בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

א מאנטל ווינטער, א בושה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2004 20:22 לינק ישיר 
א מאנטל ווינטער, א בושה?

די ווינטער ריקט זיך אינטער, אין ביהמ"ד הערט מען שוין די בערן היסען און די קינדער ניסען, אין אסאך הייזער ארבעט שוין די סטיעם, אני הקטן בין שוין איינגעפעלצט מיטן שאל און ווינטער מאנטל באלד נעם איך שוין די העטשעך אבער די יונגעלייט דרייען זיך ארום פראנק און פריי אן די מינדעסטע מחשבה אז מדארף אכטונג געבן פונעם וועטער און פארן געזונט

יעדעס יאר רעג איך מיך (ווער רעדט נאך פון באבע צירל..) און כקען נישט פארשטיין וויאזוי די יונגעלייט וועלן זיך בשום אופן נישט אנטון א מאנטל, סאיז עפעס א בושה צו גיין מיט א מאנטל ווען סאיז קאלט? מסתמא זענען זיי געווען פון די קינדער אין חדר וואס האבן אלעמאל געהאט אפענע קאוטס אדער האבן זיי עס געהאלטן אין די הענט

פאראיאר איז איין טאג געווען אפשר זערא דעגריס כבין געווען דורכגעפרוירן און מיין טאשטיכל אפגעוועטשט, מיטאמאל זעה איך א אינגערמאן א מיסטער מאטשאו שפאצירט זיך אן א מאנטל מיט א ווארימע קאווע אין די הענט כאילו סמיינט נישט אים די גאנצע מעשה, כבין זיכער אז ער איז אויך געווען פארפרוירן נאר סהאט אים נישט "געפאסט" אנצוטון א קאוט, וועם ער האט אפגעטון ווייס כנישט

איי די יונגווארג...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2004 20:43 לינק ישיר 

קודם הער אויס מיין טיאריע איבער דעם...

עס קען זיין דער זעלבער וועטער למשל 55 דעגריז אויב עס איז נאכען זימער וועט מען זיך ניט אונטוהן א ראק נאר נאך א גרויסער פראסט פון 31 דעגריז

נאכען ווינטער קען מען זעהן מאנכע גייען נאך מיטן מאנטל ווען עס איז שוין 73 אזוי איז דער מענטשהייט סיי מענער און סיי פרויען

אני כשלעצמי דארף איך זעלטן א מאנטל ורק ע"פ גזירת עירין פתגמים הלא היא האשת איש שלי מיז איך מיר אונטוהן א פענסי שאל מיט א מאנטל וכו' וכו'...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2004 20:58 לינק ישיר 

די חשוב'ע אינגעלייט פאהרען ארום מיט די גרויסע מאשינען, דארט איז ווארעם

אויך אין די פראכטפולע ביוראס פון די אמעריקאנער אגודת ישרא-ל איז פיין ווארעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2004 21:03 לינק ישיר 

אי"ה ביים נעקסטען קאנווענטשען פון די אמעריקאנער אגודת ישרא-ל וועט זיין א ספעציעלע סעסיע אויף די וויכטיגע ענין, די חשוב'ע עסקנים און "גדולים" וועלען ארומרעדען דעם ענין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2004 21:15 לינק ישיר 

מיינע זכרונות...
ווען איך האב געלערנט אין ישיבה לצעירים, (איך דערמאן נישט דעם יאר, איך וויל נישט מען זאל מיך אַנדעקן...) האט די בחורים אפגעמאכט ביי זיך, קאלט איז, היטן פליען אין די שניי, מען גייט זיך אנטוען "קאטשמעס"... ס'איז געווען "הויעך יום טוב"!
איך וויל נישט אריבערגיין צום אלטען דיבאטע פון "קאטשמעס" ווייל דאס האט שוין "דער בלאט" פאראיאר געטון, אבער, זיך אינטערצוהאלטן איז דאס פונקט גוט געווען.
יעצט צום פוינט! האבן מיר זיך שוין טאקע נישט מיט וואס אינטערצוהאלטן סוף 2004??

איך וואלט געפרעגט פונעם ציבור עפעס אנדערש! וויפיל מענטשן (העכער 25) גייען דעם ווינטער נישט שפילן מיט קיין שניי וועגן "בושה"?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2004 21:22 לינק ישיר 

זיידי, עסט אייך נישט דאס געזונט. אז איהר זענט קאלט מיינט נאכנישט אז יענעם איז אויך קאלט. זענט איהר אפשר פון דיע אלטע וועלכע הערן נישט אויף צו לעכערן דעם אויער אין ביהמ"ד אז מען זאל פארמאכן דעם פענסטער? גייט אהיים דרייט אייער אלטיטשקע דעם קאפ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2004 22:23 לינק ישיר 


צו גיין מיט א קאוט איז בכלל נישט קיין בושה, אפי' אין די זומער.

וויפל מענטשן קענט עטץ וואס טוהן זיך אן מאנטלען אין די זומער ווען זיי האבן א קאלד? איך מיין ס'איז דא גאנץ כמעשה.

א קוטשמע איז אויך נישט קיין בושה אדרבא ס'איז א סטייל.
איך גיי מיט א קוטשמע ענד איים פראוד אויף איט, וועם ס'געפעלט נישט קען זיך אפווישן די נאז און גיין ווייטער.
למעשה ווען איך אדער א צווייטער גייט מיטן קוטשמע אדער מיטן קאוט איז מיר ווארעם און נישט פאר דער אדער יענעם וואס קוקט מיט א קרומע נאז.

(מיין ווייב גייט א מינט קאוט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2004 22:52 לינק ישיר 

דזשובוי

קודם

נאכדעם, וואונטשן מיר אלעס עס זאל זיין בקרוב, מיט אלע גוטע זאכן אינאיינעם

'די האול פעיקעדזש' ווי מען זאגט ביי אונז אויף אונגאריש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2004 23:24 לינק ישיר 

talking about Kutchma, Where did he disapear?

KUTCHMA we need you

KUTCHMA come back



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2004 23:34 לינק ישיר 

האסט שוין אונגעטון א קוטשמע אין ירושלים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2004 23:39 לינק ישיר 

דזשובוי א שידוך בקרוב, מיר וועל אלע קומען צו די חתונה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2004 17:43 לינק ישיר 

זיידיאנטשי את ב... ומצודתך פרוסה ב...

איך ענדיג נארוואס זיך צו מסדר זיין אין מקוה קומט אריין א יונגערמאן אנגעפעלצט כאילו ס'איז אינמיטען טבת, איינער פון זיינע חברים מערקען אים אן אז עס איז נאכנישט אזוי קאלט, ענפערט ער איך וויל נישט אז זיידייאנטשי זאל האבען טענות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2004 11:26 לינק ישיר 

550 דא אין ירושלים איז רוב וואך ביטער הייס, און איינמאל א וואך איז קאלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2004 11:33 לינק ישיר 

כ'ווייס נישט, מיין מאנטל האט פיר רעדער און איך נוץ סיי אין די ווינטער און סיי אין די זומער, איך ריר מיך נישט אהן דעם, חוץ שבת פארשטייט זיך וואס איך נוץ א רעזשוואלקע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2004 15:39 לינק ישיר 

דזשובוי, אין ירושלים מיט א קושטמע?

אגב, איך דערמאן זיך ווי פאראיאר טרעף איך א חבר אונזער'ן (דזשובוי, דו ווייסט וועם איך מיין) אויפ'ן גאס אין בילאו זיראו פרעסטן, אן א מאנטל. יענער האלט זיך אייביג גרויס מיט זיין גוי'אישקייט און פרובירט צו זיין COOL. עס פאסט אים פשוט נישט אנצוטאן א מאנטל.

שטעלט זיך אפ א קאר און אן אנדערער חבר אונזערער שרייט ארויס פון פענסטער, "העי DUDE, גוים גייען היינט אויך מיט א מאנטל..."



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/10/2004 18:45 לינק ישיר 

יאסעלע

פון דיר איז נישט קיין ראיה, אין לאנדאן איז אלעמאל פארוואלקענט און טונקל, עס מאכט א רושם אז עס איז קאלט אפילו ווען עס איז נישט.

דא אין נו יארק אפילו ער איז קאלט, אבער דע זון שיינט, און ווען מען קוקט ארויס פון פענסטער פאלט נישט איין אז עס שנייט א פראסט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > א מאנטל ווינטער, א בושה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext