קומפוט שרייבט
תוא"י געשטעלט א ריזגן שאטער לעצטע מינוט
אין די לעצטע מינוט האט מען אויפגעשטעט א שאטער נאך נעכטן דענערשטאג פארנאכט דורך ר ארי פרענקל
נאכדעם וואס איינע פון די בארד מעמבערס פון פאבליק סקול האט זיך געשטעלט אז מען קען אריין ברענגען נאר 300 מענטשן
דער טיש פון דעם תולדות אברהם יצחק רעבין וועט פארקומען ווי געפלאנט אבער נאר אינעם גרויסען שאטער אינעם הויף פוןן פ ס 180 אויף 16 און 56
EKSTEIN שרייבט
אבי מען איז נישט מחלל שבת ויו"ט אזוי ווי די ארונים האבן עס געבויט אין יו"ט אין געברענגט קוגלען מיט קארס
אין הייליגען שבת
SELISH שרייבט
עקשטיין
איינער וואס איז זיך מוסר נפש פארן שבת קודש שוין 35 יאר
איז שוין דאנערשטאג ביינאכט גרייט צום שבת קודש
איך בין אדורך די גאס און אלעס שטייט שוין גרייט צום טיש
yosefelye
עקשטיין, וואס קוגלען ווען קוגלען, טויזענטער אהרונים זענען געקומען צו פארן צו די הקאפעס, באטעס, און צום דאווענען מיט קארס בעצם היום השבת, אן קיין שום בושה, וכדי בזיון וקצף.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלטן די דיינים חברי הבי"ד מיטן רב שליט"א ארויס געקומען מיט חרמות ואיסורים אויף די צענדליגע טויזענטער מחללי שבת בפרהסיה.
יא זיי האבן זיך טאקען אנגעטוהן בגדי שבת, אבער נישט חלילה לכבוד שבת ויום טוב, נאר לכבוד זייער רב די אזוי גערופענע שמחת רבם, ווען נישט וואלטן זיי זיכער געקומען טאנצן הקאפעס מיט זייערע וואכענדיגע ארבייטס קליידער, איך האלט אז מען דארף צוזאמען נעמען די שטיינמאן פראטעסט רבנים און פארופן א מעכטיגע הפגנה אקעגן די "אהרוניס" טאקען באותו מקום, לי עווניו ביי ווילסאן סטריט, און אויסשרייען מיט קולי קולות "עס טוהט אונז זייער זייער וויי".
ליכטיג שרייבט
יוסף אלי'
די סאטמארער רבנים זענן קלוגער פון דעם, קעגען פרעמדע רבנים ווי הרב שטיינמאן האבען זיי נישט קיין שום פראבלעם צו חתמענען, אבער קעגען א היימישער ווי קרית יואלער רב וועלען זיי עס קיינמאל נישט טון.
זיי פארשטייען אויך אז די מחלוקת וועט זיך איין טאג אפשטילען, אבער א בריוו קעגען קרית יואלער רב וועט בלייבען לדראון עולם.
mechel19
איך האב גיהערט אז דער דיין ר' ישראל חיים מנשה האט געזאטגט אז ער האט קיינמאל נישט אינטערגעשריבן א קעגן הרב שטיינמאן, און מעשה שהי' כך הי', מען איז געקומען צו עהם מיט א באפעל פונעם רב שליט"א ער זאל אינטער שרייבן א קעגן ר' ארי' לייב האט ער געמיינט אז דאס איז ארי' לייב גלאנץ האט ער תיכף אינטער געשריבן נאר למעשה האבן זיי דאס געניצט אויף הרב ארי' לייב שטיינמאן.
תוקן על ידי - אינהכינמי - 05/11/2004 20:07:35
 |
|
|