|
|
| נשלח ב-27/9/2004 01:41 |
|
| |
דעבאטע: איז א קאר א גוטע זאך אדער נישט
טאג מיט ליכט זענען 2 גוטע פריינד אבער מיט זייער אסך אנדערש א יעדן וואך כמעט האבן זיי א דעבאטע איבער זאכן א יעדער פון זיי האלט אנדערש, האבן זיי באשלאסן ארויף צולייגן זייערע דעבאטעס אויף חדשות אנ"ש צו הערן וואס אנדערע זאגן
מוצאי יו"כ פרעגט טאג פון ליכט דו האסט א קאר אהיים
ליכט: איך א קאר? ביי מיר איז א קאר א נישט שיינע ווארט.
טאג: פארוואס גראדע האלט איך זייער פון האבן א קאר. איך האלט אז סאיז א מוראדיגע זאך/
ליכט: וואס איז אזוי מוראדיג?
טאג: קודם אז מדארף נישט יו"כ ביינאכט אהיים קריכן נאך א גאנצן טאג פאסטן
ליכט: אויב אזוי איז וואס? סלוינט זיך ענדערש אהיים גיין יו"כ צופיס ווי איידער אויסגעבן אזויפיל געלט וויפיל א קאר קאסט אפ.
טאג: איך האלט אז סלוינט זיך יא דאס געלט די 5000 דאללער וואס סקאסט נא! סלוינט זיך די געלט
ליכט: וואס!? נאר 5000$ האסט א גרויסע טעות סקאסט דאפעלט אין טריפלט אז מהאט שוין א קאר איז אזוי קודם דארפ מען זיין די בעל עגלה פארן בני בית יעדע 3 מינוט א טעלעפאן קאל טאטי טראג מיר דארט טראג מיר דארט אין די אלע דארטס קאסטן אפ א געוואלד און ווער רעדט נאך חול המועד איז נאך סך ערגער
טאג: ניין איך האלט נישט אזוי פינקט פארקערט אז מהאט נישט קיין קאר קומט נאך צו די רקאר סערוויס קאסטן ממילה קומט עס אויס טייערער
ליכט: אקעי איך וויל גיין אויספאסטן סאיז שפעט לאמיר עס ארויף לייגן אויף חדשות אנ"ש זאל דער עולם זאגן.
א גוטע יאר
טאג: אגוט יאר
רבותי זאגט ידער איינער זיין שטעלונג
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2004 01:58 |
|
| |
wow
a real
split personality
tell me does TUG laugh from LICHT's jokes? hahahaha
and does LICHT krechts when TUG hut tzuris? oy vey
on a somber note! i believe that a car is a luxury that only ppl with extra 5000 dollars should have
a giten TUG,licht
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2004 02:21 |
|
| |
כאב הנאה האסט געעפענט אן אשכול פון דעם נושא.
איך האלט אז סיז נישט קיין פשוט'ע "יא/ניין" ענטפער.
איינער וואס וואוינט אין ברוקלין און ברויך עס נישט פאר פרנסה און איז נישט פארמעגליך, פאר אזא איינעם איז עס ארויסגעווארפן געלט, אומאויסגערעכנט און א טיפשות!
ווידער טאמער איינער איז פארמעגליך, פארוואס נישט? ווי נישט ווי איז עס א באקוועמליכקייט, מ'דארף קיינמאל נישט פארן מיט פובליק טרענספארטעישען, מ'דארף נישט צוקומען צו קיינעם'ס טובות, סיז טאקע א לוקזשערי, אבער איינער וואס קען עס עפארדן, פארוואס נישט? א עושר מעג ענדשויען זיין געלט!
ווידער איינער וואס וואוינט אויסערן שטאט, האלט איך איז סיז נישט קיין "לוקזשערי", סיז א "באדערפענישט" (נעסעסעטי), יעדע ריר דארף מען א קאר אין סיז זייער שווער זיך צו רירן אן א קאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2004 02:25 |
|
| |
איך האלט אז אפילו איינער וואס קען זיך ערלויבן א אוטאמאביל איז געזונטער נישט צו האבען פשוט ווייל עס מאכט פויל.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2004 02:43 |
|
| |
די בעסטע פון אלעם איז צו האבן א ביציקל (בייק בלע"ז).
די מעלות פון א בייק:
שפאָרט טרעפיק, געז, טראפיק לייט'ס, זוכן פארקינג.
די חסרונות פון א בייק:
פלעט טייער'ס, לאנגדיסטנס וועגן, בארג ארויף.
אזויפיל קען איך אייך זאגן ווי איר פארט מיטן קאר פאר איך מיטן בייק.
פון בארא פארק קיין
ווילי 35 מינוט.
מאנסי 6 שעה.
מאנהעטן בערך 45 מינוט.
קראון הייטס 17 מינוט.
בראנקס א שעה מיט 15 מינוט בערך.
קווינס ארום 2 שעה.
מאנטריאל 1.5 חודש בערך. (כ'האב עס נאכנישט געמאכט, באט כמעט)
ניו ג'ערסי (פארט לי) 2.5 שעה.
ניו ג'ערסי (טינעיק) 3 שעה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2004 15:32 |
|
| |
מויל מאכער אויף דיר איז געזאגט געווארן ליצנות אחד דוחה מאה תוכחות
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2004 18:40 |
|
| |
נא! פארשעם נישט די עכטע ליצים! 
|
|
|
|
| נשלח ב-27/9/2004 18:51 |
|
| |
א קאר אז א גוטע זאך
די שאלה איז פאר די מענשן װאס דארפן א קאר אבער זײ קויפן טײערע קארס מער װיפול זײ קענן עפָרדן װײל זײ לעבן פאר יענעם
אין אזא פאל עס איז יצָא שכרו בהפסדו
איש לפי אָכְלוֹ ..... 
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|