט 1900 וואטס וואס מיינט בערך 850 קאפל, וואלט דאך געדארפט זיין 850 מאמעס מיט א עוורידזש פון 7 קינדער איז לכה"פ 6500 כפרות, און דאס איז שוין מיט'ן געבין א כפרה פאר 4.75.
נאך אזא הצלחה ווער דארף מפלות.
אין וומס"ב איז סאטמאר אראפ מיט'ן פרייז אויף 6 דאלאר פון 7 די לעצטע יאר, ווייל אין בלאט איז געשטאנען אז איחוד רעכענט 6 דאלאר.
איז דער רבי יא גערעכט אז עס דארף זיין צוויי.
נשלח ב-20/9/2004 21:29
נייטעראל דו מאכסט מיך שמייכלען אין די אנגעצויגענע עשרת ימי תשובה. דיינע חשבונות זענען צוקער זיס. אבער איך לאז דיך נאר זיין צופרידן.
אגב, א גוטזאגער, גראדע איינער וואס דאוונט נאך אין ווייסן שול ביי חורינער, האט זעענדיג די כפרות פארנט פון ביהמ"ד הגדול אויף גארפיעלד אין קרית יואל, זיך אנגערופן מיט סארקאזם: "יעדע כפרה דא איז א שונא פארן רב!"...
גראדע, איך זע ביסט באהאווענט אין די מארקעט פרייז. פארוואס איז איחוד ארויף א כפרה פון 5 דאלאר אויף 6?
נשלח ב-20/9/2004 22:17
געזעגענען, איך האב הנאה אז איך האב מהנה געווען א איד, אבער אפגעפרעגט האסטו מיך נישט.
אויב דעם "גוטזאגערס" ווארט געפעלט דיר אזוית מוז זיין אז די (עטס) זענטס שוין זייער נידערגעשלאגן ביי ענק, המקום ינחם אותך.
איחוד איז ארויף מיט'ן פרייז ווייל מ' קומט סיי ווי צו זיי, (אסאך מער ווי 2000), און זיי האבן איינוועגס געמאכט אנדערע אראפ גיין מיט'ן פרייז
נשלח ב-20/9/2004 22:47
געזעגענען, א שאד נאר אז די הינער קענען נישט שטימען...
נשלח ב-20/9/2004 22:57
איך האלט אז די סוסמאניקעס זאלן תיכף ומיד אנפאנגען א קאמפיין אז צ'יקנס זאלן אויך מעגן שטימען, אזוי וועלן זיי מיט א לענדסלייד!
כלנו בעד הצ'יקנס!
נשלח ב-21/9/2004 00:43
געהערט אין מקוה:
א יונגערמאן דערציילט אז ווען די טראק מיט די אהרונים טשיקענס אויפן וועג צו וויליאמסבורג איז אריבער געפארן טילערי סטריט, איז איין טשיקען אראפ געשפרינגען און פרובירט אריין לויפען אין סופרים קאורט אויף עדעמס סטריט...
נשלח ב-21/9/2004 18:45
u.t.a. איז אראפ מיט די פרייזן אויך פאר די ערב יוה"ק כפרות ווייל איחוד מאכט היי יאר כפרות ביי 13 הופפער און עס איז ביליגער, פאריאר האט u.t.a.געבעטען 13 דאללער היי יאר, גייט עס זיין פאר 11 דאללער.